Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיין דרייוון

דינסטאג אוקטובר 09, 2007 4:08 pm

אין מיין ראש חודש אשכול אינעם זיבעטן פאראגראף ביי די דריטע שורה, שרייב איך:
סאכדעס האט געשריבן:(כ'על אייך פארציילן א סוד, היות ס'וואלט סייוויי ארויסגערינען נישט היינט מארגן, -כ'האב אין פלאן אייך עפעס צו פארציילן איבער מיין דרייוון- סאו קיין גרויסע סיקרעט סערוויס וועט עס שוין סייווי נישט פארבלייבן, מיילע זאג איך הויך קליפ דאונלאוד ענד סעוו, אז כ'דרייוו, אזוי שרייבענדיג דערמאנעך זעך אז כאנאך עפעס צו שרייבן אויסער די אויבנדערמאנטע זאך איבער דרייוון, נישט ממש דרייוון, נאר אונען א קאר, פארוואס זאגעך עסייך? איך זאל קענען אמאל צוריק קומען דערצו)


איז כדי לקיים מצוה לשמוע דברי הרב ותלמידו, און אויך כדי אביסל צו פארטרייבן און פארברענגן צייט, העליך אראפנעמן פון מיין טייערע צייט - ששששש כאגארנישט געצאלט דערפאר - און כעל אייך באשרייבן דאס אזוי וויכטיגער ענין פון מיין דרייוון.

איך געדענק אז איך האב געוואלט באשרייבן דריי ענינים, און לבסוך סך הכל געדענק איך נאר צוויי זאכן, אבער מאכט נישט און לאכט נישט, קען זיין במשך הכתיבה העצעך ס'דריטער ענין באווייזן אינעם זכרון, און פון דארט ביזן שרייבן איז פאלג מיר א גאנג (להוציא מלבן פון א געוויסע פראמינענטע אויסגארבידזש, וואו איינער פון זייערע שרייבער האבן געשריבן דאס אויסדרוק פאר פונקט א פארקערטן מכוון)

איז אזוי זיץ איך מיר אין קאר, און איך קום ארויס פון א דרייוועי, יא איינער ווייסט פון וואס איך רעד? אהה אין מאנרא איז דא פיל דערפון, ס'רוב עולם אידאך דא פון מאנרא, העליך געבן א משל, דארט ביי ישראל זופניק (סארי פאר'ן נישט שרייבן ר', נו וואס זאלעך טוהן אז אויפן גרינעם שילד שטייט אויך נישט) כ'מיין אז סיז נומער 28 אדער 27 כ'דענק שוין נישט, ס'איז אויף די זייט פון די שווימער'ס הייזער. נישט אז שווימער וואוינט דארט, נע, הויבט זיך בכלל נישט אן, כ'גלויב אפילו אז שווימער איז נישט אנגעקומען דארט צו וואוינען אפילו פאר א מיסטעיק, אבער פארט האמיר דאך אקאורשט געליינט, נפש חי' הוא שמו, אזוי הייסט עס און קיין קשיות קעמען נישט פרעגן. מאנכע זאגן אז עמיציר שווימער האט עס געבויעט, אבער יאך בין נישט דא אויסן צו פארענפערן דעם פאקט פארוואס דאס רופט זיך שווימערס הייזער, העליך עס לאזן פאר מיין פארגייערס זיי זאלן זיך ברעכן קאפ - נישט ממש, כ'מיין טיעף טראכטן. גיי ווייס פארוואס מ'זאגט דאס ברעכן קאפ?! - איצט אזוי שרייבענדיג קלער איך אפשר איז דארט דא אין די בעקיארד א גרויסע שווים פלאץ, העליך עס אויטשעקן נעקסטיים כ'על זיין אין די געגענט.

