בלאט 1 פון 1

סיג לחכמה שתיקה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 9:20 pm
דורך לאקשען ברעט
בס"ד

כ'האב געוואלט עפעס שרייבען אבער כ'האב זיך בארעכענט אז אמאל איז בעסער אז מען שרייבט נישט
אבער פטור בלא כלום אי אפשר
איז ריף איך דא אויס קבל עולם ומלואו זאל די גאנצע בריאה וויסען אז כ'האב געוואלט אין נאכען וועלען האב איך נישט געוואלט, אין די צוויי רצונות האבען זיך ארויס געלאזט אין קריג , ביז עס איז געקומען צי א שלום אפמאך, אז מען וועט שרייבען אז מען האט געוואלט שרייבען, אזוי האט מען נישט יא געשריבען, אין נישט, נישט געשריבען, קומט אויס אז ביידע האבען געווינען, אין ביידע האבען פארלוירען, ושלום על הקרעטשמע ...
ר' חנניא בן ..............אומר ...............יגדיל .......ויאדיר .....
נו.....קדיש

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 10:05 pm
דורך סאכדעס
מ'זעהט אז דו האסט מקיים געווען דעם סיג מיט'ן גאנצן פשט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 10:08 pm
דורך איך_הער
סאכדעס, האסטעס אויך באמערקט, כ'האב הנאה, ווייל איך האבעס אויך געטראכט, און פשוט נישט געהאט קיין טשענס זיך ארויס צו געבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 10:38 pm
דורך קרעמער
א שאד ביסט געבליבן ביים סייג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 8:42 am
דורך איזאק
לאקשן, יש"כ פארן שמייכל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 9:41 am
דורך אלעקסיי
ביי אונז פלעגט מען פרעגן:
עס שטייט דאך סייג לחכמה שתיקה!
אויב אזוי וואס איז די חכמה אליינ'ס?


צו וויסען וואס ארויסצורעדן פון מויל!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 10:03 am
דורך לחיים ולברכה
לאקשן, די סייג זאלסטו נוצן ערגעץ וואו, נישטא ביינונז. פארשטאנען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 10:07 am
דורך אלעקסיי
ביינונז איז דאך כולנו חכמים כולנו נבונים כולנו יודעים את התורה

מהאלט שוין ביי די חכמה זעלבסט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 11:37 am
דורך סאכדעס
אלעקסיי האט געשריבן:ביינונז איז דאך כולנו חכמים כולנו נבונים כולנו יודעים את התורה

מהאלט שוין ביי די חכמה זעלבסט


פון דיין מויל, צו גאט'ס אויערן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 1:09 pm
דורך אלעקסיי
ס'טייטש?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 4:12 pm
דורך דארפסמאן
אזוי פלעגן די אמאליגע באבעס זאגען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 7:24 pm
דורך מאשקע
איך_הער האט געשריבן:סאכדעס, האסטעס אויך באמערקט, כ'האב הנאה, ווייל איך האבעס אויך געטראכט, און פשוט נישט געהאט קיין טשענס זיך ארויס צו געבן.


האסט דאך געקענט טון וואס דער פותח האשכול האט געטון... ס'דיר נישט איינגעפאלן?...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 8:04 pm
דורך abimlaibt
לגבי דעם אשכול העליך טאן די זעלבע
סייג לחכמה שתיקה..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 10:15 pm
דורך גבור כארי
וואס פאר א מין שתיקה איז דאס , מיט אזא שווייגען אידאך שוין בעסער צי רעדען

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 26, 2007 12:12 am
דורך מאשקע
נו, דאס טוט מען דאכצעך...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 26, 2007 4:07 am
דורך איך_הער
מאשקע, דו מיינסט טאקע אז דאס הייסט גערעדט?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 26, 2007 9:08 am
דורך אלעקסיי
אבי גערעדט

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 26, 2007 12:28 pm
דורך דארפסמאן
אויב דאס הייסט שטיל שטעל זיך נאר פאר וואס הייסט גערעדט

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 28, 2007 2:58 am
דורך סאכדעס
דארפסמאן, פאר וואס טאקע?