איך בין געווען ביי א קידוש שבת צופריה
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 04, 2007 1:24 pm
וועם גייט אן אז איך בין געווען ביי פארוואס שרייב איך דאס? ווייל איך וויל אז יעדער זאל וויסן דערפון, יעדע זאל זיך אפלערנען דערפון, און יעדער זאל דאס געדענקן!
איך קום אריין צום קידוש, די טישן זענען געווען באדעקט מיט הערליכע שניי ווייסע טישטוכער, פילע טעצער קעיק, ברוינפן און גרעיפ דזשוס. והעיקר, די הערינג! עפעס נישט נארמאל! ומאטיאש הערינג רב כיד המלך... גענוג פאר פינף סעודת-שלמה-בשעתו'לעך. און אייער קיכלעך מאן דכר שמיה, עפעס אזא רחבות! נישט צום באשרייבן!
געווען איז דאס ווען די זיבעטע צוויבל פונעם צענטן הערינג האט זיך ארויפגעדראפעט קוים מיט צרות אויפן צוועלפטן אייער קיכל און די אויל איז גערינען צו אלע זייטן... שפיר איך פלוצים ווי אלעמענס אויגן זענען געווענדעט צו מיר! נעמליך? דער מייסד הקרעטשמע האט זיך אראפגעזעצט הארט נעבן גרויזאמער! נישט נאר דאס... ער כאפט אזא פריינטליכע שמועס אזש מען האט געקענט מיינען אז נישט ער איז דער מייסד הקרעטשמע... וואס זוכט ער נעבן מיר? און ביי די וועג, וואס זוכט ער דא בכלל?
און אויב מיינט איר די מעשה איז פארטיג... נע! ווייט פון פארטיג!
מיט די לינקע אויגן ברעמען העכער די שיעור פיאות ווייזט ער מיר אזוי ווינקענדיג אויף א ספעציפישן טיש... זעסט דארט? - יא, וואס איז דארט? - נו? דו פארשטייסט נישט? - ניין - קוק בעסער!
או מיי! וואס עהעל ווילן זיי פון מיר די חברה, די גאנצע קרעטשמע איז געקומען קוקן וויאזוי גרויזאמער עסט הערינג? איין טאג א וואך פארגינט עטץ מיר נישט די מנוחה?
ווען נישט איך וואלט מיך געשעמט וואלט איך צוזאמענגערופן א אידעלע, אבי-מ'לעבט, לחיים ולברכה, צייטליך, שוועמל, פענסטער, ישראל הלוי, דיפלאמאט, איוואן, בן הרחמן, און זיך ארויסגעלאזט אין א "חיי ה'" רקידהלע. נארוואזשע דען? דער דענס אין די קרעטשמע איז פארשפארט שבת!, פלאס, די דענס אין די קרעטשמע נעמט נאר די קאפ פונעם קאסטומער אריין אינעם רקידה'לע, און דא האב איך דייקא געוואלט אז די גאנצע 'שישו מעי' מיט די פילפארביגע הערינג פיש טענקס זאלן זיך מיטפרייען.
נאכן אנוואונטשן מזל טוב פאר דעם בעל שמחה - א נאטנע חבר מיינע- האב איך פארשעמטערהייט פארלאזט דעם זאל.