על כל פנים פאר ווער עס ווייסט נישט, ישראל זופניק איז א שיפע בארג (עס לייענט זיך פאני?? נאכאמאל זאג איך אז כ'רעדט נישט פונ'ם פערזאן מיט דעם נאמען, נאר פון די גאס אין מאנרא וואס מ'האט א נאמען געגעבן נאך איהם) מער צו אונטן זענען די דא ברוינע שווימער הייזער, עטוואס העכער דעם איז דא א גרויע/בלויע בנין וואס גייט א_ווי א V אויסגעדרייטערהייט, (אין אידיש: א צודרייטע V) לאמיר זעהן וויאזוי איך קען עס אפמשל'ען אז יעדער קליין אינגל זאל פארשטיין וויאזוי דאס הויז קוקט אויס. אוקיי נעם דעם V און דריי עס אויס א_ווי א U טורן, אהה איצט קומער צו צום שווערסטען פלאחרט ווייל למעשה אויב פארשטייסטו דאס ווארט U טורן, קענסט דאך באלד פארשטיין ס'ווארט: V טורן, און דאן צו וואס רעדן אזויפיל, אלזא שטיי איך נאך ביין ערשטן. בכלל, אפילו וועסטו שוין יא מאכן ס'טורן, דארפסטו נאך אראפלייגן דעם V ווייל שטייענדיג קעגן דעם בנין איז דער V נישט אויפגעשטעלט, נאר ענדערש ליגענדיג, סאו כ'אף אז כאב זיך די בעסטע עקספערעסד וואס איז נאר שייך.

אלזא העכער יענץ הויז זענען דא צוויי הייזער איינס טיפער ווי ס'צווייטער, אויב קוקט מען דערויף פון אויבן, קוקט עס אויס אביסל ווי אן אלף אן די אונטערשטע אדער אויבערשטע פיסל.... בעסער געזאגט: אזוי ווי אן אלף-למד צוזאמען, אהה איצט רעדט איך שוין צו די זאך. דארט איז פארהאן א דרייוועי, דער ציבור וואס וואוינט אין די צוויי הייזער פארקירן דארט זייער אויטאס. עס זענען דא דארט אלע סארט, קליינע אויטאס, גרויסע ווענס און מיניווענס, געהעריג א פארקינג. אויך, נישט אלע האבן עס דארט געפארקט א גאנצן טאג, פשוט זיי זענען מיט די אויטאס ביי די ארבעט, אבער עס מאכט זיך פילייכט אז זיי קומען צומאל אינמיטן טאג אויך אהיים. צו די זעלבע צייט זענען דא וואס פארקן דארט נאר ביינאכט, און אזוי ווייטער א שטייגער ווי א געהעריגע שטאט. דארט איז דאכצאך 28 אדער 27 ישראל זופניק. אקיצור איך רעדט פון אזא סארט דרייוועי.

איצט נעמט אין אכט איך זיץ מיר אזוי אין אויטא און כ'וויל ארויספארן פון אזא דרייוועי, און כ'וויל זיך ציען אויף ארויף צום בארג ווייטער, און דאן 'את אשר יגורנו בא' מ'האמיר שוין לאנג געטוהן אין די סוגיא וואס שוועמל האט ערווענט מיט גרויס עקסטאז, אויף וועכע זייט מ'ברויך קוקען ערשט און וואו צווייט, אבער די למעשה האבעך נאר געברויכט קוקען אויף די לינקע זייט, ווייל כאזעך געוואלט דרייען א רעכטס צו פארן אויף ארויפצו, אבער עס איז אביסל געדרייט די ראוד, זעהט מען דאך נישט אויב קומט עמעץ מיט א גאלאפ, קיין טענות קענעך נישט האבן צונעמען, פשוט ער מעג אויך אהיימגיין עסן סאפער, שרייבן עפעס אין קרעטשמע און דאווענען מנחה מעריב. אבער איך האב נישט געמערקט, און כ'געזיך אזא ציה ארויס, און ער רייסט אויך ארויף, געבעך א שארטס סטאפ, און כ'לאז יענעם אריבערפארן. אזוי שמירנישדיר שטעלט ער זיך אפ א הויז אהינצו, מחמת גרויס איידלקייט שטעל איך זיך אפ זיך צו אנטשולדיגן, יאך עפן מיין זייטיגע פענסטערל, און ער עפענט זיין דרייווער פענסטערל, און כ'זאג איהם: אמעסארי, זאגט ער מיר גלייכגילטיגערהייט: איי דאנט קעיר.

