פריימערי - רואיגע ווינקל.

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דאנארשטאג יוני 23, 2016 4:15 pm

צווייפל א טראמפיסט און רעדן אזוי צו די זאך.
גראדע ווערטער קילורין לעינים.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג יוני 28, 2016 1:11 pm

טרויעריק דער מצב אין אמעריקע.

די קרימינאלקע זיצט באקוועם אין די פאללס, ווען די וואלן קומען ווען פאר היינט, געווינט זי מיט א באקוועמע מערהייט.

וואס דאס מיינט פאר אמעריקע?

די הפקר'דיגע פירערשאפט, מיט די לינקע אגענדעס וועלן דאמינירן דאס לאנד, די לינקע נייע ריכטער, די שטארקע 'שוואכע פאליסיס' וועלן אראפשלעפן דאס לאנד, אמעריקע גייט ווערן די נעקסטע פראנקרייך, (פראנקרייך וועט שוין דעמאלט האבן די צווייטע אדער דריטע גרעסטע פארטיי אין פארלימענט 'די איסלאמיק פרענטש פארטי').

אויב מיינט איימיצער אז נאך הילעריס 8 יאר זענען די קלינטאנס פארטיג מיט אמעריקע, זייט וויסן אז איר זענט נישט באהאוונט, הילערי איז בלויז איינע פון ביללס ווייבער, און א מישעל אבאמא פרעזידענשאפט איז זיכער אויך אינעם דיעל, (כעין פוטין/מעדנעוו סייקל) דער ש-דים ראד פון די קלינטאנס וועט נישט אזוי שנעל ארויסלאזן דאס ווייסע הויז, ביז אמעריקע ליגט נישט אויף אירע קניען, גלייב איך נישט אז אבאמא אדער קלינטאן וועלן שלאפן רואיג.

וואס דאס ברענגט מיט מיט זיך, כינע ווערט בקרוב די וועלטס גרויסמאכט, און וועט דאמינירן אזיע, פוטין ווערט צוריק ווערן דער רוסישער צאר, און דאמינירן מיטל מזרח, און א חלק אייראפע, איראן וועט ווערן א נוקלער גרויסמאכט, און אירע אפיליערטע חיזבאללע וועט זי נעמען אינטער איר שוץ, די אראבער וועלן גרינדן א כעין נאטא, אסאד, איראן, וכו', חאמאס גלייב איך האט אויך א צוקונפט דארט.

רדיפות אין אמעריקע אויף חינוך, מילה, שחיטה, ליגט אויפן טיש ביי די לינקע, תועבה גייט ווערן א נארמאלע חלק פונעם לאנד,גענוי ווי אין אייראפע, וועט זיין א חוזק בכלל צו דערמאנען פארנט פון א גוי, אזא זאך אז עס איז דא א באשעפער רח"ל. משיח זאל א ודאי קומען פריער.

פון ביזנעס קענט איר אויך אנהייבן צו פארגעסן, די לעצטע פאר פעקטאריס וועט מען ליקווידירן, ארויס שיקן די לעצטע ביסל דזשאבס קיין אויסלאנד, און איר פלאץ, וועט קאראפציע איבערנעמען, עצה טובה קמ"ל, גיט אויף אייערע דזשאבס ווי פריער, ווייל ווי איך קען די לינקע, איז ווי ווייטער איר זענט פון א דזשאב, וועלן אייערע בענעפיטן זיין גרעסער.

פאניקט נישט, די רעיס איז ווייט פון פארטיג.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג יוני 28, 2016 1:15 pm

די זעלבע שרעק-טאקטיקן וואס מ'האט גענוצט אין ענגלאנד צו אנשרעקן די עולם צו וואוטן רימעין..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג יוני 28, 2016 1:19 pm

ווישוואש האט געשריבן:די זעלבע שרעק-טאקטיקן וואס מ'האט גענוצט אין ענגלאנד צו אנשרעקן די עולם צו וואוטן רימעין..


לאמיר טאקע האפן אז עס זאל אויפטון די זעלבע פעולה וואס עס האט דארט געטון.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג יוני 28, 2016 1:23 pm

צווייפעל האט געשריבן:טרויעריק דער מצב אין אמעריקע.

די קרימינאלקע זיצט באקוועם אין די פאללס, ווען די וואלן קומען ווען פאר היינט, געווינט זי מיט א באקוועמע מערהייט.

וואס דאס מיינט פאר אמעריקע?
.

עס ווייזט אז דער צווייטער וואס לויםט קעגן איר האט אויך פוטער (ארענדזשע?) אויפן קאפ וואס מאכט איר אויסזען אביסל מער מענטשליך ווי זי איז.

צווייפעל האט געשריבן:
אויב מיינט איימיצער אז נאך הילעריס 8 יאר זענען די קלינטאנס פארטיג מיט אמעריקע, זייט וויסן אז איר זענט נישט באהאוונט, הילערי איז בלויז איינע פון ביללס ווייבער,.

