בלאט 1 פון 1

איראנער פרעזידענט

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 24, 2007 11:05 pm
דורך לאקשען ברעט
בס"ד

הערט אייך צי טייערע קרעטשמעריסטען

כ'האב געהערט דעם 60 מינוט אינטערוויא פינעם איראנער פרעזידענט מיט כ'ווייס נישט ווער פין CBSTV אין נאכען הערען וואס ער זאגט אין אויכעט פין הערען וואס אמעריקע אין איזראעל זאגען

בין איך געקומען צי די קאטערוועסיאלע החלטה אז ער איז נישט אזא צידרייטער רשע ווי מען פרובירט עים אראפמאלען אין ווי מען באוואשט די מערב וועלט מוחות

איןן אויך אז די אמעריקאנער זענען נישט אזאלכע צדיקים

די אמת ווייס איך נישט - ווייל איך בין נישט קיין נביא אבער כ'מיין אז אמעריקע באגייט א ביטערע טעות מיטען זיך אזוי פארטשעפענען מיט איראן

די איראנער זענען נישט קיין מפיל קינדער אין אמעריקע איז שוין נישט אזוי שטארק ווי זיי ווילען מען זאל מיינען

לויט ווי עס קוקט מיר אויס פירט זיך אמעריקע אויף זייער נישט שיין, אין איראן דערווייל וויל זייערע רעכטען

אין אפילו דאס וואס ער האט געזאגט לגבי מדינת ישרא-ל אין לגבי דעם האלאוקאסט האט מען געמאכט א שטינק פין א קלייניקייט אין נישט דאס וואס מען פארקויפט איז טאקע פינקטליך וואס ער האט געזאגט

אין עס איז נאך דא אסאך צי רעדען דערפין אבער לאמיר הערען אייער מיינונג

אין ניין כ'בין נישט קיין נטורא קרתא

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 25, 2007 8:25 am
דורך איזאק
קען זיין ביסט נישט נטורי קרתא, אבער עס איז זייער נאיוו.
איינער וואס זאגט אז מדארף אויספארשן די רעאליטעט פון די האלאוקאסט.
איז א ברענעדיגער אנטיסעמיט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 25, 2007 9:03 am
דורך צייטליך
און אין פאקט האט ער געזאגט די ווערטער "מ'דארף אפווישן מדינת ישראל פון די מאפע".. דאס ווייזט אויך אויף נישט ווייניג אנטעסעמעטיזעם,

