Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

"חנוכה אשכול"

זונטאג נובמבר 11, 2007 2:10 pm

בס"ד

דא אין דעם אשכול גרייט מען זיך צי אויף חנוכה
אלעס וואס האט ציטוהן מיטען יו"ט חנוכה
איז וועלקאם אין דעם אשכול

אין וועליך זיין אדער מתחיל במצוה

- די קנויטען וואס ריפט זיך "פתילות הפלא" ברענט די בעסטע אין מיין עקספיריענס סיי עס ברענט זייער שיין אין סיי עס טרינקט אויס די גאנצע אויל

-מ'קען שוין אנהייבען צי לערנען בני יששכר אויף חנוכה,

Advertisement

זונטאג נובמבר 11, 2007 3:37 pm

שכוח לאקשן פארן עס אויפברענגן,

דרך אגב, איך קלער אזוי צו מיר, און איך וויל אז די מנהלים זאלן דאס אויך הערן,
אויב רעדסטו פון בני יששכר איז עס א מורא'דיגע חשובה זאך,
אבער עס קומט אין ביהמ"ד,
דאס קען בלייבן אפען פאר די פארטיס, און די געימס ווי אויך פאר די לאטקעס וחילע.

זונטאג נובמבר 11, 2007 3:49 pm

לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ

זונטאג נובמבר 11, 2007 3:53 pm

אוי חנוכה אוי חנוכה א יו"ט א שיינע

א לעכטיגע א פרייליכע, נישטא נאך אזיינע

מאנטאג דצמבר 01, 2008 1:41 am

זענען מיר דאך שוין אין די חודש האורות, ווייניגער פון שלשים יום, ברענגען מיר אפיר דעם געהענגעל פון די אכטע בלאט [סימנא טבא], און איצטער קאן ר' אלחנן עס אריין לייגן אין זיין שליסל געהעגעל.

מאנטאג דצמבר 01, 2008 10:41 am

שכוח פאר'ן אינזין האבן, אבער גראדע האב איך עס מתחילה אריינגעלייגט

חנוכה אשכול

דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 11:08 pm

ארויפגעברענגט,

לאקשען, ביזט מכובד מיא א חנוכה פשעטיל

זונטאג דצמבר 21, 2008 6:47 pm

דארפסמאן האט געשריבן:לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ

טאנץ אריין און מיין טאף

זונטאג דצמבר 21, 2008 7:03 pm

גענומען פון זיידעניו'ס טאלק'ס סטאטוס
לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ... טאנץ אריין אין מיין קאפ, מאך שנעל אפ ביי אונזערע קאמפיין, אז דיין שטומע זאל זיין מיין...

זונטאג דצמבר 21, 2008 8:21 pm

א לעכטיגן חנוכה פאר אלע יודן וואונטש הרב פויער

מאנטאג דצמבר 22, 2008 2:22 am

א גוטען און פרייליכען תנוכה פאר א יעדעם

מאנטאג דצמבר 22, 2008 3:26 pm

ווי האלט די לאטקע :?:

מאנטאג דצמבר 22, 2008 9:48 pm

אלחנן האט געשריבן:ווי האלט די לאטקע :?:


ס'ברענט שוין דעם צווייטן טאג

זונטאג דצמבר 20, 2009 3:09 pm

זייער אסאך פובליק פלעצער קען מען זעהן חנוכה ארויסגעשטעלט מנורה'ס מיט דריידליך, פארוואס איז עס טאקע אזוי אז חנוכה זעהט מען אז די גויאישע גאס האלט דאס מיט?

זונטאג דצמבר 20, 2009 3:22 pm

עס איז נישט אזוי ווייט די גוים, ווי די חב"ד'סקער (להבדיל).

מאנטאג נובמבר 29, 2010 10:20 pm

אלחנן האט געשריבן:ארויפגעברענגט,

לאקשען, ביזט מכובד מיט א חנוכה פשעטיל

מאנטאג נובמבר 29, 2010 11:03 pm

גוט גיימער זאגען א פשעטעל,

ס'שטייט אז פתילות ושמנים וואס איז נישט כשר אויף שבת איז יא כשר אויף חנוכה, שטעלט זיך די פראגע, ממה נפשך האט עס א הכשר אידעך עס כשר אין אז נישט איז עס דאך טרייף, איז וואס א חילוק צי ס'שבת אדער חנוכה,

אלא מאי מוז מען זאגען אז באמת האבען ביידע א הכשר, נאר וואס דען חנוכה קען מען זיך פארלאזען אויף א שוואכערען הכשר אין שבת דארף מען מחמיר זיין אויף א בעסערען הכשר,

לויט דעם איז אבער שווער, ווייל מ'זעהמער דאך אז ביים נס חנוכה האט מען געניצט אויל מיטען הכשר פינעם כהן גדול אליינס וואס דאס איז זיכער געווען א מהודר'דיגען הכשר אין ווי קענסטע זאגען אז חנוכה קען מען זיך פארלאזען אויף א שוואכען הכשר,

אלא מאי מיז מען זאגען, אז נישט די הכשר איז די נידון דא נאר די נידון איז טרענס פעט, אז א גאנץ יאר טאר מען נישט ניצען קיין טרענס פעט, אבער חנוכה מעג מען יא ניצען טרענס פעט, אבער דאס איז געזאגט געווארען דוקא פאר די מנורה, אבער פאר די לאטקעס טאר נישט זיין קיין טרענס פעט,

ווייל די פראגע שטעלט זיך, אז טאמער די גריכען האבען מטמא געוועזען די אויל האט מען עס דאך געקענט מטהר זיין דורעך טובלען, נאר וואס דען, מיז זיין אז זיי האבען אריין געלייגט טרענס פעט אין די אויל אין ממילא האט מען עס נישט געוואלט ניצען, אך וואסערע שטותים רעד איך דא צאם..... ס'נישט פורים היינט , א גוטען טאג

מאנטאג נובמבר 29, 2010 11:04 pm

המממ, די אויל איז אויך וואקסינירט?

