אבסטראקט זשורנאליזם

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

אבסטראקט זשורנאליזם

תגובהדורך פארבינדן » דינסטאג יוני 23, 2015 7:18 pm

נודנע כמארע וואלקענעס פארוויקעלט ווי אין א להכעסי'דיגע אומסדר, פארפינסטערט די אומשטענדן און פארוויקעלט די געפילען, גרויע פארע וואלקענעס פארפילען האריזאנט נישט צולאזנדיג ס'פינטעלע פרישע לופט, דעדריקענד אויפן הארצן וויינט אנע שטימע ווען די טרערן קוואל איז שוין פונלאנג פארטריקענט, אפאטיש-פארארימטע געפילן צום גאנצן ארום, ווי שטומע עדות שאקלען די אנטבלויזטע ביימער מיט טרויער.
"וויי וויי פארזיגעלט די שיקזאל, פארוואגעלט די גורל צו פיין און לייד" יאווען די שווארצע רויב פויגעל מיט טייוולאנישע פרייד פונקען אין די טיפע אכזריותדיקע אויגן, אראפקוקענדיג צום אומבאהאלפענע קרבן טאנצענדיג צום טאקט פון איר צאפלנדע הארץ ריטעם, טרערן פארטריקענטע אויגן קוקן אלע וויילע צו אומעטיגע חלל מיט עכא'דיגע הארץ געשרייען, ווי ווידערקול פארקנוילט און פארוויקעלט, שטומפיגע אומזיכערע פוסטריט גייענדיג ציללאז די לעצטע וועג, וויי די טעג וויי די נעכט אומזיסט פארבראכט.
"אההאההההא" שרייט אטמאספער איר גריצלנדע שילד-קלאנג ברענגענדיג אומעט צו קלימאקס, אט פינטלען די אויגן מיט פארדעכטיגע געזאלצענע פליסיקייט, ווי גרעסער ס'ווערט, קריסטאלנע טראפן הייבן אן פליסן אומאויפהרליך פארוואנדלענדיג ווייטאג ימ'ן און ספעקטציריזם
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » דינסטאג יוני 23, 2015 8:03 pm

שיינע ווארע
קיפ איט קאמינג
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2097
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג יוני 23, 2015 8:48 pm

פארטעמפטע אומעטיג-גרויע געדעכטקייט שלענגלט זיך ארויס אינערהאלב די טונקל געקנוילטע פעדער אויסגוס, גאלד שיינענדע פינקען קריסטאליזירן בעסער די טיף באגרינדעטע דעפינאציע און אספעקט פון אבסטראקט שרייבעריי
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג יוני 23, 2015 10:55 pm

ליינט זיך ווי פאעזיע...
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10109
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 23, 2015 11:23 pm

מיט וואס איז דער אשכול אנדערש ווי דער פייער און וואסער אשכול?
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יוני 23, 2015 11:29 pm

לכאורה האט געשריבן:מיט וואס איז דער אשכול אנדערש ווי דער פייער און וואסער אשכול?

נעע, צוויי אנדערע זאכען. דאס איז ריכטיג אבסטרעקט!!

#ערענסט
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10109
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 23, 2015 11:44 pm

איך כאפ וואס דו זאגסט

אבער פארוואס איז דער ערשטע תגובה אין דעם אשכול אזוי נודנע און קאלעמוטנע, שווארץ און טונקל? דאס האט אויך מיט אבסטראקט?
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 24, 2015 12:06 am

לכאורה האט געשריבן:איך כאפ וואס דו זאגסט

אבער פארוואס איז דער ערשטע תגובה אין דעם אשכול אזוי נודנע און קאלעמוטנע, שווארץ און טונקל? דאס האט אויך מיט אבסטראקט?

אבסטרעקט איז די געדאנק אז עס איז נישט ממש "קלאר ארויסגעזאגט\ארויסגעמאלן" נאר לאזט פלאץ פאר די "אימעדזשינעשאן" צו לויפן. קען זיין "דארק" קען זיין "לעבעדיג".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך יוני 24, 2015 11:02 pm

כ'האב הנאה אז מ'האט געכאפט די געדאנק, אין די צייטשריפט פלעגט לויפן א קאלום "פריזמע" וואס איז באשטאנען פון א הויכע קאליבאר אבסטראקט זשורנאליזם.
דער עולם ווערט העפליך געלאדענט צו צולייגן אייגענע געדאנקען און אויפפאסונגען. כ'האף אי"ה צו שרייבן נאך עטליכע שורות אין א פאזאטיווע אויסבליק ווען די צייט וועט ערלויבן.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יוני 25, 2015 7:37 pm

