פריימערי - רואיגע ווינקל.

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

אגב, איך האב עס נאר געזען דא אויף איי וועלט פריימערי אשכול- (שטח הישן), דארט איז שטארק אנטי טראמפ געשטימט.

שפעטער פון אפיס אי"ה, וועלמער איבערקוקן פון מקור, און אפדעיטן אין פריימערי, שטח החדש.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

צווייפל, נישטא קיין טויטע, ער האט למעשה קיינעם נישט געשאסן, אלזא שטח החדש און שטח הישן קומט נישט דא אריין.
רצונינו לעשות רצוניך.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

הרב צווייפעל די אשכול ברענגט מיר אריין אין א מורעדיגע רוהיגקייט, ענליך ווי א מעדיטעישען.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

איך בין שטארק באאומרואיגט, אויף די שווערע מיטמאכענישן וואס די טראמפיסטן גייען א דורך אין דיזע טעג.

היינט אין ביהמ"ד, האב איך געהאט ביי די קאווע צוויי זיסע טראמפעלעך אינגעלייט, איינער א קליינער פעשליכער צוקער זיסע דזשינדזשי מיט קליינע העלע פייקעלעך, רויטע בעקעלעך, מיט א ערנסטע מינע אויפן פנים, טשאדאש!, און דער צווייטער א בלאנדער, שטארק קוירלי האר, מיט א שטארקע געביינדעלטע אבער בא'טעמ'טע נאז, אין א הויכע ביבערהוט, - ביידע פארלוירן, ווייסן נישט ווי צו שטעלן א טריט פאראויס.

איבעראל פארשרייט מען זיי אלס טראמפיסטן, אומפארשעמטע פארשוינען, און אליין זענען זיי אויך צומישט, צו איז טאקע אזוי נישט אידישלעך צו זיין א טראמפיסט.

וואס זאל איך אייך זאגן, מיין הארץ גייט אויס פאר די צוויי זיסע אינגע טראמפלעטס, איך האב זיי געבעטן זיך צו מאכן נאך א קאווע, זיך צו זעצן צום טיש, און זיך אויסרעדן דאס הארץ.

הייבט אן דער רינדעכיגער רויטער אינגערמאן, אז טראמפ איז נישט פאליטיקלי קארעקט, איז דאס א סתירה מיט אידישקייט? 

זאג איך אים א ודאי נישט, פאליטיקלי קארעקט מיינט, אויף לשה"ק א' בפה און א' בלב, דאס הייסט אז דער מענטש זאגט איין זאך, ער רעדט פריינטליך און אין הארץ האט ער דיך פיינט, סא א' בפה וא' בלב, איז א אידישע מידה ?

דער רויטליכער אינגערמאן איז שעמוודיג אינגאנצן רויט געווארן, אזוי, אז די זיסע רויטע בעקעלעך זענען ווי נעלם געווארן אינעם נארוואס רויט געווארענעם פילן פנים.

זיכער זאגט ער, רש"י זאגט ביי די שבטים, ולא יכלו דברו לשלום, שלא דברו א' בפה וא' בלב.

דער הויכער בלאנדער טראמפיסט האט אריינגעשריגן אז ער איז מוחה, מברענגט א ראי' פון די הייליגע שבטים, למעשה האבן מיר זיך פארגליכנט, אז ממיינט נאר די נקודה צו א' בפה וא' בלב איז א אידישע זאך, צו נישט.

פרעגט דער בלאנדער, סיפענדיג פונעם קאווע דורכן פארטשעפטען שטיקל צוקער פארנט פון מויל, מיר ווייסן דאך אז מותר לשנות משום דרכי שלום, ממעג ליגנט זאגן אלעס פאר שלום, נו אויב אזוי פארוואס זאל מען נישט מעגן זאגן א' בפה וא' בלב, בקיצור מיר האבן אויסגעשמועסט אז א מענטש טאר נישט זיין פאלש, משא"ע פארדרייען א מעשה משום דרכי שלום מעג מען יא.

נאך דעם פרעגט מיר דער בלאנדער, און וואס איז מיט דעם אז ער האט חוזק געמאכט פון א באגרעניצטע מענטש? 

