בלאט 1 פון 3

"חנוכה אשכול"

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 2:10 pm
דורך לאקשען ברעט
בס"ד

דא אין דעם אשכול גרייט מען זיך צי אויף חנוכה
אלעס וואס האט ציטוהן מיטען יו"ט חנוכה
איז וועלקאם אין דעם אשכול

אין וועליך זיין אדער מתחיל במצוה

- די קנויטען וואס ריפט זיך "פתילות הפלא" ברענט די בעסטע אין מיין עקספיריענס סיי עס ברענט זייער שיין אין סיי עס טרינקט אויס די גאנצע אויל

-מ'קען שוין אנהייבען צי לערנען בני יששכר אויף חנוכה,

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 3:37 pm
דורך דרך אגב
שכוח לאקשן פארן עס אויפברענגן,

דרך אגב, איך קלער אזוי צו מיר, און איך וויל אז די מנהלים זאלן דאס אויך הערן,
אויב רעדסטו פון בני יששכר איז עס א מורא'דיגע חשובה זאך,
אבער עס קומט אין ביהמ"ד,
דאס קען בלייבן אפען פאר די פארטיס, און די געימס ווי אויך פאר די לאטקעס וחילע.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 3:49 pm
דורך דארפסמאן
לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 3:53 pm
דורך אלעקסיי
אוי חנוכה אוי חנוכה א יו"ט א שיינע

א לעכטיגע א פרייליכע, נישטא נאך אזיינע

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 01, 2008 1:41 am
דורך ביקסאד
זענען מיר דאך שוין אין די חודש האורות, ווייניגער פון שלשים יום, ברענגען מיר אפיר דעם געהענגעל פון די אכטע בלאט [סימנא טבא], און איצטער קאן ר' אלחנן עס אריין לייגן אין זיין שליסל געהעגעל.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 01, 2008 10:41 am
דורך אלחנן
שכוח פאר'ן אינזין האבן, אבער גראדע האב איך עס מתחילה אריינגעלייגט

חנוכה אשכול

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 11:08 pm
דורך אלחנן
ארויפגעברענגט,

לאקשען, ביזט מכובד מיא א חנוכה פשעטיל

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2008 6:47 pm
דורך scy4851
דארפסמאן האט געשריבן:לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ

טאנץ אריין און מיין טאף

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2008 7:03 pm
דורך וזקנתי קאמפיין
גענומען פון זיידעניו'ס טאלק'ס סטאטוס
לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ... טאנץ אריין אין מיין קאפ, מאך שנעל אפ ביי אונזערע קאמפיין, אז דיין שטומע זאל זיין מיין...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2008 8:21 pm
דורך פויער
א לעכטיגן חנוכה פאר אלע יודן וואונטש הרב פויער

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2008 2:22 am
דורך KCSP
א גוטען און פרייליכען תנוכה פאר א יעדעם

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2008 3:26 pm
דורך אלחנן
ווי האלט די לאטקע :?:

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 22, 2008 9:48 pm
דורך אלף בית
אלחנן האט געשריבן:ווי האלט די לאטקע :?:


ס'ברענט שוין דעם צווייטן טאג

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 20, 2009 3:09 pm
דורך הערשי קניהויז
זייער אסאך פובליק פלעצער קען מען זעהן חנוכה ארויסגעשטעלט מנורה'ס מיט דריידליך, פארוואס איז עס טאקע אזוי אז חנוכה זעהט מען אז די גויאישע גאס האלט דאס מיט?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 20, 2009 3:22 pm
דורך קרעמער
עס איז נישט אזוי ווייט די גוים, ווי די חב"ד'סקער (להבדיל).

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 29, 2010 10:20 pm
דורך פונקטליך
אלחנן האט געשריבן:ארויפגעברענגט,

לאקשען, ביזט מכובד מיט א חנוכה פשעטיל

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 29, 2010 11:03 pm
דורך לאקשען ברעט
גוט גיימער זאגען א פשעטעל,

ס'שטייט אז פתילות ושמנים וואס איז נישט כשר אויף שבת איז יא כשר אויף חנוכה, שטעלט זיך די פראגע, ממה נפשך האט עס א הכשר אידעך עס כשר אין אז נישט איז עס דאך טרייף, איז וואס א חילוק צי ס'שבת אדער חנוכה,

אלא מאי מוז מען זאגען אז באמת האבען ביידע א הכשר, נאר וואס דען חנוכה קען מען זיך פארלאזען אויף א שוואכערען הכשר אין שבת דארף מען מחמיר זיין אויף א בעסערען הכשר,

לויט דעם איז אבער שווער, ווייל מ'זעהמער דאך אז ביים נס חנוכה האט מען געניצט אויל מיטען הכשר פינעם כהן גדול אליינס וואס דאס איז זיכער געווען א מהודר'דיגען הכשר אין ווי קענסטע זאגען אז חנוכה קען מען זיך פארלאזען אויף א שוואכען הכשר,

אלא מאי מיז מען זאגען, אז נישט די הכשר איז די נידון דא נאר די נידון איז טרענס פעט, אז א גאנץ יאר טאר מען נישט ניצען קיין טרענס פעט, אבער חנוכה מעג מען יא ניצען טרענס פעט, אבער דאס איז געזאגט געווארען דוקא פאר די מנורה, אבער פאר די לאטקעס טאר נישט זיין קיין טרענס פעט,

