בלאט 1 פון 1

מיין רייזע צום נייען היים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 12:38 pm
דורך קוטשער
מיט אט די קורצע ווערטער, וויל איך מיר איך קוטשער, געזעגענען דא פונעם קרעטשמע מיט אירע איינוואוינער, אלע מיינע גוטע פריינט און טייערע ברידער.

צו באצייכענען אין איין ווארט מיין וואוילזיין דא, וועל איך זאגן איט וואז עי פלעזשור.

געמיינט האב איך אז איך קען פריילעך מאכן אידן, איינגערעדט האב איך זיך אז איך וועל מאכן אינטרעסאנט, ארויפציען ביי אידן א שמייכל אויף די לעפצן.
דאס איז דאך געווען מיין גאנצע כוונה, מיין גאנצע ציל, פארדעם בין איך אריינגעקומען און פארדעם האב איך מיך געפונען דא.

ווי נאר איך האב איינגעזען אז איך וועל דאס נישט קענען אזוי באווייזן, האב איך אפגעמאכט אז עס טויג נישט די זאך, עס לוינט נישט די הארעוואניע.

איך זאג נישט, איך גלייב אמת'דיג אז געוויסע האבן פארגעניגן געהאט, און עטליכע אפילו זיך צושמייכעלט, ווייל איך זעלבסט בין פון די, נאר נישט יעדער האט ארויסגעשריבן, נו נישט יעדער שטייט אין פיר מיט א קוטשער, עס פאסט דאך נישט, עה איך גרויסער אלט געזעצענער זאל אין ווארט שטיין מיטן קוטשער, נאו נישט אין דעם גלגול.

פאר דעם אלעם וואלט זיך עס נאך געלוינט, אבער אזוי ווי איך האב געזען אז עס איז דא מער ווי אפאר טייערע אידן וואס שטערט זיי זייער מיין אנוועזנהייט, אזוי ווי איך בין אינעם ערשטן טאג נאכנישט געווען אזוי באהאווענט און אויסגעקענט מיט יעדנס קוריאזן, און יעדנס קפידא'ס וויאזוי יענער דארף שרייבן כדי ער זאל קענען ליינען, און די געזעצן פונעם קולט מיט די רעגולאציעס פון די קולטיסטן, איז מיר נאך געווען אביסעלע פרעמד, הפנים איך האב געפעילט דעם טעסט.

אלזא, ליג איך מיר פארזינקען אין מיינע געדאנקען, פאטער אין הימל, פארדעם בין איך א קוטשער, אז איך זאל קענען אזויפיל אידן מצער זיין, ברענגן איבל, פארעקלן, גיין אויף געהירן, און נאך פון די שיינע אויסדרוקן, מיט וואס מען האט דעם נייען גאסט געטון אויפנעמען.

מאמעניו דאס איז דען מיין תכלית, דאס איז דאך פונקט קאפויער, מיטן פנים צום וואנט, ממש דאס פארקערטע פון וואס איך האב געצילט.

מיינט נישט חלילה איך וויל אייך דא מוסר'ן, איך ווייס דאך קוים ווער איז וואס, איך האב נישט קעגן קיינעם, מיר פערזענליך האט דאך קיינער גארנישט געמיינט, מען מיינט נאר דעם קוטשער, עה ניטאמאל דאס, מען מיינט יעדער זאל זיין די זעלבע עס זאל אויסקוקן שיין, עס איז שוין אזא אור אלטע אנגענומענע מיינונג, אין סדום איז שוין אויך געווען אזא קולט, ווער עס איז געווען גרויס האט מען קליין געמאכט, און ווער קליין אויסגעצויגן.

שיינט דער אייבערשטער אריין א ליכטיגקייט אין שכל, איך קום פעסט צום באשלוס, ניין!! איך וועל פאר קיין געלט אין די וועלט נישט פאראורזאכן אומאמגענעמליכקייטן פאר וואוילע אידישע קינדער, וואס איך האב די זכי' צו זיין א חלק פון זיי.