קודם פרעג איך אים ווער האט דיר עס גפרעגט? ווייזט ער מיר אן אויף איינעם, א גרויס מויל און פארקרומטע מח, אין אונזער שול.

פרעג איך אים אין וואס האט יענער געזאגט? 

זאגט ער מיר אז יענער האט אים ממש געוואלט שלאגן, הישמע כזאת? ער האט נאכגעמאכט א באגרעניצטן? ער איז א מערדער, א פאברעכער, א אינטעוועלטניק !!!

גיי איך צו צו יענעם, זאג, די געדענקסט יענע און יענע דרשה פון יענעם רב? (- עפעס א באוויסטע דרשה, פון א געוויסע רב וועלכע שטאלפערט), יא, נעמט ער זיך לאכן, און נעמט זיך אויפן ארט נאכמאכן יענעם רב, מיט זיין גאנצע געקעקעאכץ, נאכן אביסל שמועסן, פרעג איך אים, און יענעם עושר (אויך איינער וואס שטאלפערט) ביזטו שוין אמאל געווען נאך געלט? נעמט ער זיך צו לאכן, און הייבט אן יענעם נאכצומאכן... זאג איך אים, איך פארשטיי נישט, דו האסט אין די לעצטע פאר מינוט חוזק געמאכט פון צוויי באגרעניצטע מענטשן, און טראמפן ווילסטו פארשטיינערן? 

איך האב דעם טראמפעלע ערקלערט, אז א גוי טוט א באנטש נבירות, גרויסע און קליינע, און דא האט טראמפ געטון א נבירה, פארשעמט א מענטש.

טראמפ האט עס געלייקנט, דאס הייסט אז ער האט געכאפט אז דאס טאר מען נישט טון, טראמפ פארטרעט נישט א אידאלאגיע פון אפשפעטן פון אינוואלידן, סה"כ ער האט איינמאל זיך ארויסגעכאפט, געזינדיגט, און האט אויף זיין וועג צוריק געצויגן, ווען וואלט ער ווען געווען א איד, וואלט איך אים געזאגט אז ער ברויך תשובה טון, און יענעם מפייס זיין.

ער האט געוואלט וויסן צו עס איז שוין געווען אין היסטאריע אידישע פירערס וואס האבן געטשעפעט מיט מענטשן, בגלוי ובסתר, און נאך אלץ געבליבן מיט אנהענגער, איך האב אים גענטפערט אז יא.

דערנאך זענען מיר אריין אין א לענגערע שמועס, אז די ווייכקייט און גוטסקייט פון די וועסטערנס קומט פון א נישט ריכטיגע צינור פון חסד, ווי דער פסוק זאגט ואיש כי ישכב את אחותו וגו' חסד הוא (ויקרא כ יז), אז עריות קומט פון א נישט ריכטיגע חסדים צינור, און צוליב די זעלבע סיבה זענען די וועסטערן אזוי נידריג אין מאראל, ווייל זיי האבן פארדרייט די יוצרות מיט חסד, איך האב זיי געוויזן פון הייליגן ראפשיצער רב (חמדה גנוזה ח"ב ערך ראפשיץ) אז יש ג' כיתות בעולם, קלוג, גוט און פרום וכו' ה"גוטע" הם נואפים בטבע וכו', וע"כ זאלן זיי נישט דערשראקן ווערן פון די אלע גוטע הערצער.

דאס איז גענוי די בארימטע קריסליכע גלויבן פון ליבע און רחמנות, ווי מהאט גע'רצח'ט און געפילדערט פון איין זייט, און מיט רחמים און ליבע האט דער אלטער בחור מוחל געווען אלע עבירות יעדן זונטאג.

איך האב זיי אויך ערקלערט אז די סיבה פארוואס זיי האבן איינגעפירט אז די גלחים טארן נישט חתונה האבן, איז ווייל זיי האבן געוויסט אז די גלחים וועלן ממילא טון וואס זיי ווילן, סא זאל עס כאטש זיין מים גנובים יומתקו, מיט זייער ליבע און רחמנות האבן פשוט געוואלט מער מהנה זיין די גלחים.