און דאס אז ער רעדט זיך אפ אז ער איז א נעבעך, ער טוט נאר די נוקלארע אקטוועטעטן צוליב ציווילע באניץ, און ער וווייסט נישט וואס מ'וויל פון אים, גלייב מיר, ס'איז רואיגער ווען דער משוגענער האט נישט די ציווילע-באנוץ אויפגערייכערטע אוראניאם, ווי ווען יא, ער וועט עס שנעלער ניצן ווי סיי וועלעכע לאנד.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 25, 2007 9:17 am
דורך abimlaibt
לאקשען איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס דו מיינסט צו שרייבען דא,
אמעריקא איז וואס? נישט קיין צדיקים? ניין, גערעכט, זיי האבען אבער א פרייע מארקעט, יעדער איינציגע בירגער האט די זעלבע רעכטען,
ווידעראום אין איראן איז א דיקטאטוריש פלאץ,
וואס פאר א טעות מיינסטו אז אמעריקט טוט? וואס קען זיין קאנסעקווענצען? אז אויב מען וועט זיך "יעצט" נישט פארטשעפעמען מיט זיי, וועט מען ליידען פון זיי מיט די זעלבע ענינים נאר מער אויפגעבויעט? וד"ל,
עס איז געווען א שפיטאל וואס האט אים גערופען און אויפגענומען נעכטען אין ניו יארק, האט אים איינער געפרעגט אויב איז אמת אז ביי אים אין לאנד הענגט מען מענטשען אינמיטען שטאט?
ענפערט ער, איך הער אז דא אין אמעריקא הרג'ט מען אויך מענטשען וואס טוען פארברעכען, האט מען אים גענפערט נאר פאר קרימינאלע, פרעגט ער וואס דען הרג'ט מען ביינונז?
האט יענער גענפערט פאר משפחה געשלעכט, צולאכט ער זיך יא כאב געהערט אז אין אמעריקא איז זייער פיל מיט דעם, ביי אונז האב נאכנישט געהאט אזאנס.
און נאך אלעם וואסערע רעכטען ווילען זיי מער ווי צפון קאריע? פארוואס האבען זיי יא פארשטאנען אז עס לוינט צו לעבן יעצט בשלום מיט די מערב וועלט?
מר. לאקשען מיר האבען טייערע חשובע ערליכע ברודער אין ארצינו הקדושה, ער האט זיך אויסגעדריקט מיט א לאוזונג
" מען דארף זיי אפווישען פון די מאפע" עס מיינט נישט נאר די שטחים וואס די ציונים ימ"ש האבען איינגענומן, ווען ער זאל ווייטער אנגיין מיט זיין נוקלארען פלאן, איך ווייס נישט צו ער וועט קענען אויספירען פון שיסען אויף אמעריקא, אבער אויף ארץ ישראל וועט ער דאך נישט טראכטען דריי מאל (צוויי יא),
דאונט געט מי ראנג, איך ווייס און איך גלייב אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט אליין די גאנצע וועלט, אבער דער איראנער פרעזידענט איז א סכנה פאר די מענטשהייט, ער איז א ראדיקאלער מיניסטער,
און קען טאקע זיין אז מדינת ישראל האט אים אזוי אונטערגעצינדען, מיינט אבער נישט אז ער מעג נעמען א נוקליער פלענט אין זיין רשות, ותוצאותיו מי ישירנה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 25, 2007 10:21 am
דורך קרעמער
מען דארף אויפזוכן דעם אלטן שמועס איבער אכמעדינעדזשאד, עס געפונט זיך אין די קעלערן פונעם נייעס פארום.

Re: איראנער פרעזידענט

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 25, 2007 10:27 am
דורך סאכדעס
לאקשן, יישר כוח פאר'ן ארויפברענגן די טעמע אזוי שיין און איידל.

לאקשען ברעט האט געשריבן:בין איך געקומען צי די קאטערוועסיאלע החלטה אז ער איז נישט אזא צידרייטער רשע ווי מען פרובירט עים אראפמאלען אין ווי מען באוואשט די מערב וועלט מוחות


די שאלה איז ביי וואסערע דרגא עס הויבט זיך אן דער נאמען 'צודרייטער רשע', אויב איז ער אבער עטוואס א צודרייטער, און צו די זייט אויך א רשע, ווייסטו קיינמאל נישט די קאנסקעווענצן וואס מ'קען ערווארטן פון אזא נישט געפערליכן צודרייטער רשע, וואס האט נישט קיין שום אפהאלט פון גארנישט, אויסער ......

לאקשען ברעט האט געשריבן:איןן אויך אז די אמעריקאנער זענען נישט אזאלכע צדיקים


אז די קליינע צדיקים אמעריקע האט זיי אין די האנט, און זיי ווילן דאך פארט אז אמעריקא זאל זיי נישט אויסשליסן אינגאנצן.

לאקשען ברעט האט געשריבן:די אמת ווייס איך נישט - ווייל איך בין נישט קיין נביא אבער כ'מיין אז אמעריקע באגייט א ביטערע טעות מיטען זיך אזוי פארטשעפענען מיט איראן


א טעות קען זיין אז זיי באגייען, אבער היות זיי האבן זיך ערקלערט אלס די 'אלוועלטליכע פאליציי' מוזן זיין קעיר נעמען פון דעם נישט אזוי צודרייטן רשע.

לאקשען ברעט האט געשריבן:די איראנער זענען נישט קיין מפיל קינדער אין אמעריקע איז שוין נישט אזוי שטארק ווי זיי ווילען מען זאל מיינען


לייען ביטע דער שטערן די חודש, איבער דעם בי2 וואס ער טענה'ט אז אמעריקא קען זיך גוט מסדר זיין מיט איראן דערמיט, ער פארענפערט דערמיט וואס א חודש פריער האט אהרנזאהן געשריבן א פעסעמיסטישע ארטיקל איבער די שטארקייט פון איראן....