איז אזוי, איך שטעל זיך אפ און כ'וויל איהם איבערבעטן, זאגט ער מיר אז עס אינטערסירט איהם נישט די גאנצע מעשה... כ'מיין אתמההה, עס סאונד א_ווי ווען כ'זאג עמיצין וואס האט מיר געטוהן א טובה יישר כוח, א דאנק, ענפערט יענער: נישט דא פארוואס.. א מין ליגנט, וואס הייסט נישט דא פארוואס? האסטעך מיר געטוהן א טובה. ס'זעלביגע זאך דא, יאך האב יענעם בעוול'הט, און יענער זאגט ס'גייט מיך נישט אן.

אוקיי דאס איז ס'ערשטע זאך וואס כאבעדייע געהאט צו שרייבן איבער מיין דרייוון.

די צווייטע זאך איז אזוי, איך - מסתמא א_ווי אלע דרייווערס - בינעך דורכגעפארן אן איזיפעס טאל-בוט, און סאומהאו האט עס נישט געכאפט, גייט נישט דורך קיין לאנגע צייט, און אין די פאסט ערשיינט א בילד פון דיין ווהיקעל און דיין פלעיט זעהט זיך אזוי שארף אן דארט, און זיי בעטן פענעלטי צען מאל מער ווי ס'גאנצע טאל העט ווען געברויכט קאסטן. פארשטייט זיך מ'שיקט אהער מ'שיקט אהין, מ'פארענפערט זיך, און דאן דארף מען אריינשיקן ס'איזיפעס נומער, און אויב איז פונקט נייע פלעיט'ס קען מען אינגאנצן צודרייט ווערן, כידוע ליו"ח. זעמער געזעסן און געבראכן קאפ, וואס טוט מען???

ביז איין טאג, יא איין טאג האט דאס פאסירט, מער וועט מען מיר קיין פאסט נישט שיקן. וועט די איזיפעס נישט כאפן, זאלן זיי דאס אויפעסן, זיי מעגן אמאל א צדקה געבן פאר אונז אידעלעך.. ווילט איר אוודאי וויסן וואס גייעך טוהן? הא? ניין כ'גיי נישט גיין ביי די קעש טאל-בוט חס וחלילה, דאס זאלן אלע גוים טוהן.
דער דאיען באקומט א רוף פון א אינו בן ברית און ער שיקט מיך צו א וועבזייטל און דאס אידאס, פון היינט און ווייטער וועט מען יעדן רויטן לייט גרין מאכן, און פטור אנייסעק... דער דאיען איז אויסער זיך פון דעם מורא'דיגן אויסטרעף.
לעצט פאראכטן דורך סאכדעס אום דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 2:02 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

דינסטאג אוקטובר 09, 2007 4:45 pm

סאכדעס, מה אומר ומה אדבר, ביסט צוקערער ווי זיס! כ'האב אזאנס הנאה געהאט פון ס'ארטיקל אז די די קענסט דיך גארנישט פארשטעלן,
ס'עיקר ווייל איך קען גוט ס'פלאץ, און טאקע למען ה'פינקלעכקייט האביך דיר נאר געוואלט עטוואס פארעכטן, ס'איז 24 ישראל זשופניק רד.

דער וועב זייטל איז טאקע א מורא'דיגער אויסטרעף, כאבעס שוין געזעהן באשריבן אמאל אין די היימישע צייטונגען, ווייל די סיטי וויל עס מאכן אי-לעגאל,

סאכדעס, האלט אן דיין ארבייט, (כ'רעדט די שרייבן, וואס גייט מיך צו דיין בעה"ב מאכט געלט..)

