מאמע

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קוטשער

מאמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוטשער »

היות

איך גלייך זייער
און ליב זייער
מיין טייערע מאמע
וואס איז אויך פערצופעל מיין זעליגע מוטער

אלס א הכרת הטוב
האב איך געטראכט
וועל איך איר באווירדן
מיט א ספעציעלע געהענגל

וואס וועט אנגערופן ווערן אויף איר נאמען
און צו איר געדענקעניש

די מוטער וואס איך באצי מיך דאהי
איז די אלעמען באקאנטע געערטע מאמע לשון

וואס טייל קינדערלעך רופן איר אן מיטן צונאמען אידיש

אט די מאמע אידיש
האט מיך זייער באצויבערט
מיט איר רייכקייט
שיינקייט
איידעלקייט
און מער פון אלעם
הייליגקייט

אט די מאמע
איז די מאמע פון אלע דייטש אפשטאמיגע אידישע קינדער
לזאת תקרא אם כל חי

כדי נישט צו אנווערן צייט
און פאר'מיאוס'ן דעם געהענגל
דורכן פארשמירן פאפיר
און אויסגיסן טינט
פאר גארנישט און פאר נישט

וועל איך שוין איבערלאזן פיס טריט
פון די מוטער

וואס איז דאס מוטער
און וואס איז דאס מאמע

ווען איז זי א מוטער און ווען א מאמע
ווער רופט איר מאמע און ווער מוטער

פארוואס זאל מען נישט זאגן מוטער לשון
איי ווי שיין דאס וואלט געפאסט פאר איר
ווער עס האט געקענט מיין מוטער
און האט פארשטאנען אויפן ווינק איר געברויך

וואלט דאך אין לעבן געגאנגען
צו זאגן מוטער מוטער טייערע מוטער


און פארוואס האט זי נישט קיין מאן אונזער מאמע
פארוואס קומט זיך נישט אונז ארימע אומשולדיגע קינדער
א טאטע
אדער א פאטער

ווען וואלט מען ווען יא געהאט וואלט איך דאך געקענט פרעגן די זעלבע פראגע

וואס איז דאס פאטער
און וואס איז דאס טאטע

ווען איז ער א פאטער און ווען א טאטע
ווער רופט אים טאטע און ווער פאטער
קוטשער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוטשער »

איי וואספארא פארגעניגן איר פארשאפט מיר אידעלעך.
זעענדיג וואספארא שעצונג איר טוט שיקן צו מיין אזוי געערטע ג-טזעליגער מוטער.
לאזנדיג די שיינע פאלאצעל וואס איך האב געאייביגט פאר אירעט וועגן, אזוי שיין און ריין, ציכטיג און זויבער.

מאמיש א נחת, וואלט מיין מאמע געזאגט אזוי מאמיש אין מאמע לשון, וואס זאל איך אייך זאגן, אשאד אשאד איר האט מיין מאמע'ן נישט געקאנט, אוי איז דאס געווען א מאמע, נו שוין נאך א מאמע, זאגט ער דארט ביים רעכטן זייט ווינקל, ניין ניין ניין, מיין טייערע פריינד, נישט נאך א מאמע, דאס איז געווען א מאמע, א עכטע ריעל מאמע, א מאמע מיט אלע פיטשיווקעס.

א מאמע וואס האט ביי קיין ליכט צינדן נישט פארפעלט צו וויינען, דעם שירצל אנצוטון, די הענט פארדרייען גאנצע 7 מאל.
איך ווייס נישט אויב עס איז געווען קעגן די זיבן הקפות פון די חופה, אדער די זיבן פון די ספר תורה אין שול, גרעסערע השגות פון דעם האט דאך די מאמע נישט געקענט האבן.
אבער דאס איז געווען א מאמע, א מאמע צום געדענקן, וואס מיינט איר באמאמע איך מיך אזויפיל היינט, ס'טייטשט איר ברויכט דאך וויסן, נישט מער, איך האב געהאט אזא א מאמע, איינס אין די וועלט, קיינמאל, קיינמאל נישט געהאט א צווייטע ווי זי.
דאס האט מען נישט געקענט נאכמאכן פאר קיין געלט, און פאר קיין כבוד, א אייגנארטיגקייט וואס זי האט ארויסגעוויזן, א חן וואס האט איר ארומגענומען, ווי די זון און שטערנס געלאכטן.