די אידן וואס ווארט זיי אפ די גרעסטע גליק אין די וועלט, וואס זענען אנגעגרייט צו זיין די אויסדערוועלטע פון אלע פעלקער און יעדער וועט דאס איינזען, הערשן אויף די גאנצע וועלט, וואס הונדערטער גויאישע קנעכט וועלן אנכאפן יעדע ציצה פון יעדע עק פון יעדע איד, וואס די מלאכים וועלן שטיין פון אינדרויסן און פרעגן מיט קנאה, פון די געטרייע קינדער, וואס האט דער אייבערשטער געזאגט, לערנענדיג תורה מיט ענק.

און איך פראסטער קוטשער בין אויך באשאפן צו אידישע עלטערן, געלויבט דעם גרויסן באשעפער, ווילאנג איך האלט נאך מיט אידישע פארברענגס, איך גיי אין שול דאווענען, פריי מיך מיט זייערע פריידן, און לייד מיט מיט זייערע ליידן, בין איך דאך איינס מיט דעם באליבט פאלק ישראל.

אט פאר די אידן, די ברידער מיינע, זיי וועל איך נאר גוטס טון, אויב קען איך נישט, עס איז מיר נישט באשערט אויסצופירן מיין פליכט גענצליך, וועל איך פרובירן אויסצופירן אנדערע פליכטן וואס איך קען יא בעסער אויספירן, מיט דעם פון אויבנס הילף.

צום לעצט, בעפאר איך גיי, געזעגען איך מיך מיט אלע טייערע מיטגלידער, איך בעט יעדן איבער, איך האב נישט געמיינט קיין שלעכטס, וועם איך האב חס ושלום מצער געווען, זאל מיר מוחל זיין, און דער אייבערשטער זאל אונז אלע מוחל זיין, און שיקן משיח צדקנו זאל אונז אויסלייזן בקרוב בימינו אמן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 1:25 pm
דורך לאקשען ברעט
בס"ד

קוטשער טייערע

וואס איז דאס געלויפעכטס, וואס פאלט דיר איין אז מען וועט דיר פין דא אוועק לאזען , ח"ו ,
כ'וועל דיר זאגען עפעס , הער זיך גוט צי , קודם כל האט מען פין דיר זייער הנאה אין אויב די ווילסט נישט וויי טוהן קיין יודען דאן זעה יא צי דא בלייבען
אין צווייטענס לאמיר דיר מסביר זיין עפעס , סידא אויף די וועלט אלע מינים מענטשען , אין די אלע מענטשען האט יעדער א אנדערען געדאנקען גאנג, אזוי ווי חז"ל זאגען כשם שפרצופהן שונוך כך דיעותיהן שונות

עס איז נישט פארהאן אזא זאך יעדעם ציפרידען שטעלען , נאר וואזשע דען , מענטשען וועלען ענדרעש קריטיקירען ווי איידער געבען א קאמלימענט , אין ס'דא מענטשען וואס טראכטען נישט ציפיהל נאר מען געבט א קריטיקיר אין געגאנגען "שלח", אין זיי פארשטייען נישט אז מען דארף אביסעלע ניצען דעם קעפעל וואס מען האט באקומען ביים געבורט ,
דאס ביי יעדעם געזאגט ,
אין בפרט ביי איינעם וואס איז נאך ניי נאך אין א בחינה פין גר וואס דאן זענען די געפילען מער הייקעל , דארף מען דאך אסאך מער אכטונג געבען ,
כ'וועל דיר זאגען דעם אמת טייערע קוטשער , נעכטען ווען כ'האב געזעהן א פאר פין די אומפאראטווארטליכע תגובות האב איך שוין פארשטאנען מיט די עיני השכל אז עס וועט דיר וויי טוהן אזש אויף אזוי ווייט אז די וועסט אונז וועלען פארלאזען אין זיך גיין זיכען א אנדערע מקום מנוחה ,
אבער וויסען זאלסטו אז די דאזיגע נישט שיינע תגובות , נישט נאר וואס עס איז נישט די שטעלונג פין רוב חברי הקרעטשמע ,
איז עס אויך נישט די שטעלונג פין זיי אליינס , עס איז פשוט א נישט געטראכטע טהאט ,
אין אפילו אז עס איז יא געגאנגען אויף די געהירען פאר איינעם , איז עס זיין פראבלעם קיינער האט עים נישט געבעטען אריינציקומען אין דעם אשכול, די קרעטשמע איז גענוג גרויס אין וועם עס געפעלט עפעס נישט קען אריינגיין אין א אנדערע שטוב , אין נישט זיך נעמען גיסען פעך אין שוועבעל אויף א אימשילדיגען קוטשער,
עניוועי בצוקער המעשה, קוטשער כ'בעט דיר לאז אונז נישט איבער כ'זעה אין דיר א גרויסע פאטענציעל לבית קרעטשמע בלייב דא , בלייב דא , בלייב דא , בלללללליייייייב דדדדדדאאאאאאאאאאאאא