כה לחי!!

דינסטאג אוקטובר 09, 2007 4:59 pm

כ'וועל דיר זאגן: דער אינגערמאן וואס האט זיך אפגעשטעלט נאכן דרייוו-וועי האט דיר פשוט געוואלט אנקוקן, אלס והיו עיניך רואות את מוריך, זייענדיג א קרעטשמע מיטגליד און נהנה זייענדיג פון דיינע פי מפיק'דיגע תגובות טאג טעגליך, דערפאר - נאכדעם וואס ער האט די זכיה געהאט ליהנות מאור זיוו הוד פניך היקרים - האט ער שוין נישט געדענקט אפילו די אינצידענט וואס האט פאסירט, און האט דאס פארווישט בקינוח סעודה כלומר: איני מטאטא (איי דאונט קעיר).

דינסטאג אוקטובר 09, 2007 8:21 pm

סאכדעס ווי שטענדיג צוקער זיס.

אגב, ווען האסטו געמופט פון מאנטריאל קיין מאנראו?

מיטוואך אוקטובר 10, 2007 10:12 am

יישר כוח אלע מגיבים.

צייטליך, יאך האבעס נישט געזעהן אין די היימישע צייטונגען, ווייסט וואס יענער האט געזאגט ווען עמעץ האט איהם געפרעגט צו די מזונות איז היימיש? האט ער איהם גענפערט, ביי מיר היימיש איז נישט ביי דיר היימיש... :wink:

קרעמער, זיכער איז ער א קרעטשמע שרייבער, די גאנצע שטאט שרייבט דאך אין די קרעטשמע...

שוועמל, מאן יימר אז כאגעמופט קיין מאנראו? יאך האב קיינמאל נישט אהינגעמופט, איך בין דארט פיעל מאל. איך האב א קרוב וואס וואוינט אין יענע דירות, יאך האב איהם נעכטן אנגערופן פרעגן פונקטליך די אדרעס, זאגט ער מיר אז די אינדרויסענדיגע איז 28 אין די אינעווייניגע איז 26.

דער עיקר שערקויעך פאר די מגיבים.

מיטוואך אוקטובר 10, 2007 11:20 am

דאן רעדסטו נישט פון די V נאר פון א דרייוועי ארויפצו אזוי ווי א 1 אן די ליין אונטען (וד"ל)

מיטוואך אוקטובר 10, 2007 12:53 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:דאן רעדסטו נישט פון די V נאר פון א דרייוועי ארויפצו אזוי ווי א 1 אן די ליין אונטען (וד"ל)


נאך גוט אז דו האסט עס באווארנט, קוק איבער וועסטו זעהן אז דאס האבעך גשריבן, וזה לשון קדשי:
אלזא העכער יענץ הויז זענען דא צוויי הייזער איינס טיפער ווי ס'צווייטער, אויב קוקט מען דערויף פון אויבן, קוקט עס אויס אביסל ווי אן אלף אן די אונטערשטע אדער אויבערשטע פיסל.... בעסער געזאגט: אזוי ווי אן אלף-למד צוזאמען, אהה איצט רעדט איך שוין צו די זאך. דארט איז פארהאן א דרייוועי,

מיטוואך אוקטובר 10, 2007 1:09 pm

סאכדעס, הערליך באשריבען, שכח פאר די שמייכלען.
די v מיט די אלף, מיט די אויבירשטע און אונטערשטע פיסלעך, מיט א למד, מיט א ענדע בית...
אוי די קאפ שווינדעלט

