בלאט 1 פון 1

צוריק אין חדר

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 1:24 pm
דורך איזאק
א ווי דער ספעיס שאטעל רייסט זיך ארויס פון די וועלט אטמאספער
האב איך מיך שוין ענדליך אביסל ארויסגעדראפעט אביסל פון די אומענדליכע רוחניות
וואס האט אונז אידן ארומגענומען כמעט א מאנאט צייט.
און רעאליטי הייבט צוביסלעך אן אריין זינקען אין מוח, אז מהאט אונז צוריק אריינגעטראסקעט
אין דעם שטינקעדיגן וועלט אריין, געענדיגט מיט דעם "אשרי יושבי ביתך", "הנשמה לך "
"זכרנו לחיים", "וידבר משה", אזמין לסעודתא אושפיזין", הקפות געטאנצעכטס און געשוויצעכטס
דאס אלעס האט דאך אונז אריינגעלייגט אין א געוואלדיגע רואיגקייט פון א זארגלאזע וועלט !
אפילו אונז אין אונזער נידריגע דור וואס מפילט און מען זעט נישט שוין גארנישט ליידער.
האט זיך דאך געמוזט אנקלעבן עפעס פון די לויטערע און הייליגע טעג.
און יעצט... בעק טו רעאליטי... יא דאס איזעס, אזוי וויל דער הייליגער באשעפער.
מדארף ארבעטען.. בזיעת אפך..., דארף מען זיך נאר מחזק זיין מיט קביעת עתים לתורה
וואס מען האט זיך אונטערגענומען, אזוי וועט בלייבן עפעס א זכר פון חודש תשרי אויף א גאנץ יאר.

דער עיקר: מזאל האבן א גוט יאר, דעס קאווערט שוין אלעס !

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 3:13 pm
דורך קרעמער
אמן!

צדיקים פלעגן זאגן אז מרחשון איז פון לשון "מרחשין" אז די לעפצן שאקלן זיך נאך פון די הייליגע תפילות. אויך פלעגן זיי זאגן אז נאך די הייליגע טעג קומען די הייליגע נעכט. זאל זיך איטליכער מחזק זיין אנצוהאלטן די קביעת עתים לתורה וואס מען האט האפענטליך קימו וקיבלו געוועזן במשך די פארלאפענע צוויי מאנאטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 3:25 pm
דורך נאטורליך
דער עיקר וואס מען דארף געדענקען, דער זעלבער באשעפער צו וועם מיר זאגען אתה בחרתנו, זאגען מיר ווייטער אתה חוננתנו.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 7:05 pm
דורך מאשקע
אנדערע האבן געטייטשט: יהא רעוא קמי' ד"תשרי" על עמי'.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 12:08 am
דורך לאקשען ברעט
ווינטער אידאך א מחיה ספעציעל ווען עס קומט נאכען זוממער

עס האט זיך אנגעהויבען די אראפציילונג צום ערשטען שניי

די שמש פין די קרעטשמע לייגט שוין אויס די קארפעט'ס (אגב ווער איז די שמש?)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 12:23 pm
דורך דארפסמאן
וואס רעדטסטו פין שניי די ער קאנדישאן ארבעט נאך אינגרויסן !!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 12:45 pm
דורך קרעמער
מיר האט נעכטן איינער צוגעווינטשן: א געזונטן ווינטער, מיט פיינע עיר-קאנדישאן.

ב"ה אז היינט האבן די היצן שוין עטוואס נאכגעלאזט...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 1:48 pm
דורך לאקשען ברעט
דארפסמאן האט געשריבן:וואס רעדטסטו פין שניי די ער קאנדישאן ארבעט נאך אינגרויסן !!!!


נישט ביי מיר

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 1:51 pm
דורך סאכדעס
ביי דיר ארבעט עס אין קליינעם?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 1:52 pm
דורך לאקשען ברעט
איך האב א צווייטע עיר קאנדישען , מ'עפענט די ווינדאו

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 1:55 pm
דורך סאכדעס
סיז נישט גוט צו עפענען קיין ווינדאו, אפילו אויב די עירקאנדישן איז נאר א צווייטע...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 1:57 pm
דורך לאקשען ברעט
זאג, אזוי האט דיר דער דיין אויסגעלערענט צי לערנען פשט אין א תגובה ?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 1:59 pm
דורך סאכדעס
גראדע קען דער דאיען אויך נישט פארשטיין, וואס איז דער ענין פון די ספעיס פאר די קאמע?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 2:03 pm
דורך לאקשען ברעט
ס'ווערט מבואר אין הלכות פסח
כדי שישאלו...