הכותב וחותב מצפה לרחמי ה'

לאקשען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 1:32 pm
דורך ירא שמים
בס"ד

גם אני מצטרף לדברי אחי לאקשען,

פה ראזוואדוב

הק' ירא שמים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 1:34 pm
דורך איזאק
אזא פארלוסט, שוין, אבי אלעקסיי בלייבט מיט אונז...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 2:04 pm
דורך אלעקסיי
קוטשער, דו ביסט דאך ממש ווי דער גוי ביים סדר נאכט וואס אנטלויפט נאכן כורך פארן שלחן עורך!!!

פונקט יעצט נאכדעים וואס דו האסט דיך שוין אויסגעלערענט ווי אזוי צו שרייבען, רעדאגירען, קארעקטן, וכו', הייבסטו פעק און דו גייסט?

איך האב נישט אויף קיין אנדערע אויסדרוק נאר ווי דער אויבנדערמאנטע גוי.

אולי איז יענע גוי טאקע געווען טאקע דיר קוטשער? דו ביסט א גוי אדער איד?

איך האף אז דו מיינסט עס נישט ערענסט און דו לאזט אונז נישט איבער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 3:45 pm
דורך דארפסמאן
קוטשער : בלייב דא פליז זיי מיך נישט מצער בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...בלייב דא ...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 4:25 pm
דורך קרעמער
וואס זאל איך זאגן? הא? קוטשער; העלף מיר ארויס דא... איך בין פארלוירן פאר ווערטער.

ובלע מות נצח ומחה דמחה עכ"פ ונאמר אקעי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 8:41 pm
דורך קוטשער
לאקשן ברעט.

נאך דיינע ווארימע טרייסט ווערטער, האב איך ערנסט געטראכט אז פאר דיר אליינס גיי איך צוריק קומען.
האסט אזוי שיין אראפגעלייגט און איבערצייגט מיך, די ריכטיגקייט און ווארהייט פון די וואס נוצן יא דעם שכל פון געבורט.
און אזוי שטארק ארויסגעברענגט די ווייטאג וואס דיר האט עס פארשאפט נאך בעפאר מיין באשלוס, און קלוגערהייט ערקלערט אז איך זאל עס נישט צום הארץ נעמען.
נאך אזעלכע רייד, האב איך געטראכט אויב נישט פאר מיר, דעמאלטס פאר לאקשן ברעט, און אויב נישט פאר לאקשן ברעט דעמאלטס פאר ירא שמים דיין ברודער.
וואס אן קיין ספק, בין אויך א ברודער פאר ענק, ווייל אויב האסטו געליינט מיין ארטיקל אויף מיין מאמע, וואלסטו פארשטאנען אז אויפצוציען קינדער ווי ירא שמים און לאקשן ברעט, דארף מען האבן אזא מאמע ווי די מאמע איז געווען, וואויל איז די מאמע וואס האט ענק אזוי שיין און איידל ערצויגן.

ווי פאסיג און שיין איז ירא שמים'ס חתימה.