מיטוואך אוקטובר 10, 2007 2:29 pm

זעץ איך זיך אריין אין סאכדעסנ'ס אויטא צו כאפן א רייד מיט זיין באשרייבונג ארום דער קרעטשמע, און וואס מיינט איר טייערע אידן? ער האט מיך געדרייווט און געדרייווט און געדרייווט אזש איך בין שיער צודרייווט געווארן... ער משל'ט מיר אראפ גאנצעטע צייכענונגען און דרואינגס פון שווקים און רחובות, פון שכונות און בתים, פון מבואות האפילות ביז צו מבואות המאירים, וויאזוי מ'פארט אריין און וויאזוי מ'בעקט צוריק, הקיצור מ'פארט אהער מ'פארט אהין, אבער איך בין שוין אזוי צודרייווט פון דער רייזע אזש איך ווייס שוין נישט וועלכע וועלט כ'שטיי איין...

איז אזוי, אין אמת געשמועסט, נאכ'ן ליינען דא דער גאנצער מגילת-קהלת און צוזאמענשטעל פון די מעשה, און זייענדיג צודרייווט פונעם גאנצן אויסשטעל, געווילט זיך מיר זאגן צו סאכדעס'ן אקוראשט די זעלביגע ווערטער א ווי דער יעניגער דארט האט אים געזאגט: "עס אינטערסירט מיך נישט די גאנצע מעשה" אמער, כ'פארשטיי דאך נישט קיין איין בילד פונעם עפיזאד, טא וואס גייט דאס מיך אן...

אלא-וואדען, טראכט איר צו מיר אזוי היצט קלאפנדיג, אז סאכדעס שרייבט עפעס איז דאך דאס נישט בלויז עפעס א טרוקענער ארטיקל צונעזאם געשמאלצן פון בלויזע קלאפ-געצייג-אותיות, ניין! ס'נישט אזוי! ס'ליגט דאך דערין עפעס געשמאקערס ווי דאס בלויזע... איי איך פארשטיי נישט? נו, דאס איז דאך שוין מיין פראבלעם, פלאג זיך אביסל וועסטו פארשטיין. כ'ליין איבער דעם דרואינג איין מאל, צוויי מאל, און אפי' א דריט, אבער בענעווענויסיי הרבים, ליידער, מוז איך דא מעלדן ברבים בפני קאל ועדה, אז: כ'פארשטיי עס נאך אלץ נישט! אוי, ס'בושות...

אבער, ברוך הוא וברוך שמו אז דער שפיץ און די נקודה פונעם ארטיקל האב איך יא זוכה געווען צו כאפן. דאנק איך דעם פון אויבן פאר דעם, און פאר מיין גוט קעפעלע וועלכע ער האט מיר געשאנקען, וואס א דאנק מיין קעפעלע האב איך זוכה געווען צו כאפן כאטש דעם חלק פונעם ארטיקל...

מיטוואך אוקטובר 10, 2007 2:31 pm

סאכדעס , א יישר כוח פארען נעמען די מיה אין אפשרייבען א שיינעם ארטיקעל

מיטוואך אוקטובר 10, 2007 3:29 pm

סאכדעס, דיין דרייווען איז אנבעליוועבעל, איך ווייס זייער גוט פון וואס דו רעדסט דארט יא ביי ווייסע ההייזער, איינס ארויפציר מער אהינציר יא דארט אריין פון יענע דרייוועי,
האסט מיך אונטערגעהאלטן עטליכע מאל פון פאלען,
אזוי ווי די פריערדיגע מגיבים, האב איך אויך מיט זיי אינאיינעם אויפגעשטעלט און אנידער געלייגט און אהינגעריקט, די V מיטן U דערנאך אראפגעבויגן דעם אלף למד, און זיך אויסגעדרייט,
ביי די וועי, די גאנצע שטאט רעדט טאקע פון דיין דרייווען פארוואס איז דאס טאקע אזוי?

מיטוואך אוקטובר 10, 2007 7:21 pm

סאכדעס, כ'האף אז דיין דרייוון איז לכה"פ א צענטל אזוי גוט ווי דיין שרייבן!