רעדנדיג פון אזא מאמע ווערט דער הארץ אנגעפילט מיט געמישטע געפילן, פון איין זייט אזא מאמע צו האבן איז דאך די גרעסטע גליק אין לעבן, דא רעדט מען דאך פון די באקאנטע מרת. מאמע, אזוי האט מען איר גערופן, סתם מאמע האט געמיינט די מאמע, ווען מ'האט נאר געשריגן מאמע, האט שוין יעדער געוואוסט פון וועמען מ'רעדט דא, וואס הייסט מ'רעדט דאך יעצט פון די מאמע.
אבער פון די צווייטע זייט, אז מ'איז שוין נישט היינט נעבן אזא מאמע, שרייט דאך דאס, ווייטאג, לייד, און פייניגונג, איי איי איי ווי נעמט מען נאך אזא מאמע.
איי מאמע ליבע מאמע, אוי יוי אוי יוי אוי יוי אוי יוי, פארוואס לאזטו מיר דא אליינס, אוי יוי אוי יוי אוי יוי אוי יוי.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דו האסט שוין מער מאל געשריבן מאמא אין דעם איינעם אשכול, ווי שוועקי אין זיין מה טובו ניגון.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ווי ווילסטו אפילו פארגלייכן א מאמע צו א מהמה, און ווער רעדט נאך, ווען די רעדע איז קוטשער'ס מאמע?
קוטשער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוטשער »

קרעמער

וואס זאל איך דיר זאגן.
עס דערקענט זיך איר האט מיין מאמען נישט געקענט.
פון וואו איך הער ווייסט יא צו זאגן פונעם קוטשערס מאמע, איז דאך וואונדערליך, נישט אומזיסט הייסט ער איך הער, ער הערט טאקע און נאך ווי ער הערט.
אבער געזען האט ער אויך שוין נישט די זכי' געהאט, וואלט ער מיין מאמע געזען, וואלט ער נישט געענדיגט שרייבן פון איר, מיין מאמע, פון איר, ענדיגן עה נישט שייך בכלל נישט, די באקאנטע צדקנית, די אויסגערופענע בעלת חסד, די באוואוסטע עסקנ'טע, די בארימטע גוט הארץ, פון איר עה נישט מעגליך צו ענדיגן.

טאקע נישט קיין רעבעצין געווען, אבער אלע רעבעצינס זענען ביי איר געקומען זיך לערנען, מיין מאמע האט אחוץ דעם קוטשער, אויפגעשטעלט א דור פון רעבעצינס, און גלייבט מיר ברידער מיינע, ווען נישט מיין מאמע וואלט אפילו א קוטשער נישט געווען, איך מיין צו זאגן, דאס וואס איך בין יא איז אויך אדאנק מיין מאמע.

איך זאג דיר נאכאמאל קרעמער, העסטו ווען איר געקענט, וואלט דיר אפילו אין שלאף-פאנטאזיע נישט ארויפגעקומען די ווארט שוועקי, איך מיין ווי קומט א טשוואק צו די מאמע.

קרעמער.

נישט אז די מאמע האט נישט געהאלטן פון קיין טשוואק, דייקא איז די מאמע געווען א גרויסע חסידות'טע פון טשוואקן, ווי נאר מען האט געזען א טשוואק האט מען עס געברענגט צו די מאמע.
און די מאמע זיך באדאנקענדיג פאר יעדע טשוואק באזונדער, ווי דאס וואלט געווען פון גאלד אויסגעשניצט, אין זילבער אריין פארמירט, פון דימאנד געמאכט, צי וואס.
וואס די מאמע האט געטון מיט אט די אלע טשוואקן ווייסט איין איינציגער באשעפער, נאר ער ווייסט און קיינער נישט, ווארום די מאמע האט מיט די טשוואקן זיך פארנומען טעג און נעכט, זומערס און ווינטערס, פרילינגס און הערבסטס.