מיר האבן אויך ארום געשמועסט אז דאס איז געווען די חילוק פון דור המבול און סדום, בעת וואס אין דור המבול איז געווען לויטער חסד, מיינס איז דיינס, און דיינס איז מיינס, והיה הארץ מלא חמס, גענוי ווי די היינטיגע ליבעראלן, איז סדום געווען א פרום פלאץ, ואנשי סדום רעים וחטאים, אבער לה' מאוד, אלעס איז געווען מיט א שיטה, א מענטש קען נישט זיין אזוי שלעכט אויב מיינט ער עס נישט לשם שמים, א געפערליכע שלי שלי ושלך שלך סיסטעם (כיש אומרים בפ"א) און א שטארקע נישט מענטשליכע אנטי אימיגראציע סיסטעם דעריבער ברויכן מיר זיין באזארגט אויף קרוז, וועלכער איז נעסטי, ווי אויך איבער טראמפס רעטאריק, ע"כ א מענטש ברויך זיכערמאכן אז אלעס מוז זיין מיט א מאס.

מיר האבן ארומגערעדט אז אמאל פלעגן די גוים גלייבן, זיך קאנטראלירן, נישט זיין אזוי גוט הארציג, נישט אזוי פיטערדיג, דעמאלט ווען זיי האבן נאך עפעס געגלויבט, פלעגן זיי נאך זאגן אין א שלעכטע מינוט אה מיי גאד, היינט, מחמת גרויס ווארעמקייט, זייענדיג לב שליט על המח, וועלן זיי אין א בייזע מינוט זאגן אה מיי גאשש, פילע פון די אינגעלייט נוצן די זעלבע אויסדרוק.

דערנאך זענען מיר אריבער איבער זיינע אטאקעס אויף פרויען, מיר וועלן נישט מעתיק זיין די שמועס, צוליב פארשטענדליכע סיבות, אבער מיר זענען געבליבן מוסכם אז פרויען ברויכן זיצן אינדערהיים קאכן און באקן שטריקן און העקלען, און דאס איז די אידישע שטעלונג, און די אלע וואס דערהייבן נישט זיינע באליידיגונגען אויף פרויען, האט דאס נישט מיט אידישקייט.

די צוויי טראמפלעך זענען געזיצן פארגאפט, מיט ברייט צועפענטע מיילער, אזאנס האבן זיי נאך נישט געהערט.

דער רויטליכער האט מיך געפרעגט וועגן טראמפס קללות, און ווילדע שפראך, איך האב זיי געוויזן א אמרי יוסף (ספינקא) אין פרשת לך לך, אויפן פסוק ואברך מברכך וגו' אז די וועלט זאגט, פון צוויי זאכן זאלסטו זיך נישט צו קראצן, און פון צוויי זאכן יא.

פון א עושר'ס קללות לאך דיך אויס, ער שעלט פאר שוואויל טאג, זיין שוימען איז ווי שוים אויף א פאס ביר, ער היזשעט פון זאטקייט, לאך דיך דערפון אויס, און די זעלבע זאך פון א ארימאנס ברכות און הבטחות, ער ווינשט נישט מיטן גאנצן הארץ, ער פארגינט נישט, וכו'.

ווייטער ווען א עושר בענטשט, זאגט עפעס צו, דאס מיינט שוין יא עפעס, ער ווינטשט מיטן הארץ, ער זאגט צו ווייל ער קען געבן, טון, און ווען א ארימאן שעלט, דעמאלט שעלט ער מיטן גאנצן הארץ.

ע"כ פון טראמפ נעמט נאר אן די ברכות, די הבטחות, און פון קרוז'נס ברכות און הבטחות לאכט זיך אויס.

שוין דערנאך האבן מיר גערעדט אין לערענען, און איך האב זיי זייער שיין אנגעווינטשן, זיי געווארנט אז זיי זאלן נישט אזוי ליגן אין די וואלן, נעמען די בחינות, און האבן סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט.

