בלאט 1 פון 1

וואו איז קרעזי? ?Where is crazy

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2007 8:39 pm
דורך בני היכלא

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2007 8:40 pm
דורך בני היכלא

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2007 8:41 pm
דורך בני היכלא

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2007 8:43 pm
דורך קרעמער
אה, יעצט אז דער טעמע איז אין א באזונדערע אשכול, וועל איך זיך אויך מצטרף זיין לקריאת ידידינו ואנ"ש היקרים:

איפוא המשוגע הזה???

קרעזי, וואו זענט איר נעלם געווארן?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2007 9:05 pm
דורך מאשקע
וגם אני בחלומי:

ווען קרעיזי מאכט ווען וואקסן, וואלט קרעיזי שוין לאנג געדארפט ארויסוואקסן דא...

ס'שטימט? ניין? אה, זייער גוט! שלח!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2007 9:14 pm
דורך סאכדעס
למעשה קלער איך צו איך דארף זיין אזוי קרעיזי און קרעיזי זיין פאר קרעיזי און לאזן וויסן א קרעיזי מעלדונג אז איך זוך קרעיזי קרעיזי'ן.

אידאך אזוי, כ'בין דאך נישט אזוי קרעיזי, ווערייע, כייסדעך נישט קרעזי, אבער למענסע בינעך דאך יא אביסל קרעזי, א_ניש וואס זוך איך אין דעם קרעזי אשכול?!

אלזא, קרעזי, מאך אונז נישט קרעזי, און קום זיי דיך קרעזי מגלה.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2007 9:15 pm
דורך איך_הער
מ'האט שוין אמאל גערעדט דערפון אז מ'קען נישט צווינגען איינעם דא צו ערשיינען, סאו וואס ווילט איר פון אים? וואסא חילוק, זאלעס זיין קרעיזי, קרעיזענס, אדער קארזיין, אז יענער וויל נישט איז נישט.

קרעזי, וואו ביסטו טאקע? האסטעך גארנישט געזעגענט פון אונז, נאט נייס.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2007 9:46 pm
דורך ירא שמים
בס"ד
גראדע בין איך געווען לעצטענס אין קאנטאקט מיטען , אין ער זאגט אז ער איז געווארען אביסעלע ביזי אבער ער פלאנט אונז נישט צי פארלאזען , אין ער פלאנט זיך ווייטער צי דרייען אין אונזערע רייען אין זיך פרייען

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2007 10:22 pm
דורך איך_הער
שוין דער עולם קען שוין זיין קרעיזיער, כ'מיין רואיגער, ירא האט שוין גערעדט מיט אים'ען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2007 8:28 am
דורך abimlaibt
און וואונדער איבער וואונדער , איך בין שוין סאך רואיגער טאקע.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2007 8:48 am
דורך יאנאש
יאפס קרעיזי מיר ווייסן אז דו ביסט קרעיזי ביזי אבער פון אונז פליז פארגעס נישט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2007 9:06 am
דורך צייטליך
גם אני מצטרף צו די קרעזי אויפוואכונג איבער קרעזי'ס פארשווינדן ווערן אזוי קרעזי אינדערנאכט אריין,

סידאך קרעזי!

האללאו, קרעזי, ואס מאכסטעך משוגא/קרעזי ? זעסטע דען נישט אז דער עולם ווארט אויף דיר?

נו ??? קרעזי ???

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2007 10:21 am
דורך אלעקסיי
איך מיין אז ער האט פארגעסן זיין קאפ (אזוי ווי מיינע רבי'ס פלעגן זאגן ווען האט פארגעסן די בראשית חומש: און דיין קאפ האסטו נישט פארגעסן?), דעריבער זוכט ער יעצט ארום "קרעזי גלאו" עס צוריק צו צוקלעבן און וידער ערשיינען.

האט איינער קרעזי גלאו צו מנדב זיין?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2007 1:07 pm
דורך לחיים ולברכה
צו וועמען און צו וועמען האבעך גערעדט נעכטן איבער קרעזי'ן, הא? צו אלי ווייס אפשר? הא? יא דו, אבי מ'לעבט'לע'ס טאטע....

עניוועי, בני היכלא האטמעך שוין אויסגעכאפט, אבער כ'בין גרייט דיר צו העלפן מיט די זוך אקציע.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2007 1:20 pm
דורך פאטאקי08
איך פארשטיי נישט וואס מזיכט דא מיט לעכט קרעזי איך זע אים יעדן טאג!
נישט נאר יעדן טאג נאר יעדע מינוט!
די גאנצע וועלט איז קרעזי אן דעם וואלט דאס נישט עקזיסטירט...
וואס זיכט מען דא אזוי???????????????????

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2007 2:23 pm
דורך סאכדעס
פאטאקי, זאגסט א נקודה.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 04, 2007 2:15 pm
דורך קרעמער
מיט גרויס פרייד מעלדן מיר איין די בשורה טובה אז ביי אונזער טייערער מיטגליד וועלכער באהאלט זיך אונטערן "קרעזי" ניק, איז ב"ה געבוירן געווארן א אינגעלע למז"ט בשטומ"צ.

יעצט קען מען אויסנוצן דעם אשכול וואס איז געווידמעט געווארן על שמו ולזכרו, אים אנצואווינטשן הויפענעס נחת און גליק וכל מילי דמיטב.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 04, 2007 4:45 pm
דורך סאכדעס
מזלא טבא וגדיא יאה, יעלה ויבוא ויצמח, על בן ידידינו קרעזי.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 04, 2007 7:46 pm
דורך לחיים ולברכה
כאדעך שוין געוואונטשן בגולגלותי, אבער פיטער בלא קריעם אי אפשר, נאדיר א ברכת גוטע גליק, און שיינע ציגעלע....

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 05, 2007 10:41 am
דורך שוועמל
יא! ווער רופט מיך ? !

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 05, 2007 11:20 am
דורך בני היכלא

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 05, 2007 1:57 pm
דורך איזאק
מזל טוב ! מזל טוב !

כאלי, דו ביסט פלעין...משוגע.