מיטוואך אוקטובר 10, 2007 8:34 pm

אה דו ביסט געווען יענע דרייווער אקעי גוט צו וויסען

מארגען טרעפסטו דיין קאר מיט לופט אין די רעדער

מיטוואך אוקטובר 10, 2007 9:16 pm

סאכדעס, לכאורה האסטו שוין געהאלטן אינמיטן שרייבן ס'ארטיקל, און פאר דעם האסטו געדארפט מאכן דעם קורץ אפשטעל. (שארט סטאפ בלע"ז.)

יעצט אזוי, סאכדעס, דו דרייווסט? און האסט מיר דאס נישט געקענט פארציילן ביז יעצט? ווי איז יושר? אבער עניוועי נאך א מזל די דרייווסט, ווען נישט, פעלט אונז ווען אן ארטיקל, און אבער אן ארטיקל, גרויסע ריזיקע שכוח.

דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 11:19 am

סאכדעס! איך פלאג זיך און איך פלאג זיך צו פארשטיין און ס'גייט נישט!!!....




איך פלעג דיך אלץ פארשטיין!.... די 'פיש' האב איך פארשטאנען!... די 'לאקשן מיט קעז' האב איך פארשטאנען!... אבער נאך ווי פארשטאנען!!!....

זעט זיך אויס אז (ר') ישראל זופניק איז קיין 'סלייס פיש' און קיין 'לאקשן מיט קעז' נישט געווען.....
עטעטשמענטס
.JPG
.JPG (103.67 KiB) געזעהן געווארן 1769 מאל

דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 11:52 am

יענטאאאאאאש....... האסט מיר אזוינס געמאכט לאכן........... כאשויניש געקענט קאנטראלן סאכדעס'ס קאר.........

דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 11:59 am

די גאנצע אשכול האט זיך געלוינט פאר דעם איינעם בילד...

זארעך;

כ'האף אז יעצט פארשטייסטו שוין בעסער...

דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 12:13 pm

יענטאש, יוי ביסטו פאריקט!..

דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 12:26 pm

כ'באקום אן עמערדזשענסי טעלפון רוף דחוף דחוף דחוף, יענטאאש פארשטייט נאר צו עסן נישט צו קיין שווימען און אנדערע פלעגונגען, אויך נישט צו קיין דרואינגס.

איז אזוי ערשט ווילעך זיך באציען על ראשון אחרון ועל אחרון שנית (קרעדיט: מאשקע) יישר כוח איזאק פאר דיין תגובה, כאב הנאה געהאט דערפון.

ערעב זארעכ ערעב זארעכ.... ווען וועסטו שוין קומען צו די החלטה אז סאכדעס שרייבט נישט קיין תוכן??? קוקסט אהער קוקסט אהין, קוק איידער א משהו ארויף מער צו רעכטס... נע, דזשאסט קידינג.

איז אזוי האסט יא געכאפט אדער נישט? אויב יא איז וואס נישט? אויב נישט וואס איז דאס דער שפיץ און נקודה וואס דו האסט יא געכאפט, קיצער האדווארים, ווייסעך נישט וואס יא און וואס נישט...

אויסערעדעם וואס זאגסטו צו מיין ווהיקעל? פארט ער בעסער ווי דיינער??? אויב יא אפשר קויפסטו אויף אזוינע, אדער פארקערט העליך קויפן אזוינע ווי דיינע.... אפשר האסטו מער פיטשערס?? אקיצער, ביסטו יא געווען ביי מיר אין אויטא, זאג כאטשעג.

דערויף ס'בילד פונעם עפיזאוד העט נאכפאלגן..

ירא שמים, דיינע פשוט'ע ווערטער זענען אסאך ווערד.

אבי, דו האסט מיך גגעמאכט אויס שיסן, ווי שוין געזאגט אויף גוגל טאק, כ'רעדט שוין פון דעם אז די גאנצע שטאט רעדט פון 'מיין דרייוון'

מאשקע, קורץ צו די פוינט, טענק יו.

