בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 1:22 pm
דורך סאכדעס
אויב נאך עפעס איז נישט קלאר, ביטע זיך נישט שעמען צו פרעגן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 1:26 pm
דורך פאטאקי08
דא האט איר אלעס פון די שוום באסיין ביז אלף-למד
און אויך די שוומ באסיין אין גרויס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 2:36 pm
דורך דרך אגב
סאכדעס, יו איך שעם מיך, פארוואס??? איך זאג דיר נישט.
עניוועי, טו דע פוינט, מורא'דיג ציקער, איך האב מיך שוין געפלאגט מיט שמחה ואורה סידורים, צו טרעפן דעם אל"ף למ"ד,
איך האב שוין געוואלט אנרופן כבודו מונח הרב מאשקע, אבער ב"ה אלעס האסטו אונז גאנץ פיין אויסגעקלארט.
איך האב זיך דערמאנט פון די אלטע צייטן, ווען איז געווען דארט מיין חדר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 3:59 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 4:34 pm
דורך יעקב אלי בראך
העי, און ווי איז די אלף אנע שטיקל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 5:51 pm
דורך צייטליך
כ'רעדט פריער מיט מיינס א חבר אויפן טעלעפאון, ער האט געהאלטן אינמיטן דרייווען, אינמיטן גיט ער זיך א רוף אן, "אהה, וואס גייט דא פאר" זאג איך אום, כ'ווייס נישט, איך בין נישט אין מאנראו יעצט, "אזוי סאך מענטשן, מיט קארס" זאגט ער, ווי ביסטו פרעג איך אום, זאגט ער, איך פאר דא ארויף די בארג אויף ישראל זופניק דרייוו, ווי, פרעג איך אום, אביסל נאך די היט סטאר, ווייסט דארט ווי די V מיט די U בקיצור זאגט ער, איך זעה דא אינמיטן צענדליגע קארס שטייען פארקירט צו די זייט, אלע אנגעצינדן מיט פלעשער לייט'ס, אינגעלייט און בעלי בתים, און זאגאר קינדער שטייען אנגעכאפט מיט די מאמעס און מ'זיכט עפעס, איינער קוט אראפ די בארג, אנדערע קוקען מער ארויף אפאר אנגעלייט שפאצירן צווישן די הייזער פון "שווימער'ס הייזער" עפעס זוכן זיי זיכער דארט, זאגט ער,
פונדערווייטנס זעט ער צוויי אינגעלייט ארויפלויפן די בארג מיט קולות, טאנצן פאר שמחה, עפעס שרייען זיי אז זיי האבן עס געטראפן, ווען ער פרעגט זיך מער נאך ווערט ער געוויאויר אז זיי האבן אנדעקט עפעס אן אלטן סווימינג פול, אינטער א גרויסן סחורה, וואס איז די שמחה, פרעגט ער זיי, כ'מיין, וואס זיכט מען דא, קיינער ענטפערט נישט, אינגעלייט שטייען מיט צעטלעך, קוקט אויס ארויסגעפרינט פון די אינטערנעט, און רעכענען עפעס אויס, איין אינגערמאן, דער אלץ ווייסער פון די גרופע ווייזט פאר יעדעם "גוט א קוק" זאגט ער, לאמיר ארויפשפאצירן אביסקעלע ארויפציר וועט עס דא האבן די V פארקינג לאט, און אלע שטייען דארט פארגליווערט, יא, זיי זענען דאס בחוש, די פארקינג לאט קוקט אויס ווי א V, שוין, דא איז די ווען געשטאנען, זאגט ער הויעך, און דא, דריייט ער זיך אויס צום גאדער, איז דער אנדערע קאר געקימען צופארן, אהא, זאגט דער עולם, "און ווי איז דער אלף אן די שטעקעלע פון אויבן" שרייט א אינגערמאן וואס איז יעצט אנגעקימען פארסאפעט נאכן ענדיגן קוקען די U, דא מוטשעט ער זיך שוין, ס'קוקט נישט ממש אזוי אויס, זאגט ער, אבער...