לאקשען ברעט האט געשריבן:לויט ווי עס קוקט מיר אויס פירט זיך אמעריקע אויף זייער נישט שיין, אין איראן דערווייל וויל זייערע רעכטען


מיט די נקודה האלט איך אינגאנצן מיט דיר. אבער איך קלער אז צומאל פלעגט דער רבי אין חדר - ווען מ'פלעגט זיך נישט גוט אויפפירן - זיך נישט פירן אזוי שיין צום אינגל, און נאר אזוי זענען מיר נאך עטוואס נארמאלע מענטשן.

לאקשען ברעט האט געשריבן:אין אפילו דאס וואס ער האט געזאגט לגבי מדינת ישרא-ל אין לגבי דעם האלאוקאסט האט מען געמאכט א שטינק פין א קלייניקייט אין נישט דאס וואס מען פארקויפט איז טאקע פינקטליך וואס ער האט געזאגט


אין הכי נמי, נישט דאס איז די סיבה פארוואס מ'דארף אין איהם אריינפראקן... די סיבה איז ווייל ער איז אביסל א צודרייטע רשע, און ער האט יכולת צו טוהן זאכן וואס ער דארף נישט.

לאקשען ברעט האט געשריבן:אין עס איז נאך דא אסאך צי רעדען דערפין אבער לאמיר הערען אייער מיינונג


יו בעד

לאקשען ברעט האט געשריבן:אין ניין כ'בין נישט קיין נטורא קרתא


כאדעך נישט חושד געווען, אבער ס'גוט אז דו האסט דאס צוגעלייגט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 25, 2007 11:13 am
דורך קרעמער
אקעי, דא האט איר מיין אנאליז איבער דעם איראנער פרעזידענט, אינאיינעם מיט די אנאליזירונגען פון צענדליגער אנדערע חברי הקרעטשמע.
http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=1123

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 25, 2007 7:56 pm
דורך מאשקע
קרעמער, כ'בין סתם נייגעריג וויאזוי דו האסט עס געטראפן... האסט אריינגעטייפט "אכמעדינעדזשאד" אין חיפוש?... טאמער יא, ווייס איך נישט ווער פון ענק צוויי איז מער משוגע...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 25, 2007 8:19 pm
דורך קרעמער
מאשקע;

אויב דו קווענקעלסט צווישן מיר און אכמעדינעדזשאד, בין איך פארלוירן פאר ווערטער (איך וואלט פארענדיגט: ווייס איך נישט ווער פון ענק צוויי איז מער משוגע... מיר האבן אבער אן אלטן כלל אז א געשאסענע קויל שיסט מען נישט איבער).

צו ענטפערן דיין פראגע: איך האב איבערגעלעזט די קעפלעך אינעם נייעס פארום, אנגעהויבן פונעם לעצטן בלעטל, ביז איך האב עס געפונען אויפן ערשטל בלעטל (ב"ה דארט איז נאכנישט פארהאנען מער ווי דריי בלעטער מיט אשכולות).

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 30, 2007 1:08 am
דורך מאשקע
יוי ביזטו אויסגעטרוקנט היינט...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 30, 2007 4:53 pm
דורך לאקשען ברעט
בס"ד

מענין לענין באותו ענין

איראנ'ער פארלעמענט שטימט צו באטיטלען די סי איי עי און די יו עס מיליטער אלס טעראריסטישע ארגענעזאציע'ס


חחח .... ס'יענץ געלעכטער
וואס וועט אמעריקע טוהן יעצט

סידאך א הימל געשריי

Re: איראנער פרעזידענט

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 30, 2007 5:02 pm
דורך לאקשען ברעט
סאכדעס האט געשריבן:לאקשן, יישר כוח פאר'ן ארויפברענגן די טעמע אזוי שיין און איידל.

לאקשען ברעט האט געשריבן:בין איך געקומען צי די קאטערוועסיאלע החלטה אז ער איז נישט אזא צידרייטער רשע ווי מען פרובירט עים אראפמאלען אין ווי מען באוואשט די מערב וועלט מוחות


די שאלה איז ביי וואסערע דרגא עס הויבט זיך אן דער נאמען 'צודרייטער רשע', אויב איז ער אבער עטוואס א צודרייטער, און צו די זייט אויך א רשע, ווייסטו קיינמאל נישט די קאנסקעווענצן וואס מ'קען ערווארטן פון אזא נישט געפערליכן צודרייטער רשע, וואס האט נישט קיין שום אפהאלט פון גארנישט, אויסער ......