אין פארלייכטערונג האב איך געזען ווי די צוויי בא'חנ'טע טראמפלעך שלייכן זיך ארויס פון ביהמ"ד מיט אזעלכע נצחונ'דיגע בליקן גרייט איינצושלינגען מענטשן.

אבער עס איז ווייטאגליך, אויף די פילע זיסע טראמפלעך, וואס דרייען זיך ארום אויף די פריי, וואס האבן נישט געהאט דאס גליק צו זיצן נעבן מיר ביי די קאווע, וואס זיי גייען אלץ אריבער.

טרויעריק.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

צווייפל איך האב געשמייכעלט.

שרייב נאר נאך!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

סעד, ווערי ווערי סעד...
;l;p- ;l;p-
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

צווייפל !

ייש"כ פארן אהערשטעלן אזא רואיג ווינקל, ס'איז זייער געשמאק דא.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

https://copy.com/mx2rrthiJHchNA1d

באקומען אין אישי, נאך נישט געהאט קיין געלעגנהייט צו קוקן.

סא סאיז אפשר דא נשים.
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

_טראמפ האט געזאגט היינט אויף פאקס ניוז אז ער וועט זיין בעסער צי די שחורים ווי אבאמא, ער טענה'ט אז אבאמא האט גארנישט געטוהן פאר זיי, די שאלה פרעגער איז געווען שאקט און אים געפרעיגט צי ער וויל צירוקציען פון די סטעיטמענט האט ער געזאגט הי איז נאט בעעקינג אפפ.

_טראמפ ביי א ראלי היינט און אייאווע האט געזאגט אז מענטשען האבן מורא צי וואוטן פאר אים ווייל ער וועט זיין צי ווילד מיטן דריקען די קנעפעל פון די שווארצע טאשקע, אדער זיך יאגן צי גיין און מלחמה מיט יעדעם, האט ער אויפגעוויזען פינקט פארקערט, אז און 2003 איז ער געווען דער וואס איז געווען קעגן די איראק מלחמה און ער איז די טאף גיי, און די בוש בראדערס, וואס זיי זענען די רואיגע און לאו ענערדזשי חברה, זיי זענען געגאנגען און מלחמה.

איינער ביי די ראלי איז געווארן באזארגט און געפרעגט טראמפ, וואס הייסט איינמאל די ווערסט פרעזידענט וועסטו מער נישט זיין אזוי טאף ווי די רעדטס יעצט? האט ער געענטפערט די עדיטאאט בלייבט די זעלבע אבער ער וועט רעדן מער א ווייעכערע שפראך.

_נאכדעם האט ער געזאגט אז פאר די קיסטאן פייפ ליין וועט ער נאר געבן די אפראוועל אויב אמעריקע גייט באקימען 25% פון די פראפיט, און אזוי ווי ביי יעדע זאך וואס אלע קאנדידאטן רעעדן איז ער געווען די ערשטע עס אויפציברעגען ווי למשל אימעגרעישען, זאל מען זיך נישט ווינדערען אז אינמיטן די וואך וועט יעדער פליצלינג זאגן אז אמעריקע דארף א חלק פון די פראפיט, ער האט אבער ציגעלייגט אז יעדער וועט אזוי זאגן חוץ פון קרויז, ווייל ער פלאנט צי לויפן צי זיין די קאנעדישע פריימיניסטער וועט ער ממילא מאכן די טעקס אויף די פייפליין.

_ער האט ציגעענדיגט אז ער קען נישט אריינקומען צווייט און אייאווע, ער מיז זיין די ערשטע, און אויב ער איז די ערשטע דארט זעעט ער זיך געווינען אלע 50 שטאטען.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

וועלקאם קאליפארניע צו די הויפט פריימערי אשכול!! שרייב נאך.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

זע איך א ווידעא פון דעם קאנאדישן קרוז, ווען ער איז נאך געווען א 18 יעריגער שייגאץ, ווי ער זאגט אז זיי זאך וואס ער וויל אויפטון אין לעבן איז איבערנעמען די וועלט, דאמינעיטן די וועלט, זיין רייך און פאוערפול, גענוי וואס דער קליינער גראבער נארט קאריער בוטשער האט גע'חלומ'ט בי די 18.