לאקשען, כ'בין דיך נישט מקנא. כ'האב מורא ביסטעך טועה מיט א צווייטן.

יאכער, קוקט אזוי אז מיין ראש חודש אשכול האסטע נישט געליינט.... יא איך דרייוו, און ברוך המקום ש... כ'ווייס נישט וואס צו שרייבן...

אוקיי איצט קומסטו יענטאאש, קוק העליך צייגן מיין דרואינג, און דערויף בינעך געגאנען אויף גוגלמעפס און עס אויף אריינגעבראכט.
עס קומט זיך דיר אבער א קמפלימענט, כאזעך געריסן פאר געלעכטער.
עטעטשמענטס
.JPG
.JPG (26.99 KiB) געזעהן געווארן 1749 מאל
iz1.JPG
iz1.JPG (45.78 KiB) געזעהן געווארן 1787 מאל

דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 12:28 pm

זעה איך איצט אז קיין שווים באסיין אינישדא, קען זיין אז עס איז באדעקט ווינטער מיט גראז????

דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 12:56 pm

סאיז יא דא (גראדע באדעקט מיט א דעקע)

סאיז נאר ארויסציר פונעם מאפע
כוועל עס בלי נגר באלד ארויףלייגן

דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 1:08 pm

דא
עטעטשמענטס
untitled.JPG
untitled.JPG (20.81 KiB) געזעהן געווארן 1464 מאל

Re: מיין דרייוון

דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 1:11 pm

סאכדעס האט געשריבן:עטוואס העכער דעם איז דא א גרויע/בלויע בנין וואס גייט א_ווי א V אויסגעדרייטערהייט, (אין אידיש: א צודרייטע V) לאמיר זעהן וויאזוי איך קען עס אפמשל'ען אז יעדער קליין אינגל זאל פארשטיין וויאזוי דאס הויז קוקט אויס. אוקיי נעם דעם V און דריי עס אויס א_ווי א U טורן, אהה איצט קומער צו צום שווערסטען פלאחרט ווייל למעשה אויב פארשטייסטו דאס ווארט U טורן, קענסט דאך באלד פארשטיין ס'ווארט: V טורן, און דאן צו וואס רעדן אזויפיל, אלזא שטיי איך נאך ביין ערשטן.


א ביאור אויף דעם אין דעם בילד.
עטעטשמענטס
iz3.JPG
iz3.JPG (55.51 KiB) געזעהן געווארן 1442 מאל

Re: מיין דרייוון

דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 1:14 pm

סאכדעס האט געשריבן:בכלל, אפילו וועסטו שוין יא מאכן ס'טורן, דארפסטו נאך אראפלייגן דעם V ווייל שטייענדיג קעגן דעם בנין איז דער V נישט אויפגעשטעלט, נאר ענדערש ליגענדיג.


ביאור הדברים:
עטעטשמענטס
iz2.JPG
iz2.JPG (44.95 KiB) געזעהן געווארן 1435 מאל

Re: מיין דרייוון

דאנערשטאג אוקטובר 11, 2007 1:19 pm

סאכדעס האט געשריבן:אלזא העכער יענץ הויז זענען דא צוויי הייזער איינס טיפער ווי ס'צווייטער, אויב קוקט מען דערויף פון אויבן, קוקט עס אויס אביסל ווי אן אלף אן די אונטערשטע אדער אויבערשטע פיסל.... בעסער געזאגט: אזוי ווי אן אלף-למד צוזאמען, אהה איצט רעדט איך שוין צו די זאך.


ביאור הדברים:
(אגב דער ענין פונ'ם אלף למד אינאיינעם איז עפעס נישט אזוי מערקבאר, אבער דער געדאנק איז קלאר.
עטעטשמענטס
iz4.JPG
iz4.JPG (26.49 KiB) געזעהן געווארן 1448 מאל
שרייב א תגובה

Advertisement