שוין, דא האט ער באקימען א ביפ, ווייסעך נישט ווייטער די מעשה,
Re: מיין דרייוון
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 8:36 pm
דורך abimlaibt
סאכדעס האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:אלזא העכער יענץ הויז זענען דא צוויי הייזער איינס טיפער ווי ס'צווייטער, אויב קוקט מען דערויף פון אויבן, קוקט עס אויס אביסל ווי אן אלף אן די אונטערשטע אדער אויבערשטע פיסל.... בעסער געזאגט: אזוי ווי אן אלף-למד צוזאמען, אהה איצט רעדט איך שוין צו די זאך.
ביאור הדברים:
(אגב דער ענין פונ'ם אלף למד אינאיינעם איז עפעס נישט אזוי מערקבאר, אבער דער געדאנק איז קלאר.
אזוי ווי אלע אנדער מגיבים דא וואס פארשטייען נישט, און הייבען נישט אן צו זעהן דעם אלף ענדע למד, נישט און ווירקליכען זין פון לעבן און נישט פון ווירטואלען וועלט,
און אוודאי און אוודאי נישט אויפן בילד זעלבסט, אלזא ילמדינו דיינו, מה הפשט ומה הפשר כאן? מיר זענען דא גרייט צו הערען תורת הלמד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 10:33 pm
דורך קרעמער
צייטליך;
גוד דזשאב
Re: מיין דרייוון
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2007 10:19 am
דורך סאכדעס
abimlaibt האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:אלזא העכער יענץ הויז זענען דא צוויי הייזער איינס טיפער ווי ס'צווייטער, אויב קוקט מען דערויף פון אויבן, קוקט עס אויס אביסל ווי אן אלף אן די אונטערשטע אדער אויבערשטע פיסל.... בעסער געזאגט: אזוי ווי אן אלף-למד צוזאמען, אהה איצט רעדט איך שוין צו די זאך.
ביאור הדברים:
(אגב
דער ענין פונ'ם אלף למד אינאיינעם איז עפעס נישט אזוי מערקבאר, אבער דער געדאנק איז קלאר.
אזוי ווי אלע אנדער מגיבים דא וואס פארשטייען נישט, און הייבען נישט אן צו זעהן דעם אלף ענדע למד, נישט און ווירקליכען זין פון לעבן און נישט פון ווירטואלען וועלט,
און אוודאי און אוודאי נישט אויפן בילד זעלבסט, אלזא ילמדינו דיינו, מה הפשט ומה הפשר כאן? מיר זענען דא גרייט צו הערען תורת הלמד.
קוק די דיקע ווערטער. איך האב עס נאר גענוצט אלס א דוגמא פון אן אלף וואס האט נישט קיין הינטערפיסל, אנשטאט זאלסט דארפן אראפנעמען פון אן אלף די הינטערשטע פיסל, איז ענדערש נעם באלד אן אלףלמד, וואס האט בכלל נישט קיין הינטערפיסל.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2007 10:20 am
דורך סאכדעס
צייטליך כאזעך געווארפן פאר געלעכטער. כ'מזל ער האט געהאט א ביפ.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2007 11:47 am
דורך איך_הער
סאכדעס, שכוח פאר די מעכטיגע אנווייזונגען.
צייטליך, שכוח פאר די לייוו רעפארט.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2007 11:55 am
דורך לחיים ולברכה
צייטליך, יענער איז נאך אלץ אויפ'ן ביפ? כ'מיין..... מעגסטעם ווען צוריקקאלן.........
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2007 12:15 pm
דורך בני היכלא
לחיים;
אשאד, אז דער וואס האט אריינגעביפט, קומט נישט אהער באריכטן די המשך פונעם באלאגאן דארט...
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2007 2:26 pm
דורך לאקשען ברעט
בס"ד
משוגה איז נישט די ווארט
כ'פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס עטץ רעדטס דא
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 13, 2007 8:41 pm
דורך מאשקע
משוגה איז בכלל נישט קיין ווארט...
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 13, 2007 10:16 pm
דורך abimlaibt
גערעכט עס איז א באגריף.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 14, 2007 1:00 am
דורך קרעמער
אבי;
האסט נישט געכאפט מאשקע'ס עומק.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 14, 2007 10:47 am
דורך לחיים ולברכה
יא, האסט טאקע נישט געכאפט 'מאשקה'ס' עומק....
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 14, 2007 6:40 pm
דורך מאשקע
יוי חברע...
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 14, 2007 11:07 pm
דורך לאקשען ברעט
אקעי געפועל'ט משוגע