נאך א מזל אז אין די אמעריקאנע קאנסטיטושן שטייט אז ממוז זיין א נאטורלעכער געבוירענער בירגער, דאס וועט ווארשיינליך אונז פארזיכערען אז דער שייגאץ קרוז, זאל בלייבן ביים חלומ'ן ביז די הינדרעט.
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

גג על גג
Donald Trump on Sunday gave an inclination of the Republican strategy for boosting Sen. Bernie Sanders (I-Vermont) in his primary against former Secretary of State Hillary Clinton.
At a speech in Iowa on Sunday, the Republican presidential front-runner initially couldn't help going after Sanders, but noted that it may be better strategically for him to hold his fire and let Sanders duke it out with Clinton.

"This guy Bernie Sanders, give me a break," Trump said.

"We haven't even focused on, I mean here's a guy who's a — they say socialist, but some people say he's a communist," Trump continued. "I shouldn't hit him too hard though, because if I hit him too hard then he'll go down, and it'll be a fight with Hillary, and maybe we want a fight for a while. So I'll say, 'Isn't he a wonderful guy?'"

Trump also said his attacks on Clinton were the reason that Sanders has risen in the polls, particularly in early states.

"They're saying, 'Bernie Sanders is surging. It's amazing.' I did that!" Trump said. "I can hit him. I have stuff in mind. I would hit him so hard he would drop."

A few audience members told him to do it anyway, but Trump demurred.

"No, he's too easy. He's really too easy," he said.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

גלען בעק זאגט אז קרוז וועט זיין א נייע דזשארדזש וואשינגטאן.

נא זיכער, וואשינגטאן איז געווען א קאנזעטיווער פילאזאף וועלכער האט שפעקולירט א גאנצן טאג, א פאליטישן וועלכע האט גע'חלומ'ט פון א קאריע לייטער א גאנצן לעבן.

אזוי קאן זיך דאכטן.

וואשינגטאן איז אין פאקט געווען א פארמער מיט פיל צאליגע ארבעטער, ער האט עפעס אויפגעטון אין לעבן, אויפגעשטעלט עפעס א ציווילע נוצבארע זאך, איידערן ווערן פירער.

קרוז זאל ביטע נוצן זיינע טאלאנטן אהיים צו ברענגען פרנסה.

ער וואלט געווען א ערשטקלאסיגער טאוק שאו, עס איז דא לימבא, לעווין, וכו', וועט זיי קרוז אויך.

(פאר בא'טעמ'טע וויצן, אין וועלכע ער מאנגלט, זאל ער מאכן א גוגל טרענסלעט אויף די מילתא דבדיחתא אשכול, וועט ער האבן שטאף אויף די ערשטע שטיק צייט).
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

פאקט פונעם טאג: דאנעלד דשעי. טראמפ טרינקט קיינמאל נישט קיין אלקאהאל.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

דאכצעך אז ער האט עפעס א וואדקע קאמפאני.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

צווייפעל האט געשריבן:דאכצעך אז ער האט עפעס א וואדקע קאמפאני.

פאר א צווייטען נישט פאר זיך, באלד וועסטו נאך זאגן אז ער שלאפט יעדע נאכט און אלע זיינע האטעלס, הייזער.
איך ווייס נישט צו דיע טראמפ וואדקע איז נאך און ביזנעס
..
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

קרוז האט שיין פרנסה צווייפל, באט טענקס פארן זיך נאכפרעגן. און אנדערש ווי דאנעלד האט ער עס נישט באקומען פון אנהייבן מיטן א קליינע הלואה פון א מיליאן דאלער. ווי אויך נישט מיטן טשעפענען מיט אלטע אלמנות און קליינע נעפיוס.

און, בדוו, אז טראמפ קען נישט געווינען אן אלטע באבע, וויאזוי וועט ער מאכן אמעריקע גרעיט עגעין?

