בלאט 1 פון 1

סאכדעס: באנק אקאונט ארטיקל

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 13, 2007 8:36 pm
דורך מאשקע
פרטים יבואו...

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 13, 2007 8:38 pm
דורך בני היכלא
אגוטע וואך מאשקע;
ווען איז די יבואו? אויך יבואו?

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 13, 2007 8:45 pm
דורך איך_הער
אלע פרטים גייען טאקע קומען? סאו עקסיידינג.

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 13, 2007 8:46 pm
דורך קרעמער
וואסי מאשקע? האסט אויך געכאפט א דריי שעה'יגן דרעמל דעם שפייז-נאכמיטאג?...

איך קען ניטאמאל אנהייבן שרייבן א מקצת דמקצת פון מיינע גרויסצוגיגע דמיונות וואס איך האב צוזאמגעווארפן בשעת שינתא דמלכא (פילייכט ווען די שבת-בראשית הנדחה קידוש הערינגלעך האבן זיך געשטעלט טאנצן א פנימיות'דיגע ריקוד מיט די מלאכים פון די טשאלענט בעבלעך).

קעפלעך פון אשכולות - וואלט איך אויסן געווען מיטצוטיילן דעם עולם מיט דעם געווירבלעכץ פון געדאנקן אינעם נים-ולא-נים'דיגן שבת נאכמיטאג שלאף - וואלטן געלאפן אין דעם ליניע פון "גייט אן ביי אן אתרוג די איסור פון שמא יעבירנו שבת בראשית נאכמיטאג" - "יגר סהדותא צוגאסט אין וויליאמסבורג בעת קרעמער באזוכט מאנסי" ... ... ...

אויפגעוועקט האב איך זיך צום שוידערליכן געדאנק אז די בעפארשטייענדע ראשי קהילה וועלן פון חודש כסליו זענען בלויז איין חודש אוועק פון אונז, ואני אנה אני בא.

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 13, 2007 8:50 pm
דורך מאשקע
וואס פארפירט עטץ? עטץ פארשטייטס נישט קיין ענגליש? וועלכע חלק פון "יבואו" פארשטייט עטץ נישט?

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 13, 2007 9:04 pm
דורך בני היכלא
מאשקע, קוק אן מיט אזא תמימות'דיגע שאלה'לע, האסטו אונז אלע פארשטילט..

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 13, 2007 9:12 pm
דורך מאשקע
העי, וואס ווילט עטץ פון מיר? די פרטים וועלן קומען דורך סאכדעס'ן. ס'האט גאניש מיט מיר.

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 13, 2007 10:16 pm
דורך abimlaibt
נו גוט העמיר ווארטען אויף סאכדעס'ן יעמאלט,

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 14, 2007 1:11 am
דורך סאכדעס
ווארט ברידער ווארט, יבוא יונה..

מאשקע, פאר אזא זאך וועסטו כאפן פעטש.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 14, 2007 6:38 pm
דורך מאשקע
כ'גיי איין אויף פעטש, אבער בתנאי אז ס'קומט באגלייט מיט אן ארטיקל...

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 14, 2007 6:59 pm
דורך איך_הער
סאו צוויי ארטיקלען, א באנק ארטיקל און א פעטש ארטיקל, פארשטיי איך גוט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2007 8:57 am
דורך צייטליך
איך גלייב עס נישט, זאגט מיר נישט אז סאכדעס איז ביז יעצט דארט געשטאנען ביים באנק און געווארט אז דער שנה ראשונה איגערמאן זאל קימען אויפמאכן זיין אקונט...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2007 8:33 pm
דורך סאכדעס
צייטליך, סאכדעס איז שוין דאס אלעס אדורך, מערצעשעם וואן דעי וואן דעי, וועט זיין אנארטיקל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2007 8:49 pm
דורך בני היכלא
נישט אומזיסט האט מען זיך פארלייגט אויף דעם סאכדעס, זעט אויס מ'האט געוויסט אויף וועם זיך ארויפצולייגן, אט אט און ס'קומט שוין מערצעשעם.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 4:50 pm
דורך דארפסמאן
נא ווי לאנג דארף איך ווארטען

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 5:03 pm
דורך לחיים ולברכה
ווי לאנג די שיקסע אין באנק וועט פיינעלייזן די אפענינג פונעם אקאונט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 6:16 pm
דורך איך_הער
די ארטיקל באשטייט פון פופצן און מיט מיין יעצטיגע פון זעכצן תגובות, נישט קיין גענוג לאנגע ארטיקל?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 9:25 pm
דורך סאכדעס
יאכער, שוין ס'צווייטע מאל די וואך וואס דו טשעפעסט מיך, די ארטיקל פילט שוין אן א גאנצע בלאט אין ווארד, און עס האט זיך נאך קוים אנגעהויבן. כאגעזאגט וואן דעי, מיינעך עס ערענסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 9:37 pm
דורך איך_הער
כאנישט גערעדט לגבי דיר חס מלהזכיר, כאנאר געוואלט בארואיגען דארפסמאן'ען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 9:39 pm
דורך סאכדעס
קיינער בעט דיר נישט קיין טובות, אבער דאס מאל קומט זיך דיר פארט קרעדיט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 9:42 pm
דורך איך_הער
ווי אנדערש וואלט מיין לעבן צוגעגאנגען, ווען מ'וואלט פון מיר קיינע טובות נישט געבעטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 9:44 pm
דורך סאכדעס
באלד וועט דא ווערן אן ארטיקל פון עפעס אנדערש, כ'בעט דיך א טובה, רעדט נישט ווייטער פונ'ם ענין.