בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 10:37 am
דורך msp
מעוז צור
מיין הילף קומט פון דיר
לך צו לויבען איז דאך שיין
תכון בית
ווי מען דאווענט בכל עת
ושם תודה וועט מען מקריב זיין
בעת תכין אנ'עונש פאר זייערע זינד
מצר וואס בילט ווי א הינט
אז אגמור
ס'זאל שוין זיין אין אונזער דור
צוריק צו באנייען דער מזבח געשווינד
דער עולם וויל נאך?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 10:52 am
דורך מכטי1
מנחם שלום, אייגענס?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 11:06 am
דורך msp
יעפפפפ
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 1:43 pm
דורך שמו
msp האט געשריבן:מעוז צור
מיין הילף קומט פון דיר
לך צו לויבען איז דאך שיין
תכון בית
ווי מען דאווענט בכל עת
ושם תודה וועט מען מקריב זיין
בעת תכין אנ'עונש פאר זייערע זינד
מצר וואס בילט ווי א הינט
אז אגמור
ס'זאל שוין זיין אין אונזער דור
צוריק צו באנייען דער מזבח געשווינד
דער עולם וויל נאך?
א פאני קשי'
ווער וויל דען נישט געניסן פון די שיינע אפטייטש,
נאר אפשר מאך אויך אויף דעם ניגון פון שבת חנוכה האי האי האי בית כור תמכור תחקור תשכור בית כור, וכו'
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 4:23 am
דורך msp
רעות שבעה
על זה לבנו דוה
ביגון האט ער אויסגעלאשען אונזער קראפט
חיי מררו
נישט געלאזט צוריה
ווען די מצריים האבען אונז פארשקלאפט
ובידו מיט זיין גרויסע האנט
האט השם ארויסגענומען זיין דיאמאנט
חיל פרעה
און זיינע קינדער אויך אזוי
פארזינקען אין ים ווי א שטיין און ווי זאנד
דביר קדשו מיט פראכט
האט השם אונז געבראכט
מיר זענען דאך אויך דארט נישט געבליבען שטיל
ובא נוגש מיט א דריק
אונז אין גלות געפיהרט צוריק
ווייל מיר האבען געדינט עבודות זרות פיהל
מען האט אונז דארט אזעלכע צרות אהנגעמאכט
דאס איז דער סוף אזוי האט אונז געדאכט
פאר בבל א סוף
און אידען ווידער ארויף
הערשט נאך א זיבעציג-יעריגע נאכט
כרות קומת ברוש
כלל ישראל'ס ראש
דאס איז געווען המן'ס פלאן
ונהיתה לו לפח
צופאלען דער זאך
זיין גאוה האט זיך פארקלענערט דאן
מרדכי האסטו געגעבען דער קרוין
און דער פיינט זיין פארדינטע לוין
אלע זיינע קינדער
און זיין פארמעגען באזינדער
האסטו אויפגעהאנגען אויפ'ן בוים
די טונקעלע יוונים
אקעגען דיינע בנים
אין די חשמונאים'ס טעג זענען געקומען צוזאם
ופרצו חומות
מיט זייערע טומאות
מטמא געוועהן אלע שמנים כמעט אהן אויסנאם
דאך פון א קריגעלע א קליינע
איז געשעהן א נס פאר די רויזען דיינע
בני בינה
די אכט טעג דא
האבען געמאכט פאר א יום טוב א שינע
חשוף זרוע
לאז מער נישט זיין קיין טרויער
די גרויסע ישועה זאל מען שוין דערלעבען
נקום נקמת דם
פארגאסין ווי א ים
די פאלק פון פארברעכערס זאלסטו צוריקגעבען
ווייל ס'איז שוין אדארך אזא לאנגע צייט
און מיר זעהן נישט קיין עק צו די יסורים-קייט
דחה אדמון
וואס הערשט אין רוים
שטעל אויף די זיבען פאסטעכער, מיר זענען שוין גרייט!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 5:15 am
דורך זיידענע בעקיטשע
זייער שיין
אפשר געב דאס פאר איינער וואס מאכט ניגונים זאל ארויס געבן א שיינער ניגון אויף דעם.
אין דערנאך שיק דאס פאר יוסף משה כהנא זאל דאס ארויף לייגן אויף לחיים טיש חנוכה 2
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 5:34 am
דורך msp
שכוח
אבער וועל איך דאך ווערען נתגלה...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 5:48 am
דורך מכטי1
msp האט געשריבן:שכוח
אבער וועל איך דאך ווערען נתגלה...
ער וועט עס נעמען אהן וויסען ווער די ביסט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 5:50 am
דורך msp
אוי מכטי
וועל איך דאך נישט באקומען קיין קרעדיט פאר דעם...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 11:06 am
דורך מכטי1
msp האט געשריבן:אוי מכטי
וועל איך דאך נישט באקומען קיין קרעדיט פאר דעם...
