בלאט 1 פון 1

קרעטשמע וויין קעלער

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 2:13 pm
דורך לאקשען ברעט
בס"ד

כ'האב שפאצירט אין די קעלער ביז כ'בין אנגעקומען צי א פארמאכטע טיר

כ'וויל אריין גיין אבער ס'פארשלאסען

אבער ווער עס ווייסט ווייסט אז כ'בין נישט קיין מפיל קינד , האב איך ארויס גענומען א קארטעל אין ס'איז נישט אריבער קיין לאנגע צייט אין די טיר איז געווען אפען

האט זיך אנפלעקט פאר מיר א ויין קעלער וואס כ'האב נישט געוויסט אז עס עקזיסטירט ,

אין מאשקע מיט זיינע ארבעטער מאכען וויין , כ'האב שנעל געכאפט א פאר בילדער אין אנטלאפען

דאס זענען די בילדער

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 2:39 pm
דורך סאכדעס
לאקשן ווער האט דיר געבעטן? מ'זעהט דאך א גוי דארט, וויי געוואלד...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 2:44 pm
דורך שמעלקא
סאכדעס

די געבט דאך דער השגחה,

האסט פארגעסן אז ער איז א רוסישע איד?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 2:45 pm
דורך קרעמער
לאקשן;

איך אין דיינע הויזן וואלט נישט אנטלאפן.

זעהסט די ריזיגע ליידיגע פעסל דארט ביים עק? דאכט זיך אז דו 'פיט'סט דארט גאנץ פיין אריין, שלייך זיך אריין אהין, און ווען די ארבייטער גייען אהיים נאכן טאג, מאך א לחיים.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 2:56 pm
דורך לחיים ולברכה
לאקשן, זעה נאר נישט חמץ'דיג מאכן די וויין מיט דיינע לאקשן... שטייסט? דער גוי'ס חמץ איז נישט מחמיץ, דערפאר מעג מען מאכן קידוש פסח שחל להיות בא' בשבת, משא"כ דיין חמץ אידאך פון די לאקשן..... אוי רעדעך צאם שטותים. שוין. גענוג געווען.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 2:57 pm
דורך סאכדעס
קרעמער, דו אין זיינע הויזן איז א שווערער עסק.... וואלסט פשוט נישט געקענט לויפן, ס'וואלט דיר געצויגן פון אלע זייטן.

שמעלקע, דו ביסט דאך זיסער פון זיס, אלעמאל זאגסטו גוט.

יא יא ווייזענדיג דעם דאיען דאס בילד, האט ער מיר געזאגט אז ער איז אן אלט רוסיש אידל....

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 3:13 pm
דורך צייטליך
כ'פארשטיי נישט, וואסא חילוק איד אדער גוי, זעסטע דען נישט דארט - אויפן לעצטען בילד - איינער מיט די הענט אין טאש רח"ל ? ווער געט אזא השגחה ?..

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 5:07 pm
דורך קרעמער
חחחחחחחחח צייטליך, יו מעיד מיי נייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 8:34 pm
דורך גאליציאנער
צייטליך האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, וואסא חילוק איד אדער גוי, זעסטע דען נישט דארט - אויפן לעצטען בילד - איינער מיט די הענט אין טאש רח"ל ? ווער געט אזא השגחה ?..



ער איז די גוי וואס האט דעליווערט די פרישע טרויבען
ער לייגט אריין די געלט אין טאש וואס מאשקע האט באצאלט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 2:33 pm
דורך גאליציאנער
אקעי קיינער נישט אריינקומען מער מען דארף מאכען וויין