בלאט 1 פון 1
שמוציגע אויגן
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 13, 2006 4:08 pm
דורך מעסטערמיינד
ס'איז מיר אריין געגאנגען נעכטן א שמוץ אין די אויגן אין עס האלט נישט ביים ארויס גיין ער שפצירט זיך דארט וואו ביים טאטען אין וויינגארטן אמאל רעכט'ס אמאל לינק'ס, אויבען און אינטען ממש געפערליך,
האט אפשר איינער עפעס אן א עצה?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 13, 2006 4:49 pm
דורך סאכדעס
דיין מאמע עט דיר זיכער קענען אנייצע געבן.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 13, 2006 5:01 pm
דורך איך_הער
ס'איז דא צוויי באבע עצות , אבער פון מיין עקספיריענס האט מיר שוין ביידע געהאלפן , איינס אז מ'זאל רייבן די אנדערע אויג , צווייטענס , קוקן אויף אראפ און מיט ביידע הענט אנכאפן די באטראפענע אויג אז ס'זאל זיך האלטן אפן , די נאטור וועט דווקא מאכן אז מ'זאל וועלן צו מאכן די אויג , אבער לאז עס נישט , און אטאמאטיש וועט די אויג ווערן פול מיט טרערן , וואס דאס וואשט גוט אויס די אויג , לאמיר האפן אז עס וועט דיר העלפן , ( איך האף מער אז ביז דו וועסט עס ליינען וועסטו עס שוין נישט דארפן )
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 14, 2006 12:16 pm
דורך סאכדעס
די קעפל שמוציגע אויגן דערמאנט מיר, מיין אינגל זאגט מיר אז איך זאל אנצינדן די לעקטער אין זיין צימער, אויף מיין פראגע פארוואס? זאגט ער: איך וויל האבן לעכטיגע אויגן
וד"ל
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 18, 2006 3:00 am
דורך שוועמל
מעסטערמיינד;
די אויגן איז נישט קיין קינדער שפיל, שרירא דעינא בליבא תליא.
אויב איז עס נאכנישט בעסער געווארן, גיי צום אויגן דאקטאר ער זאל דיר עס ארויסנעמען.
בדידי הוה עובדה, א צייט צוריק איז מיר אריין א שמוצ'ל און נישט געוואלט ארויסגיין צום סוף בין איך אנגעקומען אין ny eye and ear און האבן פעסטגעשטעלט אז ס'יז געווען א שטיקל אייזן און פול מיט ראסט, איך האב געברויכט נעמען טראפן א שטיק צייט, און זיין ביזי דערמיט. ברוך ה' יום יום על כל נשימה תהלל קה.
Re: שמוציגע אויגן
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 22, 2006 1:23 am
דורך cano
מעסטערמיינד האט געשריבן:ס'איז מיר אריין געגאנגען נעכטן א שמוץ אין די אויגן אין עס האלט נישט ביים ארויס גיין ער שפצירט זיך דארט וואו ביים טאטען אין וויינגארטן אמאל רעכט'ס אמאל לינק'ס, אויבען און אינטען ממש געפערליך,
האט אפשר איינער עפעס אן א עצה?
וואס טוט זיך מיט די שמיץ עס איז שוין דא גיטע נייעס?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 22, 2006 2:00 am
דורך מעסטערמיינד
יא קענאו ביסט גערעכט טאקע נישט א שיינע זאך פון מיר איך בעט אן עצה און זאג נישט קיין יישר כח וכ"ו,
ייישר כח אלע פאר די גוטע עצות און מיט גרויס פרייד קען איך איינמעלדען אז ב"ה ס'איז ארויס כ'האב אבער נישט באמערקט ווי אזוי,
אגב האב איך מיך דערמאנט וואס איך האב אמאל געהערט פון מיין רבי'ן ז"ל ווי ער האט זיך געבייזערט אויף איינעם הלמאי ווען ער דארף א ישועה קומט ער צו אים אפי' אינמיטן נאכט אבער ווען דו האסט שוין די ישעוה נעמסטו דיך נישט די מוה מיר איינצומעלדען ע"כ
און עס ליגט דערין אסאך פאר אונז אויך מ'פרעגט אמאל עצות וכדומה און אידן נעמען פון זייערע טייערע צייט און ענטפערען קומט זיך זיי אזויפיל ווי א יישר כח,
אשר על כן זאג איך נאכאמאל יישר כח אייך אלע......
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 22, 2006 1:38 pm
דורך יז בתמוז
מעסטער ווי גרויס איז געווען די שמוץ'ל?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 22, 2006 3:00 pm
דורך מעסטערמיינד
קלענער פון דיר
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 22, 2006 3:07 pm
דורך יז בתמוז
פון וואנעט ווייסטו ווי גרויס/קליין איך בין?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 22, 2006 3:09 pm
דורך מעסטערמיינד
איך שאץ פון דיין בארד
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 22, 2006 3:32 pm
דורך יז בתמוז
כאכאכא. דאן איז שוין עפעס אנדערש.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 03, 2008 1:36 am
דורך שוועמל
מעסטער, דיין אויג איז נאך אלץ שמוציג?
האו עבאוט זשעי נעט? ... ג'אסט קידינג