ווייל די פראגע שטעלט זיך, אז טאמער די גריכען האבען מטמא געוועזען די אויל האט מען עס דאך געקענט מטהר זיין דורעך טובלען, נאר וואס דען, מיז זיין אז זיי האבען אריין געלייגט טרענס פעט אין די אויל אין ממילא האט מען עס נישט געוואלט ניצען, אך וואסערע שטותים רעד איך דא צאם..... ס'נישט פורים היינט , א גוטען טאג

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 29, 2010 11:04 pm
דורך שמערי בערי
המממ, די אויל איז אויך וואקסינירט?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 3:43 am
דורך טהור-עיניים
כאנאך קיין ווארט נישט געליינט אין דעם אשכול, אבער אזוי ווי איך וויל שוין גיין שלאפן, און ערשט יעצט באמערקט איך אז עס איז בכלל דא א חנוכה אשכול, מ'האלט שוין נאכן פערדן לעכטל און איך האב נאך נישט באזוכט דא? בינעך קודם אריין אהער, א שאקל טון ס'קעפל

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 2:08 pm
דורך דזשעב 012
נישט כאפן, מאשקע גייט טיילן פאר יעדעם.
(גיב אויך איינס פאר וויכי)

בילד

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 06, 2010 12:28 pm
דורך סתם_אזוי
סזעהט אויס גווווט!!

חנוכה אין טשעבין (באבוב)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 12:13 am
דורך פארשריבן
ר' שאול הוטטערער ז"ל דערציילט:

ל"ג בעומר, תרצ"ג, בין איך דאס ערשטע מאל געקומען צו כ"ק מרן אדמו"ר זצ"ל. דאס איז געווען אין טשעבין. געקומען בין איך א דאנק ר' אהרן מיללער נ"י. אזוי ווי איך האב געהאט א שיינע שטימע, האט מיך ר' אהרן אריינגענומען אין זיין קאפעליע, און מיר זענען אלעמאל געפארן אינאיינעם קיין טשעבין.

ווען איך האב שוין אנגעהויבן צו פארן רעגלמעסיג קיין טשעבין, בראש מיט ר' אהרן מיללער נ"י, זענען מיר אלעמאל געפארן אויף שבת חנוכה.
חנוכה האט דער רב געפירט צוויי טישן; איין טיש ביינאכט און איין טיש בייטאג. ביינאכט האט דער רב געטיילט ברויט מיט קעז, און בייטאג ברויט מיט קראצבארשט (א הערינג סאלאט מיט צוויבל).
מוצש"ק האט דער רב ז"ל מכבד געווען אהרן מיט דער קאפעליע צו זינגען "המבדיל". אהרן האט געזינגען א המבדיל וואס ער האט אליין פארפאסט. איך האב דעמאלט געזינגען אַ סאָלאָ אויף "נחנו בידך כחומר". דער רב ז"ל האט זיך געגעבן א הייב אויף, צו זעהן ווער עס זינגט דעם סאָלאָ.
זונטאג האט דער רב ז"ל מכבד געווען אהרן מיט דער קאפעליע צו זינגען "הנרות הללו" און "מעוז צור". די ניגונים זענען אויך געווען אהרנ'ס. איך האב געזאגט סאָלאָ, להב"ח ר' הערשל טויבער אַ סאָלאָ, און בעריש צווערלינג - מיט זיין שאגת ארי - אַ סאָלאָ.

זונטאג איז מיין טאטע ע"ה געקומען פון קאטאוויץ צו חנוכה לעכט.
דער רב ז"ל האט נישט געלאזט ביי די חנוכה לעכט שטיין אויף א באנק. דער טאטע איז אבער געווען זייער א הויכער, אז ס'האט זיך געקענט דאכטן אז ער שטייט אויף א באנק. האט מען געשריגן ער זאל אראפגיין פון דער באנק...
נאך די האלבע שעה האט ר' יחזקא'לע ראטטענבערג הי"ד געזינגען הנרות הללו, און הבחור החשוב משה אהרן - בנו הצעיר פון רב - האט געזינגען די צוויי "שיר המעלות". דערנאך האט מען געטיילט בראנפען פאר די בעלי בתים.

להקליק נר חנוכה

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 6:43 am
דורך זיידענע בעקיטשע
דעריבער, צינד קינדער, די חנוכה לעכטעלך אן.
גייט אריין אנצונדן די חנוכה לעכט :lol: :lol: .
http://ak.prog.co.il/chanuka/

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 7:09 am
דורך msp
אין זוה"ק שטייט לא תירא לביתה משלג כי כל ביתה לבוש שנים
אל תיקרי שנים אלא שנים
[שוא-שין פתח-נון חיריק-יוד]
מזוזה ונר חנוכה
הובא בבני"ש
האב איך געטראכט א ביאור
אז זי מזוזה האלט אפ די קאלטקייט און די טונקעלקייט פון די גאס אריין צו קומען ביי אונז אין שטוב
און די נר חנוכה ברענגט אריין א ווארימקייט און לעכטיגקייט ביי אונז אין שטוב
בבחינת סור מרע ועשה טוב

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 10:10 am
דורך מכטי1
געוואלדיג מנחם שלום!!!