ס'איז ב"ה דא גענוג אין אונזער קרעטשמע! מ'וועט דיך שוין געבען, די עיקר ער וועט דיך געבען אפאר פענגעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 11:35 am
דורך ישלהוסיף
לאקשען ברעט האט געשריבן:בס"ד
דא אין דעם אשכול גרייט מען זיך צי אויף חנוכה
אלעס וואס האט ציטוהן מיטען יו"ט חנוכה
איז וועלקאם אין דעם אשכול
אין וועליך זיין אדער מתחיל במצוה
- די קנויטען וואס ריפט זיך "פתילות הפלא" ברענט די בעסטע אין מיין עקספיריענס סיי עס ברענט זייער שיין אין סיי עס טרינקט אויס די גאנצע אויל
-מ'קען שוין אנהייבען צי לערנען בני יששכר אויף חנוכה,
הרב לאקש ה' ירום כבודו
אונם 'היכל הנגינה' אשכול האב איך זיך געבעטן מיט טרערן אין די אויגען, מ'זאל רחמנות האבען, און מיר צוליעב טוהן צו שיקען לינק'ס איך זאל קענען דאונלאדען
חנוכה ניגונים וואס מזינגט בחצרות הצדיקים, מאיגנארירט מיר דארט, כאילו כ'וואלט געוועהן א ווער-ווייסט-וואס,
העלף מיר אויב קענסטו, אין ביטע ניצט אייער אינפלאונס אין השפעה דארט אין יענעם אשכול
ייש"כ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 11:37 am
דורך מר. פאטאשאפ
דעם ארטיקל פון יענטאאש איבער זיין קליינע שוואגער חיים חעסקי האפעך נאך איבערצוליינען לכבוד חנוכה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 11:44 am
דורך leiby
אמת, זייער שיין,
געמאכט דא אויפן פלאץ? אדער פון די ארכיוון
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 11:56 am
דורך msp
רבי לייבעל
אויב דו רעדסט צו מיר
עס איז פון די ארכיווען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 1:00 pm
דורך leiby
וודאי רעד איך צו אייך, נו געט עס ארויס וואס נאך איר האט אין אייערע אמרות טהורות/חידושי תורה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 2:00 pm
דורך שמו
הרב msp א גרויסן יישכ כח
ס'איז מורא'דיג שיין, האסט דאס אליין געמאכט, אדער ס'איז באזירט אויף אלטע אידישע ניגונים?
ס'איז דאך מלא טעם, און ס'האט א זעלטענעם טעם זקנים, אין 2011 טרעפט זיך שוין כמעט נישט אזעלכע זאכן,
חזק ואמץ, האלט אן ווייטער.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 09, 2011 4:00 am
דורך msp
הרב שמו
א דאנק פאר די קאמפלימענט
איך האב עס געמאכט גאנץ אליין
מסתמא איז דאס נאך אלטמאדיש ווייל איך באלאנג צו אנ'עלטערע דור...
חדש ימינו כקדם
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 09, 2011 11:38 am
דורך שמו
ח"ו, נישט געמיינט צו זאגן אלטמאדיש, כלומר, אז היינטיגע סטייל איז ח"ו בעסער
רחמנא ליצלן מהאי דעתא,
איך בין פשוט נתפעל געווארן, פון דעם טעם זקנים וואס איר האט, נישט ווי די היינטיגע צודרייטע זינגער'ס, וואס מאכן גראמען לויט דעם מוזיק, און ס'האט נישט קיין טעם וריח,
נאר איר האט געמאכט א זעלטענע גוטע שטיקל, חזק ואמץ, און שטעלט אייך נישט אפ
אפשר וועט נאך אויף חנוכה תשע"ב ארויסקומען א טעיפ "חנוכה המפורש"
האלט אן ווייטער
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 12:01 pm
דורך שמו
ר' msp איך האב נישט געמיינט צו זאגן, האלט אן, אז די זאלסט דאס אנהאלטן און נישט ארויסגעבן,
ביז חנוכה זאל יעדע פאר שעה זיין א פריש, ס'איז דאך געוואלדיג
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 12, 2011 4:26 am
דורך msp
דאגה נישט הרב שמו
כ'האב נישט געמיינט בכלל אז איר מיינט עפעס טשעפען
בכלל נישט
כ'האב פארשטאנען וואס איר מיינט
און אדרבה אלטמאדיש איז דאך ווארים און באטעמט לענ"ד
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 12, 2011 6:20 am
דורך msp
פאר וועמען עס אינטערעסירט
האב איך אביסעל געשריבען אין מדי שבת בשבתו ומועד במועדו וועגען חנוכה ענינים
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 12, 2011 9:22 am
דורך מכטי1
msp האט געשריבן:פאר וועמען עס אינטערעסירט
האב איך אביסעל געשריבען אין מדי שבת בשבתו ומועד במועדו וועגען חנוכה ענינים
וואו איז דאס?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 12, 2011 9:24 am
דורך msp
אין ידיעות התורה דבית המדרש דקרעטשמע
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 12, 2011 10:44 am
דורך msp
דער באוויסטע קשיא פון בית יוסף ווערט שוין געפרעגט דארך דער רא"ש אין תוספות הרא"ש אויף שבת כ"א ע"ב
מיט די דריי תירוצים און די צוויי קשיות פון פרי חדש אויף די תירוצים
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 3:43 pm
דורך לובלין