בלאט 1 פון 1
שרייטס נישט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 2:49 pm
דורך זילבערנע בעכער
אזא שרייענדיגע שטילקייט איז נאכנישט דערהערט...דערשטילט געווארן אין א לאנגע צייט דא.
אבער איך פרעג, פארוואס דארף מען שטיל זיין מיט אזא רעש ?
מען ווערט דאך דא פארטויבט פון די שוידערלעכע שטילקייט וואס דא הערשט.
קען מען דען נישט שטיל זיין רואיגערהייט ?
סי מוז צוגיין אין אלע ביינער ?
איך קען פארשטיין אז אמאל אמאל וויל מען שווייגן, מאכט זיך, עת לחשות, אבער עס שטייט
דען אז ווען מען שווייגט מוז מען קוויטשענען ? שווייגט מען און פארטיג, מען פארמאכט פלעין דאס מויל און שוין.
אבער מיט אזא אכזריות ? קאם אן.
איך בעט ענק האלטס ענק רואיג, שווייגט, אבער מיט רחמנות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 3:15 pm
דורך לחיים ולברכה
אלעס איז צוליב טעכנישע סיבות......
קוקטויס אז די באלעבאטעם האבן זיך גענומען צו די ארבייטערס....
(ולהוי ידוע, דאס האבעך אויך געשריבן גע'גנב'עטעהייט..... שוין צוריק צום ארבייט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 3:31 pm
דורך Jewboy
בעכער איך מיין ס'איז א טעות דא, קום אריין מער עסטו נישט זעהן אסישטיל דא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 5:47 pm
דורך קרעמער
בחלומי, האב איך א טעאריע פארוואס דער היינטיגער דאנערשטאג האט איינגענומען (איראק) אזא שטומעניש. הערט און לאכט מיר אויס:
ווי איך האב אראפגעשטעלט א יסוד אינעם נעבעכ'דיגן מוצאי שבת אשכול, איז לעצטנס געווארן אזא נאווינע (פרעג מיר נישט וואס דאס מיינט) מאדע אז אין לויף פון א וואך, קומען צו א צאל פון טויזענט תגובות אינעם קרעטשמע, עיין שם. אלזא, היות די ערשטע פאר טעג פון היי-וואך איז געווען אן איבערפלוס פון תגובות, אזש די מספר ההודעות אינעם פראפייל פון איך-הער און סאכדעס האבן שוין באלד אויסגעברייטערט דעם גאנצן בלעטל פאר אלע באזוכער (נאר א גוזמא), האט זיך עס אויטאמאטיש געמוזט בארוהיגן ענדע וואך, כדי מיר זאלן ח"ו נישט איבערגיין די פון-קרעמער-באשטימטע מספר ההודעות לשבוע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 5:54 pm
דורך צייטליך
קרעמער, א שטארקער ווארט,
לאמיר זיך מתאמץ זיין, און פראבירן צו ווייזן דעם קרעמער אז רבות מחשבות בלייביש..(קרעדיט:לחיים) אבער מיר וועלן שרייבן מיט גאנצן כח, און הייבן די מספר התגיבות די וואך אליין מיט נאך א פונף הונדערט כאטשיג,
נו רבותי, שפאנט אייך איין אין די ארבייט!
נאך א תגובא..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 8:42 pm
דורך איך_הער
צייטליך, נאך פונף הונדערט ממש?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 8:48 pm
דורך מאשקע
איכער, יעצט האסטו עס געמאכט אויף 501... (אדער 502 מיט מיינע, און 503 מיט דיין ענטפער פון פינף מינוט ארום...)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 8:51 pm
דורך איך_הער
כ'וויל דיך נישט אויסשפילן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 9:02 pm
דורך סאכדעס
יאכער, אזוי שטארק ארבעט דיין כוח התאווה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 10:30 pm
דורך איך_הער
ס'מיינסטע צו פרעגן, אזוי ווי דיינס? לכאורה יא.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2007 12:19 pm
דורך סאכדעס
ניין כאב דאס בכלל נישט געהאט בדעה.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2007 12:24 pm
דורך איך_הער
סי מסתמא געווען סאב קאנטשעסלי.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 04, 2007 4:31 pm
דורך סאכדעס
אויף אזא מהלך קענסטו דאך זאגן וואס דו ווילסט, אבער קיין הוכחות אידאך נישט דא.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 04, 2007 7:21 pm
דורך איך_הער
נו, דאס טוה איך דאך.