[align=center]"וויין נישט רחל עס וועט נאך קומען א צייט ושבו בנים , דיינע קינדער וועלען צוריק קערען צי זייערע גרעניצען אין ארץ ישרא-ל , במהרה בימינו אמן" [/align]דאס שרייט ארויס, ערליכקייט, ווארימקייט, אידישקייט.

אבער לתועלת פון קרעטשמע מוז איך עס טון, איך וועל שוין דעם צומישעניש פון קוטשער'ס נישט פארעכטן אזוי שנעל, עס איז שוין געווארן צו א שטארקע פאקט.
אלזא, מוז איך אומווילנדיג אפטרעטן.

און פון פיל ליבשאפט צו די טרייסט ווערטער וואס דו האלסט אין איין אראפברענגן, ווי ג-ט ברוך הוא, טרייסט די מאמע רחל, ברענג איך עס נאכאמאל אראפ.

[align=center]"וויין נישט רחל עס וועט נאך קומען א צייט ושבו בנים , דיינע קינדער וועלען צוריק קערען צי זייערע גרעניצען אין ארץ ישרא-ל , במהרה בימינו אמן"[/align]

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 10:06 pm
דורך ירא שמים
בס"ד

טייערע קוטשער , כ'האב באקומען א עמערדזשעסי טלפון קאל פין מיין ברודער לאקשען , מיט גרויס ווייטאג זאגט ער מיר אז לויט ווי עס קוקט אויס, איז קוטשער געבליבען ביי זיין באשלוס אונז צי איבער לאזען
טראץ זיינע באמיאונגען דיר צי איבער צייגען דא צי בלייבען, אין ער האט מיר געבעטען כ'זאל טוהן וואס כ'קען מען זאל נישט פארלירען אזא טייערע דיימאנט שטיין
ואשא את משלי
טייערע קוטשער , וויסען זאלסטו אז אלץ רב אין אב"ד אין ראזוואדוב בין איך זייער א פארנומענע מענטש, אבער כ'האב מיר געמוזט אוועקרייסען פין מיינע באשעפטיגונגען , פאר אזא וויכטיגע זאך

זכרתי ימים מקדם , טייערע קוטשער , ווען איך האב אריינגעוואנדערט דא אינעם דארף אריין אין נאכען זיך אימקוקען אויפען פלאץ אין באטראכטען די מענטשען , האב איך מחליט געווען זיך דא צי באזעצען
איין זאך קען איך דיר זאגען טייערע קוטשער דיינע ווי די ריפסט עס "דעם צימישעניש פינעם קוטשער קומט נישט צי צי א צענטעל פין די סחורה וואס איך האב געמאכט
ס'געווען יו"ט אין די וואכען ס'געווען אזאלכע וואס האבען געלאכט אין עס נישט ערענסט גענומען,
אין עס איז געווען אזאלכע וואס האבען רעאגירט שארף , אבער כ'האב עס נישט גענומען צים הארצען (ווי א גבור בהאלטענדיג זיך אינטער א ניק) פארקערט כ'האב ......שוין בעסער מ'רעדט נישט ..סיג לחכמה שתיקה
די צייט איז דורך איך האב מיר ציגעוואוינט , אין די איינוואוינער האבען זיך ציגעוואוינט, אין שלום על ישרא' ,
וואס איך וויל ארויס ברענגען איז אז עס איז נארמאל צי אנהייבען אויף אזא אויפען אין עס איז נארמאל אז די אלטגעזעצענע זאלען רעאגירען ווי אזוי זיי רעאגירען , אין אזוי גייט עס "עס איז פארט אויף די פאן" עס קומט אזוי
ס'נישטא פארוואס צי ווערען אנטמיטוגט , פארקערט , די היגע איינואוינער זענען אזוי באחדות איינער מיטען צווייטען, אז עס באדערט נישט אז מען טשעפעט , עס איז אלעס אזוי בדרך אהבה , אין ווען עס קומט אריין א נייע איינוואוינער, פארגעסט מען אמאל אז ער פארשטייט נאכנישט די שפרך אין ס'קען עים באדערען, כ'בעט דיר קוטשער בלייב דא כ'זאג דיר אז וועסט נישט חרטה האבען פארען בלייבען, וועסט נאך אסאך מער הנאה האבען,