דער קומט שוין פאר ווי יחצאל מיטן טיגער..
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אלטע אלמנות מיט קליינט נעפיוס! מה זה???
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מטעמים האט געשריבן:אלטע אלמנות מיט קליינט נעפיוס! מה זה???

נישט אינעם רואיגן ווינקל..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

צווייפל זייער הנאה געהאט פון דיין געשרייבעכץ ממש צום באלעקן טענק יו
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

געקריגן אין אישי

DAVID AXELROD


It was so obvious, I’m embarrassed I missed it.

FROM OUR ADVERTISERS




Like most of the other talking heads on TV, I was haughtily dismissive of Donald Trump’s candidacy. “It’s apparently open mike day in the Republican campaign for president,” I tweeted last June, after Mr. Trump barged into a relatively placid Republican race with a rambling, riotous speech.

Even as he climbed to the top of polls, I confidently predicted that the outrageous Mr. Trump, as transfixing and ubiquitous as he was, was merely a summer fling. He would fade in the fall, when Republican voters got serious about making a long-term commitment.

Seven months later, Mr. Trump has broken just about every rule of conventional campaigning. Short on policy prescriptions and long on provocation, he has serially — and joyfully — insulted Mexicans, women, Muslims, P.O.W.s, people with disabilities and virtually all of his opponents. Yet a week before caucusing begins in Iowa, he still reigns supreme atop the Republican field.

What seemed impossible is now more than plausible: Donald J. Trump, the self-reverential deal maker, could pull off a hostile takeover of the Grand Old Party.

The galling thing is, if I had only reread my own words, written nine years ago to another aspiring candidate, I would have taken the Trump candidacy more seriously from the start.........
.........


It’s far too early to picture the iconic Trump logo affixed to the White House portico. But as the most ardent and conspicuous counterpoint to the man in the White House today, the irrepressible Mr. Trump already has defied all expectations. So, in the parlance of one of his signature businesses, “Who wants to bet?”


http://www.nytimes.com/2016/01/25/opini ... pe=article
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

איך האב געזען א ווידיאו וויאזוי די פראסעס פון די אייאווע קאוקסעס ארבעט, און אויף די ריפאבליקאנע זייט איז עס א קלאוסט בעלעט קאוקעס, משרייבט אריין די נאמען פון די קאנדידאט אין א צעטל און ממאכט עס שיין צי אז קיינער קען נישט זען וואס די האסט געשריבן, סא די תורה אז די עולם גייט זיך שעמעו צי וואוטן פאר טראמפ פאלט אוועק.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

@יואב

איך האב נישט געזאגט אז קרוז גנב'ט, איך האב בלויז געזאגט אז ער האט גארנישט קריעטעד, געבויעט, אויפגעטון, אין א ציווילן לעבן, ווי דזשארדזש וואשינגטאן.

א טיפיקל נישט ארגינעלער מענטש, א פאליטישן, מיט א ציל פון א קאריער.

@קאליפארניע, עס קען זיין אז די בעלאטס זענען פארמאכט, אבער היות מברויך רעדן איינער צום צווייטן, קאנווינסן, איז אפשר ביי יענע חלק וועלן זיך מענטשן שעמען, איך קען נישט די סיסטעם.
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

שיינע מוזיק האט געשריבן:ריק פערי האט אינדארסט טעד קרוז

עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס פערי האט אינדארסירט קרויז, ביידע פארגעסן זייערע 3-5 זאכן וואס זיי האבן געוואלט זאגן ביי די דיבאטעס...
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

זע איך אז טעד קרוז האט צובאקומען א שטימע, ריק פערי זאגט אז ער וועט שטימען פאר קרוז, (אויב זיין ווייב מיסיס פערי וועט אויך ארויסגיין שטימען, קען עס מיינען פאר קרוז פרישע צוויי שטימעס).

לינדזי גרעהעם האט אינדארסט בוש, פערי קרוז, מיט אנגעצויגנקייט ווארטן מיר אויף פאטאקיס אינדארסמענט, איך האב עפעס א פילינג אז ער גייט אינדארסן דעם פאוואליאדיגן קארסאן.

האקט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”