זונטאג דצמבר 05, 2010 3:43 am

כאנאך קיין ווארט נישט געליינט אין דעם אשכול, אבער אזוי ווי איך וויל שוין גיין שלאפן, און ערשט יעצט באמערקט איך אז עס איז בכלל דא א חנוכה אשכול, מ'האלט שוין נאכן פערדן לעכטל און איך האב נאך נישט באזוכט דא? בינעך קודם אריין אהער, א שאקל טון ס'קעפל

זונטאג דצמבר 05, 2010 2:08 pm

נישט כאפן, מאשקע גייט טיילן פאר יעדעם.
(גיב אויך איינס פאר וויכי)

בילד

מאנטאג דצמבר 06, 2010 12:28 pm

סזעהט אויס גווווט!!

חנוכה אין טשעבין (באבוב)

דאנערשטאג דצמבר 09, 2010 12:13 am

ר' שאול הוטטערער ז"ל דערציילט:

ל"ג בעומר, תרצ"ג, בין איך דאס ערשטע מאל געקומען צו כ"ק מרן אדמו"ר זצ"ל. דאס איז געווען אין טשעבין. געקומען בין איך א דאנק ר' אהרן מיללער נ"י. אזוי ווי איך האב געהאט א שיינע שטימע, האט מיך ר' אהרן אריינגענומען אין זיין קאפעליע, און מיר זענען אלעמאל געפארן אינאיינעם קיין טשעבין.

ווען איך האב שוין אנגעהויבן צו פארן רעגלמעסיג קיין טשעבין, בראש מיט ר' אהרן מיללער נ"י, זענען מיר אלעמאל געפארן אויף שבת חנוכה.
חנוכה האט דער רב געפירט צוויי טישן; איין טיש ביינאכט און איין טיש בייטאג. ביינאכט האט דער רב געטיילט ברויט מיט קעז, און בייטאג ברויט מיט קראצבארשט (א הערינג סאלאט מיט צוויבל).
מוצש"ק האט דער רב ז"ל מכבד געווען אהרן מיט דער קאפעליע צו זינגען "המבדיל". אהרן האט געזינגען א המבדיל וואס ער האט אליין פארפאסט. איך האב דעמאלט געזינגען אַ סאָלאָ אויף "נחנו בידך כחומר". דער רב ז"ל האט זיך געגעבן א הייב אויף, צו זעהן ווער עס זינגט דעם סאָלאָ.
זונטאג האט דער רב ז"ל מכבד געווען אהרן מיט דער קאפעליע צו זינגען "הנרות הללו" און "מעוז צור". די ניגונים זענען אויך געווען אהרנ'ס. איך האב געזאגט סאָלאָ, להב"ח ר' הערשל טויבער אַ סאָלאָ, און בעריש צווערלינג - מיט זיין שאגת ארי - אַ סאָלאָ.

זונטאג איז מיין טאטע ע"ה געקומען פון קאטאוויץ צו חנוכה לעכט.
דער רב ז"ל האט נישט געלאזט ביי די חנוכה לעכט שטיין אויף א באנק. דער טאטע איז אבער געווען זייער א הויכער, אז ס'האט זיך געקענט דאכטן אז ער שטייט אויף א באנק. האט מען געשריגן ער זאל אראפגיין פון דער באנק...
נאך די האלבע שעה האט ר' יחזקא'לע ראטטענבערג הי"ד געזינגען הנרות הללו, און הבחור החשוב משה אהרן - בנו הצעיר פון רב - האט געזינגען די צוויי "שיר המעלות". דערנאך האט מען געטיילט בראנפען פאר די בעלי בתים.

להקליק נר חנוכה

מיטוואך דצמבר 07, 2011 6:43 am

דעריבער, צינד קינדער, די חנוכה לעכטעלך אן.
גייט אריין אנצונדן די חנוכה לעכט :lol: :lol: .
http://ak.prog.co.il/chanuka/

מיטוואך דצמבר 07, 2011 7:09 am

אין זוה"ק שטייט לא תירא לביתה משלג כי כל ביתה לבוש שנים
אל תיקרי שנים אלא שנים
[שוא-שין פתח-נון חיריק-יוד]
מזוזה ונר חנוכה
הובא בבני"ש
האב איך געטראכט א ביאור
אז זי מזוזה האלט אפ די קאלטקייט און די טונקעלקייט פון די גאס אריין צו קומען ביי אונז אין שטוב
און די נר חנוכה ברענגט אריין א ווארימקייט און לעכטיגקייט ביי אונז אין שטוב
בבחינת סור מרע ועשה טוב

מיטוואך דצמבר 07, 2011 10:10 am

געוואלדיג מנחם שלום!!!
שרייב א תגובה

Advertisement