בלאט 1 פון 1

איכער & סאכדעס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 9:33 am
דורך איזאק
אין די איצטיגע טעג פאר פורים איז פשוט א נחת צו זען
ווי די צוויי ניקים האבן זיך צופידעלט און צופיפען איינער אויפן אנדערן אזש יעך באלעק מיך די פינגערס וואס סיז באהאפטן צו מיינע הענט
ווי נאר אין וועלעכען אשכול מוואנדערט אריין זעט מען די צוויי ריזן זיך אמפערן אויף גאר געהויבענע ענינים.
ב"ה לא אלמן ישראל, מען בעט דעם עולם צו צוהעלפן צום געפעכט אז עס זאל זיך ציען עד ביגו"צ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 12:14 pm
דורך בני היכלא
די כרסיים עליון ותחתון, וואז זענען באהאפטן צו מיינע אויגן וואס לעזן היצט די צחות'ן פון איזאק, האבן זיך ווילד צופידעלט און צופיפן, נאכדעם וואס איזאק האט זיך היינט פורים פארטאגס שרעקליך צו וויצלט, פאראורזאכנדיג אז די אויבערשטע מיט די אונטערשטע כרס זאלן ארויס אין א טאנץ, אמפערנדיג זיך ארום, ווער ס'האט מער רעכט זיך צו ווארפן און שאקלען כדבעי.
מ'בעט ווער ס'האט א השפעה אויף איזאק זאל אים בעטן, ער זאל העלפן ציען דעם פעדערל זיינע, צושטעלן טינט וועל מיר דא, פאפיר אויך אז ס'פעלט אויס, און ויסעו געגאנען.....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 2:18 pm
דורך סאכדעס
חחחחח שמייכלט זיך סאכדעס אונטער אריינשפאצירנדיג אין קרעטשמעלע, צווישן זיינע זיסע ווענטלעך, און ריינע בענקלעך, ביי איינע פון די טישלעך, זענען זיי געזעסן, סיי איזאק, דער אייזיק אידאך געוואלדיג זיס לפעמים, און צוגאב צו כאלי, וואס איז א מעסטער פיס, ער איז אין אלעמען באהאווענט כזקן ורגיל. זיצן זיי און אנאליזן צוויי אלטע סיניערס, וויאזוי זיי הרג'נען זיך ארום אויף א חק און אויף א קאפי, סאכדעס קלערט צו זיך, זאל ער זיך אנרופן? אמער ער אידאעך שוין אן אלטער קיייגן די ביידן, און ער באשליסט, נע פאסט נישט, לאכט נאר לאכט, איר וועט נאך אנקומען אין מיינע יארן, און צו מיינע תגובות....

אקיצער כ'זאג גארנישט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 2:32 pm
דורך איזאק
כאלי, אילו לא באתי אלא בשביל תגובתך דינו...
סאכדעס, וואס אידאס "לפעמים" ? הא ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 3:49 pm
דורך קרעמער
בני-היכלא;

האסט געוואוסט אז ביי סאכדעס ביסטו א מעסטער פיס? (כ'האף ס'האט זאקן)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 5:19 pm
דורך סאכדעס
איזאק וויסטע טאקע אז כ'זאל עקספיען א ליגענט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 7:40 pm
דורך איך_הער
איך שליקערץ און שליקערץ, און כאנישט קיין אהנונג פארוואס, ענדליך נאך סאפער, כאפ איך מיך אריין אין קרעטשמע, ווערט אלעס אנדעקט, איזאק האט זיך אנידער געזעצט אויף מיר, און צוגיסט מיך אזוי ווי גארנישט וואלט געווען, נו נו, גם זו לטובה, גם זה יעבור, גם עליך יעבור כוס ...., גם לי גם לך, גם כי אלך, גם כי אזעק ואשוע, (אפילו ס'איז נאר איזאק, וועל איך אויך שרייען.)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 7:55 pm
דורך בני היכלא
עליו כבר עבר כוס........, מלא על כל גדותיו........., עכשיו בא הגורל עליך, שתה כוס אחד או שתים והשקה אותנו מגרונך כמוהו.......

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 19, 2007 7:48 am
דורך איזאק
סאכדעס, וואס איז דאס "עקספיען" ? מיינסט שפייען ? עקספייערן ?
איכער, שוין, נאך א גירסא אויף מיין נאמען, סאכדעס שרייבט אייזיק, דו שרייבסט אזעק.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:43 am
דורך איך_הער
איך שרייב, דער פסוק שרייבט.