א פארבריינג! – סימכאס האטיירע...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 5:48 pm
מיר האבן פארשפראכן א פארבריינג אטא דא אין דער צימער'ל, בעווייל מיר האבן די זכי' געהאט צו קומען צום אמת פון דער תורה; צו לערנען דעם אמת פון דער תורה; און צו פארשטיין דעם אמת פון דער תורה, און אז מ'קומט צום אמת פון דער תורה, און אז מ'קענען לערנט דעם אמת פון דער תורה און מ'פארשטייט דעם אמת פון דער תורה, ליגט אויף אונז א חיוב זיך צו פרייען מיט דעם וואס מ'האט זייכע געווען צו קומען צום אמת פון דער תורה; און צו קענען לערנען דעם אמת פון דער תורה און פארשטיין דעם אמת פון דער תורה. און אטא דאס איז שמחה אצינדער, ווי חז"ל לערנען אונז: "אין שמחה כשמחת התרת הספיקות", אז די ספיקות פאלן אוועק, און דער בורא עולם העלפט אז מ'איז זוכה, פאדערט זיך א באזונדערע שמחה דערויף.
יאנאש גיב אויף די משקאות...
אהה... אטא דאס גיב אים אהער...
לחיים... לחיים ולברכה...
די השתלשלות הענינים וועלכע האט אונז אראפגעבריינגט די בהירות הענינים מלמעלה למטה און דערויף צוריק געטראגן מלמטה למעלה ביז צום מרכבה עליונה, איז דאך בלי ספק דער גרייסער רבי וועלכער איז צו אונז נתגלה געווארן אין די לעצטערע צייטן ווי א מלאך המושיע. זינט עס איז נתגלה געווארן צו אונז תורת הרבי, וועלכע טוט באלייכטן די קרעטשמע מיט זיינע דא"ח און שטענדיגע מאמרים, איז דאך ממ"ש נתהפך געווארן דער עולם הגשמי צו אן עולם שכולו רוחני, צו אן עולם שכולו אמת, וואס דער רוחני מיטן אמת זיינען דאך געקניפט און געבינדן בעווייל אז ס'פארהאן רוחני, אז ס'פארהאן אמת, איז מען דאך אין דער תוך פון עיילעם השמחה, ווייל דער גאנצער חומר וצורה וועלכע איז געקליידעט אינעם לבוש הגשמי ווערט דאך דערהויבן למעלה למעלה ביז צו אור אין סוף ב"ה, זי גרייכט צום מרכבה עליונה. און אט דאס אלעס, אריינצוברענגען דעם גשמיותדיגן חומר וצורה צום עולם שכולה רוחני ואמת, קען נאר קומען דורך אן אמצעי, דורך רבינו הגדול, וועלכער באלייכט אונזערע אויגן אנצוקומען צום אמת פון עולם שכולו שמחה.
דער אמצעי, איז דאך דער נר אמצעי שבמנורה, בבחי' אמצעי שבאמצעיים, וואס דאס איז דאך דער ריכטיקער פארבינדער אראפצוברענגען דעם אמת מלמעלה למטה, וחוזר חלילה ארויפצוטראגן צוריק - נאכן זיין א מעמיד על האמת - דעם חומר הגשמי צוריק צום עולם השמחה וועלכער איז אין פארבינדונג צום מרכבה עליונה. און דאס איז דער בחי' פון מלמעלה למטה און דערויף מלמטה למעלה.
אבער מ'קען ניט פארזען די ששת קני המנורה, וועלכע האבן צוגעהאלפן צו בעלייכטן די מנורה שמבקדש. החסיד התמים ר' סאכדעס פוריטשער עה... וואס זאגעך דא?... ר' סאכדעס קראקעווער..., ביינעזאם מיט זיין שותף הרב התמים ערעב יענקעלע סקרענטענער, זיינען דאך פון די ששת הקנים, און אדאנק זייער ליכטל האבן מיר זוכה געווען להארת פניו פון די מיימארים הגדולים והנוראים פונעם רעבי, וועלכע באלייכט אונז אין פינסטערן קרעטשמע.
דער לעצטער מיימאר פון רעבין איז געווען ממש דער מכה בפטיש, בבחי' ממכ"ע. און דער אנהויב, ווען דער אמצעי איז נאך ניט געווען בהארת פניו, ס'געווען בלויז בבחי' סוכ"ע, ס'איז נאך געווען אין דער בחי' פון מרחפת על פני הענינים, האבן נאך די לעמפלעך ניט אזוי געלאכטן און די שמחה איז נאך נישט געווען מיט א שלימות גמור, אצינד ווען ס'נתמלא געווארן דער חלל און ס'געווארן אין דער בחי' פון ממכ"ע, זיינען מיר דאך ממש אין זיבעטן הימל...
א ניגון ריקוד...