הכותב וחותם
המצפה לביאת הגוא-ל
הק' ירא שמים רב ואב"ד ראזוואדוב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 10:11 pm
דורך גאליציאנער
קוטשער בלייב ביי אונז עס וועט דיר זיין גוט דא
דאס איז אזוי ווי א תיבה אינעם גרויסען ים פינעם טריפה'נעם אינטערנעט
נו , קוטשער לאמיר מאכען א לחיים
לחיים
לחיים
ס'זאל דיר אלעמאל גיין גוט, אין פאר אלע יודען אמן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 10:21 pm
דורך קרעמער
ירא-שמים;

איך האב מורא'דיג הנאה פון דיין אנאליז אויף אונזערע קרעטשמע-זיצער, ובפרט האב איך שטארק געקוואלן אז ק"ק ראזוואדוב האט איינגעזען אין דיר, און געטאן דאס ריכטיגע דיר צו באשטימען אלץ עב"ד ורם ונשא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 11:55 pm
דורך סאכדעס
קרעמער, כ'ווייס נישט פארוואס דו ביסט דא אזוי פארווע? ווילסט נישט רעדן, טוה וואס צייטליך, לחיים מיט פרשנדתא האבן געטוהן, מ'באהאלט זיך אין א מויזן-לאך, און מ'איז שטיל.

הער אויס מיין טייערער קוטשער, אויב ווילסטו גיין, קען דיך קיינער נישט אפהאלטן. נאך מער פון דעם, דו וואלסט נישאמאל געברויכט עפענען אן אשכול און מעלדן אז דו גייסט. אבער פארט האסטו דאך דאס יא געטוהן, ממילא וויל איך צו דיר ווענדן עטליכע רייד.

דא איז דא תקנות, זייער פרידליכע און צוגעפאסט צו יעדן סארט מענטש. דער עיקר פון אלעם איז, נישט צו פארדרייען קיין נושאים... און דאס איז שוין אן אלט-אויסגעדראשענע טעמע דא ביינונז אין דארף. און די סיבה איז פשוט, איינער וויל רעדן פון וואסער רעדט מען נישט פון קיין ברויט, אפילו אז ביידען נעמט מען אריין אין מויל. אלזא, אויב געבסטו זיך אכט אויף דעם, איז נישט קיין שום סיבה אז דו זאלסט נישט זיין אין קרעטשמע פונקט א_ווי די אלט-געזעסענע תושבים. די רעכטן זענען גארנישט מער, נאר איבער די ראש הקהל פאסטן, וואס איז למעשה כמעט א טיטול אן א מיטל.

איצט לענין, דיינע תגובות זענען צומאל מלא חן, און צומאל נישט אזוי שטארק, סאו??!!! ביי סאכדעס איז אויף פיעל מאל אזוי, און כ'קלער אז עטליכע וועלן אזוי קלערן אויף די תגובה וואס כ'קלאפ איצט אויך. מ'דארף נאר זעהן און טראכטן, אויב איז מיר עפעס בייגעפאלן, מוז נישט זיין אז עס איז אינטערסאנט. אלזא געט מען נאך א שטיקל קלער, ווען א צווייטער זאל דאס שרייבן, וואלט איך געלאכט, אדער געטראכט א שאד פאר'ן עפענען די תגובה? און עס איז נישט אזוי שווער.

פארשטייט זיך אז עס וועלן בלייבן עטליכע מיט א קרום אויג אויף דיר, מידות זענען נישט פון די לייכסטע זאכן. אבער הו-קערס, עס זענען דא חברה דא וואס האבן אויף מיר אויך א קרום אויג. איך מאך זיך פון זיי נישט וואוסנדיג. דו זאלסט נאר זעהן צוויי זאכן, נישט צו פארדרייען קיין שמועסן, אפילו אויב א צווייטער האט עס שוין אנגעהויבן צו פארדרייען, און אפילו אויב א דריטער האט שוין ממשיך געווען. און אויך קלערן פאר מ'לייגט עפעס ארויף, וואלט איך הנאה געהאט דאס צו ליינען?