פלצטי
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11504
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 28, 2016 1:46 pm

סתם א פראגראמינג מעלדונג פאר צווייפעל: עס איז טאקע זייער באקוועם צו זיצן אינעם אייגענעם ווינקל וואס איר האט געגרינדעט במו ידכם, אבער פאר די אלגעמיינע וואלן האבן אייערע קאלעגעס געגרינדעט א פרישן אשכול, עס רופט זיך "צענטראלע וואלן - פרא טראמפ" (עפעס אזוי), טשעקט עס אויס...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג יוני 28, 2016 1:57 pm

@צווייפעל! מוראדיג גוט ארויסגעברענגט פון אידישן שטאנדפונקט! לאמיר האפען אז די אנקעטעס וועלן טאקע בעסער ווערן ASAP אז נישט וועלן מיר דארפן פאררופן א יום תפלה לאור המצב הנורא!

דארט וואו קלינטאן איז געווען די זונטאג איז א ביטערע אנדייטונג וואס מען קען ערווארטען רח"ל
Mr President We're tiered of winning so much

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג יולי 31, 2016 2:15 pm

צווייפעל האט געשריבן:בס"ד

אויסצוג פון מיין "מכתב גלוי" (אפענע לעטטער) וואס כהאב אפגעשריבן נאך פאר שבועות...
...
זאלן מיר אלע געדענקען איין זאך, אמעריקע איז נישט אונזער לאנד, און דער אייבישטער איז דער ממליך מלכים, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה, אמן.

אחיכם הדורש שלומכם הטוב,
הקטן צווייפעל
נכד לאותה הצדיקת "די באבע צווייפעל".

(שהיתה ידועה בהגעפילטע פיש שלה, שהיתה עושה געפילטע פיש ממש, לא כמו שעושים היום הפיש והגעפילטע פיש בנפרד. לקחה חתיכת ווייט פיש שלימה, ומילאה חלק התחתון במרקחת של פיש,  וככה בשלה אותם, והיה טעים מאוד מאוד) .


;l;p- ;l;p-
געוואלדיגער בריוו! קלאר און זאכליך.

וביותר נהנתי מהחתימה שלך, שהזכרת לטובה הבאבע הצדיקת ע"ה.
אוי! (היינו "קרעכץ שובר לבבות"), ווי נעמט מען היינט אזעלכע געפילטע פיש?!
(חברה מיינען איך מאך א וויץ. כ'מיין עס גראדע גאר ערנסט!)

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג יולי 31, 2016 2:48 pm

צווייפעל האט געשריבן:רדיפות אין אמעריקע אויף חינוך, מילה, שחיטה, ליגט אויפן טיש ביי די לינקע, תועבה גייט ווערן א נארמאלע חלק פונעם לאנד,גענוי ווי אין אייראפע, וועט זיין א חוזק בכלל צו דערמאנען פארנט פון א גוי, אזא זאך אז עס איז דא א באשעפער רח"ל. משיח זאל א ודאי קומען פריער.


דו ביזט ליידער גערעכט. מען טאר נישט מקטרג זיין, אבער אונז ארטאדאקסישע אידן וואלטן זיך געמוזט אנשליסן אין א נאציאנאלע קאמף קעגן די תועבה געזעצן. אנשטאט, שיקן די מוסדות אהיים צעטלעך מ'זאל וועלן פאר די דעמאקראטישע פארטיי "דאון די ליין", בלויז ווייל יענע זאגן צו גרויסע מוציא'ס פאר די מוסדות (און אפשר אויך סעקשאן 8). דאס איז טאקע נישט אויפ'ן נאציאנאלן שטאפל, אבער ווי אזוי קען מען הייסן ערליכע אידן שטימען פאר מענטשן וואס זאגן בקול רם אז זיי גייען קעמפן אויף די זייט פון די תועבה'ניקעס? האבן מיר טאקע פארקויפט אונזער גאנצע אידישקייט פאר א נזיד עדשים?

עס איז קלאר אז אונטער דער דעמאקראט וועלן די זאכן נאר ערגער ווערן. לדוגמה: די לעצטע אנווייזונגען פון אבאמא'ס (סאשעל) דזשאסטיס דעפארטמענט פאר אלע פאבליק שולעס אין אמעריקע. מ'צווינגט אויף זיי ארויף די זאכן. נאר געציילטע קאנסערוואטיווע שטאטן האבן זיך קעגנגעשטעלט און צוגעזאגט אונטערצונעמען א געריכטליכע קאמף.

