בלאט 1 פון 1
א עצה געזוכט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 4:13 pm
דורך קוטשער
באקום איך א בריוועלע
פון א איד דא א זיסעלע
אפילו וואס איך קען אים נישט
אז מיין קורצע שורות
פאר די נערוון מאכט אים צרות
אפילו מיר האבן זיך נאך אפילו נישט געקישט
טייערע ברידער
וואס האלט איר
זאל איך דאס טוישן אינגאנצן
אנהייבן שרייבן
אין די ברייטן
עס זאל אים שוין די נערווען נישט פלאצן
איי וויאזוי וועט דאס קלאפן
עס איז דאך א פראבלעם א קנאפן
ווען מען דארף גראמען
דאן וועט מען דאך נישט כאפן
א אנפאנג מיט א סופ'ן
זינגסט מיט מיר אלע צוזאמען
איי ברידער וואס האלט איר
חברים וואס טראכט איר
זאגטס מיר אלע אייער דעת
וויאזוי מען וועט דא זאגן
אזוי וועל איך ענק נאכיאגן
און דעם פערד אזוי טון א שמייס
די אויבנדערמאנטע ליד זאל מען זינגען ווי א פזמון
מיטן הערליען ניגון פון יום טוב ערליך
אויף לאמיר זיך שטארקן אידעלעך
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 4:16 pm
דורך לחיים ולברכה
דער פראבלעם איז אז נישט אלעס גראמט........... כ'קענעס נישט זינגן ווי ס'ברויך צו זיין.
שרייבעס איבער אין ברייטע שורות, אפשר אזוי וועטעס גראמען....
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 4:23 pm
דורך קוטשער
לחיים ולברכה
קודם שלום עליכם
אז דו ווילסט א לענגערע עליכם שלום געבן
זייער חשוב און פיין
שרייב עס אריין אין מיין ברוכים הבאים שלום עליכם געהענגל
איך וועל מיך דאך אזאנס פרייען
צו האבן מיט מיר א לחיים
איך האב פרובירט אלעס זאל גראמען אבער זעט אויס א קוטשער קען נישט
ניטאמאל קען א קוטשער כאפן וואס פונקטליך גראמט נישט
וועל איך פרובירן אין ברייטער שורות אפשר אזוי וועט עס גיין
באקום איך א בריוועלע פון א איד דא א זיסעלע אפילו וואס איך קען אים נישט אז מיין קורצע שורות פאר די נערוון מאכט אים צרות אפילו מיר האבן זיך נאך אפילו נישט געקישט טייערע ברידער
וואס האלט איר זאל איך דאס טוישן אינגאנצן אנהייבן שרייבן אין די ברייטן עס זאל אים שוין די נערווען נישט פלאצן איי וויאזוי וועט דאס קלאפן עס איז דאך א פראבלעם א קנאפן ווען מען דארף גראמען דאן וועט מען דאך נישט כאפן א אנפאנג מיט א סופ'ן זינגטס מיט מיר אלע צוזאמען איי ברידער וואס האלט איר חברים וואס טראכט איר זאגטס מיר אלע אייער דעת וויאזוי מען וועט דא זאגן אזוי וועל איך ענק נאכיאגן און דעם פערד אזוי טון א שמייס די אויבנדערמאנטע ליד זאל מען זינגען ווי א פזמון מיטן הערליען ניגון פון יום טוב ערליך אויף לאמיר זיך שטארקן אידעלעך
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 4:24 pm
דורך צייטליך
איז אזוי, לעצם הענין,
די וועג ווי די שטעלסט אראפ דיינע תגיבות אונעם גאנצן קרעטשמע איז נאר געמאכט ווען מ'שרייבט גראמען, נישט ווייל די וועג איז גרינג צו לייען, נאר פשוט צו זעהן וויאזוי די גראמען לויפן,
אויב איז עס נישט קיין גראם, וואס אין אלגעמיין זענען דיינע תגיבות נישט קיין גראמען, איז עס זייער נישט באקוועם צו ליינען אויף דעם וועג,
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 4:29 pm
דורך קוטשער
אפילו אפילו אפילו
לחיים מיט צייטליך זענען מיר שוין גענוג און איבער גענוג קעגן אזא פשוטע קוטשער ווי איך בין
דאך דאך דאך
וועל איך ווארטן צו הערן וואס מיינע איבריגע גוטע פריינד און יועצים וועלן האבן צו זאגן אין דעם ענין
מיין מאמע זאגט מיר אייביג
שיע
בראף יועץ
עס שטערט מיך נישט אז זי רופט מיך אזוי פלעין שיע נישט שיעלע נישט שיעלישעל נישט שיע טייערער
ווייל נאך אלעם בין איך דאך נאך אלץ א קוטשער אפילו ביים מאמען בלייבט מען א קוטשער
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 4:31 pm
דורך פרשנדתא
שלום עליכם קוטשער, הער זיך איין. איך האב שוין לאנג נישט געשריבן דא אין קרעטשמע, אבער געליינט האב איך יא היבש אסאך. איצטע מוז איך עפעס שרייבן. קודם וויל איך דיר באדאנקן פאר דיין מיה צו לאזן הערן דיינע מיינונגן, און זיך/אונז אינטערהאלטן דא אין קרעטשמע. לענין וואס דיין אשכול איז געווידמעט, כ'מוז דיר אויך זאגן דער אמת אז ס'האט מיר זייער געשטערט דיין וועג פון שרייבן. כ'מיין אז ס'דארף נישט צו זיין אזוי שווער צו טוישן, שטעל אריין קאמעס און פינטלעך אנשטאט די ענטערס, און ביזט א פארטיגע שרייבער!