אבער קוק אן א וואוילקייט פון מיין מוטער, ווי נאר עס האט דער פרייטאג געטאן ערשיינען, עס האט נאר דער אווענט געקלאפט, דער זון ארונטערגעגאנגען אונטערן האריזאנט, און דער פיצקעלע שטערנס אויסגעוואקסן, האט די מאמע אלע טשוואקן שיינערהייט איינציגווייז פארפאקט אין שופלאד, ארומוויקלענדיג זיי מיט אזא שמאטעלע, אזא גאבלאן וואס זי האט אין זיי אריינגענייט די ווערטער שבת קודש, דאס איז דאך מוטעריש שטוינענד.

און דו רעדסט פון מה טובו, וואס רעדסטו, דו ווייסט דען ווי גוט דו זאגסט, עה נישט גוט זאגסטו, זאגסט גאלד, נישט סתם גאלד, גין גינגאלד, די מאמע האט דאך געלעבט און געאטעמט מיט מה טובו, אויפגעשטאנען מיט מה טובו און געלייגט מיט מה טובו, אזש ביזן לעצטן טאג האט די מאמע שטענדיג געמורמעלט נאכאנאנד, די קינדער האבן שוין נישט געברויכט צובייגן די אויערן לעפל, מען האט שוין געוואוסט פון פאראויס, יעצט זאגט די מאמע מה טובו, עס איז הימל און ערד און מה טובו, עס איז לעבן און טויט און מה טובו.
קוטשער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוטשער »

קוטשער האט געשריבן:אבער קוק אן א וואוילקייט פון מיין מוטער, ווי נאר עס האט דער פרייטאג געטאן ערשיינען, עס האט נאר דער אווענט געקלאפט, דער זון ארונטערגעגאנגען אונטערן האריזאנט, און דער פיצקעלע שטערנס אויסגעוואקסן, האט די מאמע אלע טשוואקן שיינערהייט איינציגווייז פארפאקט אין שופלאד, ארומוויקלענדיג זיי מיט אזא שמאטעלע, אזא גאבלאן וואס זי האט אין זיי אריינגענייט די ווערטער שבת קודש, דאס איז דאך מוטעריש שטוינענד.


עס איז פרייטאג כחצות, דער ליבער שבת קודש קומט צו גיין, מען קען שוין טאפן אין די לופט, די הייליגקייט די שיינקייט, דער הארץ ווערט שוין אנגעפולט מיט בענקשאפט און גלוסטיגקייט, צו די מאמע.
איך דערמאן מיך צוריק אט די טייערע ווערטער, וואס איז ארויס פון דעם קוטשער'ס האנט, און עס זאמלען זיך אן הייסע נאסע טרערן אין מיין שווארץ אפעל.
מען האט גערעדט דא פון מיין טייערע מוטער, זאל זיך מיען אין לעכטיגן דערקוויקענדיגע גארטן, זי מיין זעליגע מוטער, איז פאר ווער עס ווייסט, דאך געווען עפעס אן אויסטערליש איידעלקייט, זי איז מיר אייביג געווען צוגעגליכן אין מיינע אייגעלעך, ווי א קליינער זיסע פידעלע, מיט איר ציכטיגקייט און פרעכטיגקייט, מיט איר בא'חנ'טע שטימע, און אזעלכע איידעלע סטרונעס אויסגעצויגן אויפ'ן פידל, אז יעדע קליין ווינטל וואס בלאזט אדורך דערויף, הייבט עס אן צו זינגען.

אונזער מאמע, די הייליגע שכינה די מאמע פון אלע אידן, דאס איז דאך די הייליגע שבת, אונז זענען מיר מאמיש פאר'חלש'ט צו זיין ווי נענטער צו די מאמע אונזערע.
ווען מען גייט היינט זינגען, קה אכסוף נועם שבת, גייט זיך ארויס שרייען פון אונזערע טיפע הערצער, אוי מאמע ליבע מאמע, מיר ווילן דיין נאנטקייט, מיר גליסטן צו דיר!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”