בלאט 1 פון 1

והייתם נקיים: איך בין זייער ביזי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 5:26 pm
דורך מיללער
פאר די פילע אנפראגעס בנוגע מיין רעדוקציע און צייט שפענדונג, וויל איך אייך מעלדן אז דאס איז נישט צוליב עפעס א דיפעקט אונעם קרעטשמע חלילה אדער די שרייבער, ניין אל יתלו הסרחון אלא בי, מי מעכב? ביזי שבעיסה, איך אביסל אנגעשטרענגט מיט די ארבעט, איך האף זיך צו שטעלן אויפן קאפ בקרוב, ווען איך וועל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די ארבעט.

פאר די פילע וואס האבן נישט אנגעפרעגט, וויל איך אייך נישט מעלדן אז דאס איז נישט צוליב עפעס א דיפעקט אונעם קרעטשמע חלילה אדער די שרייבער, ניין אל יתלו הסרחון אלא בי, מי מעכב? ביזי שבעיסה, איך אביסל אנגעשטרענגט מיט די ארבעט, איך האף זיך צו שטעלן אויפן קאפ בקרוב, ווען איך וועל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די ארבעט, אבער איר קענט עס געוואור ווערן ביי די וואס האבן יא געפרעגט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 5:29 pm
דורך קרעמער
מילא מילער, נו, ביזי ווי ביזי, איז דאך ביזי בזיונות, אבער וואס האסטו געטאן מיט אונזער רבינו הגדול???

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 5:46 pm
דורך מיללער
אביסל האב איך געשריבן די תגובה קרעמער, מיט א פניה אז דער רבי זאל אויך מודה זיין די סיבה אויף זיין אפוועזנהייט, נא ונזכה ונחיה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 5:47 pm
דורך אנדי פעטיט
וועלעכע רבי?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 5:49 pm
דורך מיללער
סתם רבי איז בני היכלא
סתם דיין איז סאכדעס
סתם רב איז זארעכפעפפער
און סתם יענקל איז יענקל מיללער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 6:13 pm
דורך צייטליך
ובזה לא יצאתך ידי חובתך..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 6:56 pm
דורך דארפסמאן
אין וואס איז סתם מיללער ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 7:58 pm
דורך מאשקע
סתם זיס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 10:09 pm
דורך איך_הער
דארפסמאן האט געשריבן:אין וואס איז סתם מיללער ?


ביר.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 09, 2007 1:44 pm
דורך סאכדעס
די אשכול פון אויבן ביז אראפ, - חוץ איין שורה - איז צום לאכן און לאכן און לאכן, נאון סטאפ.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 10, 2007 9:57 pm
דורך בני היכלא
ווער עס קען אויסטרעפן א וועג, וויאזוי זיך צו דרייען דא אריין און ארויס אומבאמערקט, וועט שיין באלוינט ווערן.

דאס איז אמאל זיכער, אז פאר מאנכע געלונגט עס, שוין איינמאל..

איי פארוואס מיר נישט?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 2:27 am
דורך קרעמער
וואס זאל איך דא צוריקשרייבן?? סתם שרייבן אז איך האב עס געליינט און איבערגעליינט און איך ווייס נישט וואס צוריקצושרייבן??

זאגסט גוט. דאס וועל איך טאקע טאן..

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 4:21 pm
דורך איך_הער
איכעל טוהן דאס וואס קרעמער.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 4:33 pm
דורך בני היכלא

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 4:48 pm
דורך אלעקסיי
איכעל טון ווי קיינער פון ענק, כ'שרייב גארנישט!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 4:54 pm
דורך דארפסמאן
איך שרייב יא

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 4:57 pm
דורך אלעקסיי
מילא איך בין ביזי שרייב איך נישט, אבער פארוואס עפעס אין די וועלט שרייבסטו יא?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 6:14 pm
דורך abimlaibt
שוין אז כאלא זאגט נישט איז וואס בלייבט נאך איבער צו זאגען?
דאס וואס קרעמער אדער כער אדער אלעקסיי אדער בני היכלא אליין?
נעה דאס קומט נישט און בטראכט, אבער דאס קען טאקע זיין די סיבה בעני,
נאך אזא ארטיקעל, וואסע שייך צו זאגען, און כער האט שוין געפרעגט ברבים,
די פראגע איז וואס טוט מען דא ווייטער? ודברי כאלי כאלי פךפפךך