הצלחה רבה
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 4:37 pm
דורך יאנאש
מיין וואוט אויך, ביטע שרייבן געהעריגע שורות אויב מעגליך, יישר כח.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 7:19 pm
דורך קרעמער
קוטשער;
דו ביסט אייגנארטיג!
טויש דיך נישט צופיל, ווייל עס וועט פארלירן דעם אריגינעלקייט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 8:04 pm
דורך איך_הער
איך האלט כמעט ווי קרעמער, דיך טויש נישט, אבער די צינויפשטעל פון דיינע שורות, זאלסטו מאכן פונקט ווי יעדן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 8:56 pm
דורך מיללער
אלס א מעסטער, נוץ סיי וועלכע צייטונג/אויסגאבע מחליט צו זיין צו עס וועט ווערן אנגענומען בעיני הציבור, געווענליך גראמען שרייבט מען אויף באזונדערע שורות, און אלגעמיין שרייבט מען אין פאראגראפן מיט די פאנקציאציע מיטלען אלס די טאן-געבערס.
בעצם ביסטו מורא'דיג אייגנארטיג אין אריגינעל, מיט די צייט וועסטו קענען זיך אויסלערנען ווען און וואו מגיב צו זיין, מיט וועם מ'קען גיין אויף א לענגערע שפאציר און ווער עס וועט שנעל ארויסגיין פון די גלייזן, דער עיקר איז, זאלסט דיך לאזן לערנען וועסטו אי"ה אנקומען.
סטעי וויט אס, דאונט גאו עוועי!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 9:53 pm
דורך קוטשער
יישר כח איך טו זאגן פאר אלע קרעטשמע מיטגלידער וואס האבן זיך געלאזט הערן די מיינונג, זייער א שיינע זאך.
די מערסטע האב איך געהאט פארגעניגן פון מילער'ס אויפריכטיגע רייד, וואס אפילו איך קען עכט נישט פאלגן ווייל איך האב נישט קיינע צייטונגען אדער אויסגאבעס, ווייל ווי קומט די זאכן צו א קוטשער, אבער אזויפיל האט ער מיר יא אויסגעלערנט, צו נוצן פאראגראפן, נישט געפערליך, איך קען מיך טוישן, איך מיין דאך נאר עטס זאלטס פארגעניגן האבן פון מיר, דאס אלעס.
פרשנדתא, דיר פארשטיי איך נישט, דו ביסט מודה אז דו שרייבסט נישט, נאר יעצט שרייבסטו.
אויב דו שרייבסט נישט וואס רעדסטו דיך אזוי אפ, לערן דיך פון מיר נעם דיך שרייבן פעסט מיט א פלייס, מיט ענערגיע.
קוק אן וואס א שרייבער ווי מיר קען אויפטון, ארויסנעמען אלטע פארגעסענע שרייבערס פון די צעלן, און זיי באנייען מיט א פרישקייט.
געטס מיר נאך אפאר טאג דא אזוי מיט מיין אייגנארטיגקייט און ארגינעלקייט, אלע טויטע גיין אויפשטייען תחית המתים, עס וועט נישט זיין א משתמש דא וואס זאל זיך נישט לאזן הערן ערגעץ, איך וועל אזאנס פארפלייצן די קעמערלעך און געהענגלעך מיט מיינע פערדערייאישע דערקוטשערונגען, אזש מען וועט מיינען אז דער גרויסער פארפלייצונג איז צוריק געקומען.
צום שלוס: אויב איך גיי דא בלייבן דא מיט דעם ניק, איך דארף זען וואס די מנהלים, אדער איין מנהל וואס האט זיך עפעס אפגערעדט ערגעץ גייט טון.
ביזדערווייל האב איך מיך שוין אויסגעלערנט צו נוצן א שטרעכל מיט א פינטל ביים ענדע.
מיר ווילן הערן מיר ווילן הערן, ווי מער ווי מער, מיר ווייסן קוים קוים, די פאס איז לער, פילטס עס אן מיט אלדאס גוטס, יישר כח.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 9:56 pm
דורך איך_הער
איזהו חכם הלומד מכל אדם.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 10:16 pm
דורך סאכדעס
טייערע קוטשער, כ'וויל נישט אריינגיין אין קיינע געפעכטן דא, אבער איך דוקא גלייך זייער שטארק דיין אופן הכתיבה, ס'שטערט מיר בכלל נישט דיינע שורות צוטיילונגען.
באט יו נאו, אחרי רבים להטות.
פרשדנתא, אזוי וויכטיג איז עס טאקען געווען?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 3:04 am
דורך קוטשער
קוק איך מיך אזוי אום, אנטפלעקן זיך צו מיינע אויגן, גרויסע נייעסן.
קרעמער איך הער מילער סאכדעס, שרייען מיט די העכסטע טענער, אז קוטשער זאל ווייטער אנגיין, סאכדעס קען אפילו באשטיין אזוי ווי די זאך איז אן קיינע ענדערונגען.
פילייכט קרעמער מיינט אויך דאס צו זאגן, טויש דיך קיין האר נישט, בלייב אזוי ווי דו שטייסט וועסט צוריקקוקן וועט זיין ביטער ווי זאלץ.
איז אפשר דרייט מען צוריק דעם דאשיק אויף רעכטס, צוריק צום אלטן אויסגעטראטענעם וועג, אהיים צום טאטן.
אדער לויט לחיים ולברכה און אויך צייטליך, איז דאך גוט אזוי ווען מען גראמט כאטשיג, איז קען זיין איך וועל מיך נעמען גראמען אין גרויסען, איך וועל נאר רעדן גראמענדיג, דאס איז אויך א גוטע עצה, פאר מיין חיונה, גראמענדיג וועל איך מעגליך ציען מער קונדן, ווער ווייסט אפשר וועט עס געלונגען.
אבער פאר פרשנדתא, וואס איך האף איך אז ער האט זיך געטון פרייען, זעענדיג ווי שטארק איך האב מיך מיט אים גערעכנט, און אלעס געטוישט פאר פרשנדתא, ער האט דאך מיך אזוי שיין בארימט, און געוואונטשן, פרשנדתא אויף דיר זאגט מען אז דיינע קינדער לערנען תורה אין בני ברק, אמאל בין איך דארט דורך געפארן איך האב זיי טאקע געזען לערנען זייער פלייסיג, וואויל צו דיר פרשנדתא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 8:28 am
דורך איזאק
אה שכח פרשנדתא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 9:44 am
דורך אלעקסיי
איך האב מיר שוין פון לאנג [נעכטן!] געוואלט אפרעדן אויף קוטשער'ס וועג פון שרייבן קורצע פראזען, כ'האב נאר נישט געוואלט זיין דער ערשטער.
קוטשער'ס שטיל, דאס איז יא מתוק!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 10:07 am
דורך לחיים ולברכה
קוטשער קוטשער, געבענטשט זאלסטו זיין. שרייב און שרייב, געב נישט אויף חלילה. צו ביזט אויפ'ן וועג ארויף! דיין ספעלינג איז זייער גוט, דיין קאמעס און פינטלעך האסטו שוין געטוישט, א מחיה!
גאו אהעיד, מיר ווארטן אויף דיינע באשרייבונגען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 10:11 am
דורך אלעקסיי
מיר ווארטן אויף דיין 100'טע תגובה
כ'שטעל זיך פאר אז דו האלטס שוין אינמיטן ארבעטען דערויף.