האסט א פוינט

סאכדעס האט געשריבן:
לאקשען ברעט האט געשריבן:איןן אויך אז די אמעריקאנער זענען נישט אזאלכע צדיקים


אז די קליינע צדיקים אמעריקע האט זיי אין די האנט, און זיי ווילן דאך פארט אז אמעריקא זאל זיי נישט אויסשליסן אינגאנצן.


אבער אמעריקע מאכט לכאורה א טעות , שוין יארען וואס זיי טשעפענען איראן
זיי גייען נאר מיט גוטען ווען מיט בייזען העלפט נישט , אין דא קען עס זיין צי שפעט

סאכדעס האט געשריבן:
לאקשען ברעט האט געשריבן:די אמת ווייס איך נישט - ווייל איך בין נישט קיין נביא אבער כ'מיין אז אמעריקע באגייט א ביטערע טעות מיטען זיך אזוי פארטשעפענען מיט איראן


א טעות קען זיין אז זיי באגייען, אבער היות זיי האבן זיך ערקלערט אלס די 'אלוועלטליכע פאליציי' מוזן זיין קעיר נעמען פון דעם נישט אזוי צודרייטן רשע.


אבער דערווייל זייער קעיר נעמען מאכט ערגער

סאכדעס האט געשריבן:
לאקשען ברעט האט געשריבן:די איראנער זענען נישט קיין מפיל קינדער אין אמעריקע איז שוין נישט אזוי שטארק ווי זיי ווילען מען זאל מיינען


לייען ביטע דער שטערן די חודש, איבער דעם בי2 וואס ער טענה'ט אז אמעריקא קען זיך גוט מסדר זיין מיט איראן דערמיט, ער פארענפערט דערמיט וואס א חודש פריער האט אהרנזאהן געשריבן א פעסעמיסטישע ארטיקל איבער די שטארקייט פון איראן....


ביי נאו ווייסט שוין יעדע חדר יונגעל אז מיט טעראריסטען איז שווער זיך אן עצה צי געבען

סאכדעס האט געשריבן:
לאקשען ברעט האט געשריבן:לויט ווי עס קוקט מיר אויס פירט זיך אמעריקע אויף זייער נישט שיין, אין איראן דערווייל וויל זייערע רעכטען


מיט די נקודה האלט איך אינגאנצן מיט דיר. אבער איך קלער אז צומאל פלעגט דער רבי אין חדר - ווען מ'פלעגט זיך נישט גוט אויפפירן - זיך נישט פירן אזוי שיין צום אינגל, און נאר אזוי זענען מיר נאך עטוואס נארמאלע מענטשן.


כ'מיין כ'וואלט זיך גוט אן עצה געגעבען אן די רבי'ס שלעק

סאכדעס האט געשריבן:
לאקשען ברעט האט געשריבן:אין אפילו דאס וואס ער האט געזאגט לגבי מדינת ישרא-ל אין לגבי דעם האלאוקאסט האט מען געמאכט א שטינק פין א קלייניקייט אין נישט דאס וואס מען פארקויפט איז טאקע פינקטליך וואס ער האט געזאגט


אין הכי נמי, נישט דאס איז די סיבה פארוואס מ'דארף אין איהם אריינפראקן... די סיבה איז ווייל ער איז אביסל א צודרייטע רשע, און ער האט יכולת צו טוהן זאכן וואס ער דארף נישט.


זאל ער ציפראקט ווערען

סאכדעס האט געשריבן:
לאקשען ברעט האט געשריבן:אין עס איז נאך דא אסאך צי רעדען דערפין אבער לאמיר הערען אייער מיינונג


יו בעד


איים גוד
סאכדעס האט געשריבן:
לאקשען ברעט האט געשריבן:אין ניין כ'בין נישט קיין נטורא קרתא


כאדעך נישט חושד געווען, אבער ס'גוט אז דו האסט דאס צוגעלייגט.


אויב האסט מיר נישט חושד געווען פפארוואס איז גוט אז איך האב עס ציגעלייגט