בלאט 1 פון 1

ווער קען טערקיש

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:21 am
דורך לאקשען ברעט
בס"ד

גוטע וואך

ליינענדיג אין איינע פין די יודישע ליין מאטריא-ל , איז דארט געשטאנען אז מען האט איינעם אפגעטאן אויף טערקיש
אזוי ווי איך קען נישט קיין טערקיש , ווייס איך נישט וויזוי מען טוט דאס
ווער עס האט די נויטיגע טערקישע וויסענשאפט , זאל ביטע מסביר זיין וויזוי מען טוט דאס
יישר כוח אויף טערקיש

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:23 am
דורך איך_הער
קענסט אים אפטוהן אויף פראנצויזיש.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:26 am
דורך מאשקע
אריין אין שפראך פארום...

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2007 8:03 am
דורך קרעמער
איך האב אויך געזען דעם קעפל "אפגעטאן אויף טערקיש", עס איז ערשינען אין "די צייטונג" אויף בלעטל 4, ביי די פאליטישע אנאליזן.

נישט אז איך קויף צייטונגען (חס מלהזכיר, ס'פשוט א שאד די דאלער-צוויי), נאר איך בין לעצטנס געווארן צוגעבינדן צו די טאג-בוך באשרייבונג פון אסאמא בין לאדין, און אז איך האב שוין דאס געליינט (ביים טאטן זז"ג) האב איך שוין געבלעטערט דא דארט און אויך באמערקט דעם קעפל.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2007 8:47 am
דורך abimlaibt
קרעמער יא אלעס פיין און וואול, אבער קיין געהערעגען פשט האבין מיר נישט געהערט פון דיר.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2007 3:16 pm
דורך מיללער
קרעמער דיין טאטע זזגא"ש האט הנאה אז דו קומסט אהין נאר צו וויסן וואס דער בלוט-דארשטיגער פארשוין האט געטאן אין די אינגע יארן?

אז מ'רעדט שוין דערפון, "די צייטונג" שטלעט זיך ארויס וואך-איין-וואך-אויס אלס א רייכע צייטונג מיט גאר אינטערעסאנטע ארטיקלען און נייעסן, דער טאג-בוך פון שאול קליין (געוועזענער מחנך) איז איינע פון זיי, ממש א מעסטער-פיעס איך בין מיך מחיה דערמיט וועכנטליך, עס איז אריגינעל און פראפעסיאנאל.

די וואך האב איך געלייענט אין די קאמפיין נאטיצן אז דער מתתי' דראדזש איז היינט-צו-טאגס גאר א מאכטפולער רעפארטער וועלכע האט די כח צו דיריגירן דעם אויסגאנג פון די וואלן, אלס א ביישפיל ברענגט ער אז ווען דער דראדזש לייגט אמאל א לינק אויף זיין וועב-זיייטל, ווערט דער באטרעפנדער אזוי איבערגעשטרענגט אזש ביז צום בלאקירן דעם גאנצן וועב-סייט מרוב הלחץ.

אפשר זעהט איינער ארויף א לינק אהין צום היימישען קרעטשמע, אזויסצומעקן דעם פארשימלטן מעסעדזש הונטן "המספר הרב ביותר של משתמשים מחוברים אי פעם היה 453 בתאריך שני יונ' 25, 2007 4:18 am"

פאלגענד איז דער דראדזש רעפארט:
http://www.drudgereport.com/

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2007 5:38 pm
דורך קרעמער
מיללער;

איך האב אויך געליינט דארטן דעם "איש חמודות"...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 7:37 am
דורך איזאק
לאקשן, אויך שוויצן די טערקן עפעס געפערליך... ווי איז דער מקור פון דעם ?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 8:48 am
דורך לאקשען ברעט
ווער זאגט אז די טערקען שוויצען ?

אבער נאך אפטוהן איינעם אויף טערקיש איז נישט קיין ווינדער אז מען שוויצט

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 9:18 am
דורך איזאק
האסט נאך קיינמאל נישט געהערט דעם אויסדריק "איך שוויץ וואו א טערק " ?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 10:26 am
דורך קרעמער
מסתמא ווייל זיי גייען טערקישע טליתים.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 10:31 am
דורך מיללער
קרעמער האט געשריבן:מסתמא ווייל זיי גייען טערקישע טליתים.


קרעמער, דאס איז דער חידוש פונעם יאר הונדערט לדעתי.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 10:34 am
דורך קרעמער
קומט נישט צו צו דיינע חידושים...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 1:15 pm
דורך לאקשען ברעט
קרעמער האט געשריבן:מסתמא ווייל זיי גייען טערקישע טליתים.


ס'האט מיר געקאסט א לאך

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 1:16 pm
דורך צייטליך
יוי לאך איך, קרעמער יו מעד איט!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 1:17 pm
דורך בעל עגלה
אז מען רעדט שוין יא פין צייטונגען, וואל איך טאקע ערמעשענסי וויסען וואס די ווארט "סקיצע" מיינט
איינע פין די צייטונגען ניצט עס לעצטענס זייער אסאך, אזוי אויך וויל איך וויסען ווער עס ווייסט פין א ארגענעזעישן מיטען נאמען "פעטא"

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 1:18 pm
דורך איזאק
קרעמער, איך האב אויך געלאכט.
וועגן וועמענס חידושים איז מער, האלט איך נאך אינמיטן איבערקלערן

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 1:19 pm
דורך איזאק
דו מיינסט "פיטא" די פאריקטע צער בע"ח קליקע.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 1:21 pm
דורך צייטליך
וואס הייסט? די ווייסט נישט?
די וואס האבן געמאכט די ענגלישע שפראך האבן גענימען די ווארט "סקעטש" פון א אידישע ווארט "סקיצע"..

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 3:04 pm
דורך יענטאאש
קרעמער האט געשריבן:מסתמא ווייל זיי גייען טערקישע טליתים.


אויב אזוי קען מען דאך זאגן "איך שוויץ ווי א פארקאש"?....

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 3:40 pm
דורך לחיים ולברכה
קרעמער; יענטאאש; געוואלדיג.......

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 5:31 pm
דורך קרעמער
יענטאאש;

מען זעט אז דו ביסט נאכנישט געשטאנען נעבן א טערקישן טלית.

--
PETA = PEOPLE EATING TASTY ANIMALS

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 5:58 pm
דורך מאשקע
.קרעמער און יענטאאש, איך לאך ווי א פארקאש...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 1:24 am
דורך abimlaibt
יענטאאש האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:מסתמא ווייל זיי גייען טערקישע טליתים.


אויב אזוי קען מען דאך זאגן "איך שוויץ ווי א פארקאש"?....

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
יענטאאש דו ביסט אנבעליוועבל...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 1:38 pm
דורך קוטשער
יענטאאש

נעקסט טיים שרייב כאטש איינגערינגעלט
אז עס איז תרתי משמע

עס האט מיר געדויערט צייט צו כאפן
איך האב מיך געקוילערט