פאלגענד איז די סדר הדברים:
1. קודם פאדערט מען "טאלעראנץ" פאר די וואס קלערן און פירן זיך אויף "אנדערש", די זעלבע סארט וואס אמאל האט מען פון זיי אפגעשייעט און אין בעסטן פאל אנגעקוקט אלס משוגעים.
2. דאן רופט מען פאר "עקספעטענס" - נעם אים אן באשר הוא, אזוי ווי ער שטייט אין גייט, ווארצלעך און אלעסדינג.
3. דאן ווערט דאס אריינגעשטעלט אין געזעץ, אז דער תועבה'ניק האט א רעכט עוסק צו זיין אין אקציעס וואס מען האט אמאל באטראכט אלס מיאוס און פארברעכעריש, און מען טאר נישט דיסקרימינירן קעגן אים און זיין גלייכן ביים אויפנעמען פאר א דזשאב אא"וו.
4. ענדליך קומט א פאדערונג צו באשטראפן די אלע וואס האלטן זיך ביים אלטן, אינדעווידואלן און ביזנעסער וועלכע שטעלן זיך קעגן די חוקי סדום ועמורה.

מיר האלטן יעצט ביי די פערטע שטאפל. אונזער וועלט איז אויפ'ן קאפ געפאלן, אזוי ווי מיר זעהן אבאמא'ס אדמיניסטראציע באשטראפט בעקערייען און לינקע גרופעס פירן אגיטאציעס אפילו קעגן יחידים. זעה Brendan Eich, דער שעף עקזעקיוטיוו פון מאזילע וועלכער איז ארויסגעצווינגען געווארן פון א פירמע וואס ער האט זעלבסט געגרינדעט, בלויז ווייל ער האט געשטיצט - מיט זיין פריוואטע געלט - א פרא-פאמיליע געזעץ אין קאליפארניע.

טאלעראנץ האט איר געזאגט? דאס ארבעט נאר איין וועג! טאלעראנץ פאר שלעכטס און גרויל!

אין די אלטע סאוויעטן פארבאנד איז געווען גאנגבאר א וויץ:

- מר. ראבינאוויטש, פארוואס ווילט איר עמיגרירן פון די סאוויעטן פארבאנד?
- ווייל איך בין נישט מסכים מיט די סאוויעטישע פאליסי בנוגע תועבה.
- ראבינאוויטש, פופציג יאר צוריק האבן מיר געשאסן תועבה'ניקעס. דרייסיג יאר צוריק האבן מיר זיי ארעסטירט. 10 יאר צוריק - זיי אויפגעזאגט פון ארבעט. און יעצט טוען מיר זיי דאך גארנישט!
- פונקט אזוי! איך וויל עמיגרירן איידער די רעגירונג פאדערט עס...

ווי לאנג קלערט איר איידער די רעגירונג הייבט אן צו רודפ'ן אידישע ביזנעסער וועלכע ווילן נישט צושטעלן קעיטערינג אדער פאטאגראפיע סערוויסעס פאר די עקלהאפטיגע גרופעס?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג מאי 02, 2017 2:26 pm

ברעיקינג!

די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע איז גערופן געווארן אין קאורט דורך די בערני שטיצער, איבער די שטיק וואס זיי האבן געטוהן אז בערני זאל פארלירן די פריימעריס.

יעצט האט די DNC געטענהט אין קאורט, נישט מער און נישט ווייניגער, נאר...
We don't owe anyone a fair primaries

כ'בין נישט ממש שאקירט, ווייל וואס קען מען ערווארטן פון די פארדארבענע ליבעראלן, אבער ס'איז א דורכבראך אז מ'קען אזוי אפען זאגן כ'האב ענק אין בוידעם.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג מאי 02, 2017 2:29 pm

רואיגע אשכול?
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 11:28 pm

;l;p-
צווייפעל האט געשריבן:איך קלער אז טראמפ קען שפארן פאר אמעריקע מער ווי יעדע קאנדידאט.

קודם וועט ער נישט נעמען קיין געהאלט.

צווייטנס עיר פארס וואן קען מען קענסעלן.

דריטנס די העליקאפטער קען מען אויך פארקן, טראמפ האט א אייגענע, פיל שענער, אגב, לאקהיד מארטין ארבעט יעצט אויף א מארין 1 וועלכע גייט קאסטן 20B דאללער, אראפ דערמיט.

טעלעפראנטער, געקענסלט.

פרעסע צימער אין ווייסן הויז קען מען אפשפארן די עלעקטער און ארויסדרייען די באלבס, עס וועט זיין טוויטס, פעיס בוק. און קשיות פון רעפארטערס וועט מען ממילא נישט ענטפערן.

אינדער'אמת'ן אריין ברויך מען נישט די גאנצע ווייסע הויז, אויף די זעלבע גאס (נישט ווייט) האט טראמפ א הערליכע ווייסע האטעל.

;l;p- ;l;p- :lol:
שבעה מי יודע!?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:35 am

viewtopic.php?f=21&t=29260&hilit=מטעמים&start=600

פאר ווער עס וויל ליינען און הנאה האבען - פיינע ווארע צום שמייכלען.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10635
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 01, 2019 1:51 am

בד"וו @מטעמים, דערמאנט פון דיר ביים מעביר סדרה זיין.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:01 am

יא יא געוועהן מיין אושפיזא די וואך
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט