דער פאריקטע זייגער
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 03, 2007 11:55 pm
בס"ד
-פינחס'ל אין בעט אריין
-אבער טאטי ס'נאך אזוי פרי
-וואסהייסט פרי ס'שוין צען אזייגער , אין די דארפסט אויפשטיין מארגען
-אבער טאטי כ'האב שוין געריקט מיין זייגער ,סינאך ניין אזייגער
-ניין מען ריקט ערשט דעם זייגער שפעטער יעצט גייט מען נאך אויפען אלטען זייגער
-אבער מען שטייט דאך אויף אויף די נייע זייגער, כ'קען נישט אזוי לאנג זיין אין בעט
-אקעי קענסט אויף בלייבען אבער מאך נישט קיין גערודער זאלסט נישט אויפוועקען שלוימי
-------------------------------------------------------------------------------------
-ר' געצל קומט אן אין בהמ"ד צים קביעות'דיגען מנין אכט אזייגער ,אין ער דערזעהט זיך די ערשטע פין די עשרה ראשונים
וואס גייט דא פאר , אפשר איז די טשולענט געווען פארסמ'ט , וואס גייט דא פאר ווי איז דער עולם
ער רייבט זיך די מידע אויגען , ערשט אין זייגער צוויי האט ער גענדיגט זאגען וישלח
אין נאכאמאל איינגעטינקען די שריים פין די חלה אין די שוין פארגליווערטע פיש זאפט
זיך ראנגעלען'דיג מיטען שר החלומות האט ער קוים עספייעט אפציבענטשען אין זיך ציגרייטען דעם גרויסען גרינעם טעפעל מיטען אלטען ברוינעם שיסעל
וואס ער האט נאך בירושה פין דער באבען'ס א פעטער , נאך פין דער אלטער היים , שוין כבין שוין פארקראכען דא , אקעי ווי האלטעך דא, שוין אין זיבענע פארטאג'ס האט זיך דער עלעקטראנישע וועקער צישריגען מיט זיין הייזעריגע גריצלען, אזש עס איז אים נמאס געווארען צי בלייבען אינטערען דאכענע מיט גרויס מי שיקט ער זיינע הענט אינעם ריכטונג פינעם גרינעם טעפעל אין מיט אזא פאכמאנישקייט טוט עס גיסען דעם אינהאלט פינעם טעפעל אויף זיינע איינציגע פאר הענט , געזאגט מודה אני , אין מ'גייט אין בעסמעדריש ,
אין אזוי קומט ער אן צי די פיר ליידיגע ווענט , וואס די איינציגער גערויש איז געקומען פינעם אלטען וואנט זייגער , וואסי געשען מיטען עולם היינט , א כיצפע מ'האט זיך עפעס אפגעמאכט אין נישט געזאגט פאר יעדעם,
ענדליך האלב אכט באווייזט זיך דער אלטער ר' נתן מיטען געלען בערדעל
-געצעל וואס עפעס אזוי פרי היינט ?
-וואס הייסט "וואס עפעס" אז עטץ שלאפט'ס אריין אינעם אלף הששי בין איך שילדיג כ'וואל שוין געקענט האלטען באלד ביי פרישטיג
-בארואיגט אייך ר' געצל וואס גייט פאר מיט אייך
-וואס הייסט וואס גייט פאר כ'בין שון דא פין אכט אזייגער אזוי ווי אלע וואך
אין די פרעגסט ,פאר וואס כ'בין פרי
- אה ר' געצל , מ'האט דאך געריקט דעם זייגער
אה געריקט , כאדאך אינגאנצען פארגעסען ,
שוין אקעי לאמיר נעמען א קאווע

רבי: מיילעך וואס ביסטו שוין ווייטער שפעט
מיילעך: עם .. עם ... מ'האט געריקט די זייגער
רבי: נו מ'האט דאך געריקט די זייגער א שעה פריער האסטו ווען געדארפט קומען א שעה פריער
מיילעך: עם.... עם..... אבער כ'האב געמאכט א מיסטיעק אין עס געריקט א שעה שפעטער
רבי: די ווייסט אז אין מיין קלאס טאר מען נישט מאכען קיין מיסטעיק'ס
מיילעך: ניין, כאניש געוויסט
רבי: אקעי לאמיר זאגען אז כעל אנעמען דעם תירוץ , אבער פארוואס ביסטו לעצטע וואך מיטוואך געקומען שפעט , הא פארוואס , כ'האב דיר דעמאלץ גארנישט געזאגט האסטו געמיינט אז די קענסט קומען נאכאמאל שפעט
מיילעך: ניין ס'געווען דעמאלץ א שטארקע ווינט אינדרויסען
רבי: אין וועגען דעם איז וואס?
מיילעך : יעדע טריט וואס כ'בין געגאנגען בין איך צוריק געפלויגען צוויי טריט
רבי : אין וויזוי ביסטו צים סוף אנגעקומען
מיילעך: כ'האב מיר אויסגעדרייט אין געגאנגען בעקווערדס
רבי : אהא כ'הער , אקעי גיי אויפען פלאץ אין מיש אויף די גמרא,
----------------------------------------------------------------------------