און איך האף אז מיינע ווערטער וועלן טוהן דאס וואס עס באדארף.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 26, 2007 4:16 am
דורך איך_הער
קוטשער, איך האף אז איך האב נישט קיין יד, און קיין חלק און דיין באשלוס, אז מ'בעט א קלייניגקייט, ווי שרייבן געהעריגע פאראגראפן, מיינט נאכנישט קריטיקירט, און אזוי ווי סאכדעס האט שוין ערווענט, קיינער קען דיר נישט צווינגען דא צו בלייבן, אבער מאך דיך נישט נאריש, אז דו האסט אביסל איבעריג צייט, געב דיך א נעם צו די צען גרעסטע שרייבער דא, און נעם אפיר זייערע ערשטע תגובות, נישט אלע פון זיי האבן אויסגעקוקט בעסער ווי דיינס, און די קעגן תגובות אויך נישט, אבער מ'געוויינט זיך צו, און צוביסלעך, הייבט מען אן צו כאפן ס'פארטל, און אלעס פארט על מי מנוחות, טראכט איבער דיין באשלוס, און אויב נאך אלץ האלסטו זיך ביי דיינס, זאל דער פון אויבן פירן, אז ס'זאל זיין אזוי צום גוטן, פאר יעדן.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 26, 2007 12:34 pm
דורך מרן אדמו"ר
קוטשער איך וויל דיר נאר זאגען אז איך אלץ רב דא בין איך גוזר אז די טארסט נישט אוועק גיין

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 28, 2007 2:54 am
דורך סאכדעס
אויב דער מרן האט זיך ערוועקט, מיינעך אז קוטשער קען פארן אויף די רייזע, דזשאסט קידינג.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 29, 2007 2:41 pm
דורך דרך אגב
קוטשער, איך האב דיר נישט וואס צו זאגן, איך קען דיך נישט, און קען זיין אז אונז זעמער גוטע חבירים פון חדר/ישיבה/כולל/ביהמ"ד/ארבעט וחילע.

איין זאך זאלסטו וויסן, אז קיינער האט דיך נישט געמיינט פערזענליך. ווייל קיינער ווייסט נישט ווער דו ביסט.
קען זיין אז און ביהמ"ד/מקוה פירסטו אן די גרעסטע קופקע(שטייצעך נישט ווי מיין מקום איז, ווייל אז יא אפשר קענסטו מיך)
וואס וויל איך פון דיר? גארנישט! אה יא, טראכט וואס דו טוסט.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 11:40 am
דורך שלעפשיץ
דא קען מען זעהן וואס סע געשעט אויב מען נוצט נישט די שכל

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 1:59 pm
דורך נשמה
קוטשער האט דא געשריבן אינגאנצן איין טאג, אוקטובער דעם פיר און צוואנציגסטן, דער קומענדיגער טאג איז שוין געווען די מעשה פון די אשכול. א חודש דערנאך האט קוטשער ווייטער גע'קוטשער'ט נאך אפאר טעג, נאכדעם אין אפריל צוויי טויזענט און אכט איז ער אריינגעקומען פאר נאך א צוויי דריי תגובות. היינט ווען איינער שרייבט זיך אריין איז ער דא פאר גוט לאנג ווילאנג ער מאכט זיך דא באקוועם זיינע צוויי זייטן.

viewtopic.php?f=21&t=3325&p=76401#p76401

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 2:00 pm
דורך שלעפשיץ
דו געדענקסט דאס?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 2:02 pm
דורך נשמה
שלעפשיץ האט געשריבן:דו געדענקסט דאס?


כ'האב עס נאכגעקוקט.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 2:05 pm
דורך שלעפשיץ
אה אקעי
איך כ'אב מיר שוין דערשראקן

איינער וואס געדענק אזוי גוט אלעס....... #שרעקעדיג