כאריזמאטיש און שעפעריש שטייט ער אנטבלויזט, געווארפען איבערן דראנג ארויס פון הויז. געיאוועט א צווייגעל צופליקט דעם בלעטעל. לאכט און לאכט, און הערט נישט אויף.
רייטען אויף פערד זיין הארץ באכעט. זינג א לידעל פון אלטן אמאל. דערקענט פון ווייטענס א קאץ מיט א מייזל געפעכט'ן. צוגייט אין א הארמאנישען חזנות שטיקלעך געקליבן פון פאלקס לידער.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2097
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דאנארשטאג יוני 25, 2015 9:25 pm

יאמערנדע ווינט כוואליעס דערהערן זיך פונעם טיפן האריזאנט פארשרייענדיג דעם אומעטיגן טאקט פון די שאקלנדע צווייגן און וויברערינדע בלעטער, הויך מאנסטערישע ביימער ווארפן זייער שרעק אנפאלנדע שאטן אויפן זייטיגן ארום, א מיסטריעזע ווידעראפקלאנג קלאפט זיך אן אינעם פינסטערן נאכט און שאקלט אויף די מענטשליכע גייסט.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג יוני 25, 2015 10:31 pm

לכאורה האט געשריבן:איך כאפ וואס דו זאגסט

אבער פארוואס איז דער ערשטע תגובה אין דעם אשכול אזוי נודנע און קאלעמוטנע, שווארץ און טונקל? דאס האט אויך מיט אבסטראקט?

א ארטיסט האט מיר אצאל פרובירט מסביר צו זיין אז ביי אבסטראקט מאלערייען, קען מען זעהן דעם מעלערס מאד און געפילן,
קוקט אויס אז ביי אבסטראקט שרייבעריי, דארף מען גארנישט 'זעהן', ס'שרייט הויעך
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג יוני 25, 2015 10:50 pm

מיט רעכט זי זאגט, קאלעמוטנע אויפן געוויסן געווען, א לאנגע שווערע טאג געהאט, אנשטאט אויסבלאזן אין שטוב צווישן די אייגענע האט אייוועלט מיר צוגעשטעלט א פרייע פלאפארמע און אינאיינוועגס בארייכערט די שטיבאלע מיט אן אייגנארטיגע אשכול.

ישר כח דיר, אייוועלט.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג יולי 02, 2015 10:19 am

ווי וואטע אויסגעלייט שניי ווייסע איינצלנע וואלקענעס איבער העל בלוי הימל, שיינען די זון שטראלן אין גרין-גראז טעפיך זי טונקט, שמעקן די ווירבלנדע רויזן אין געשמאקע אטמטספערע.

פול ווארפנדע קאליר פלאטערל שפרינגט אין עקסטאז הין-צוריק געטאנץ פייפנדיג הארמאניש צו ווינט ריטעם, אינדערזייט זשומעט פליענדע בין מיט נעקטער איבער די לעפצן פירנדיג פליסיקייט פון בלאט צו בלאט דערהייבן ג-ט'ס יצירה פונאנדערצושפרייטן געוואוקס באקטעריע צו אלעמען און אלץ.

מורכב'דיג פארבלאסט בלוי-גרין טייבעלע שיינט אין גילו ברעדהניקע אונאומעט לויפנדיג אלע וויילע צו טריט נאכיאגנדע מטרה'לאזע חן געיעג, פארמאטערט זי פאלט צו זייט, שמייכל איבערלאזטנישט שפתותיהדיקע חן גריבלאך.
מאאזיעשע ביימער געוועב פארקנוילט רייכט אומפארקנעכטעט צווייג געווירבל צו תמידיקע לופט כוואליעס פארמנדיג היימיש כמו זשעט סטריע"ם צו איר לאקאלע וועזן.

דא דארט זינגט מחנה זיס צענערליגן זארגלאזע געזאנגען אין פרייד, אט בשבילי-נברא-העולם'דיגע געפיל צעשפריייט אומגעגנט, קייכן געלעכטער קנוילן שטורעמט פרייד אויסגוס אינגע געזעלשאפט ערפולט לעבהאפט אין געבענטשטע נאטור.

הערבסט בלעטער פאראייניגן אוואו פרידנס צייטן פרילינג קענען געלערנט שלו' סומאטאכע.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

ווינטער

תגובהדורך פארבינדן » דינסטאג נובעמבער 24, 2015 3:24 pm

קעלט נעמט ארום צו די גלידער טיפענישן, אפגעסמאליעטע ביינער קוים עקזעסטירנדע חיות אין פארטריקענטע ביין-פלייש עלעמנט, פינסטערניש פארנעמט מאיאראטעט פון צייט צירקע פארוואנדלנדיג לאנגע נעכט צו ענדלאזע קייט פון חשכות.
אין רוחניות׳דיגע זין א ווארעמקייט צוגיסט, פון פריע פארטאגס שטונדן אין שטאק פינסטערניש לויפט צענערליגן מיט פון-מקוה-פארפרוינע פיאות וויגן ביי די זייטן.
אייז קאלטע לופט נידערט טעמפרוטאר אלע וויילע, שני ברעקאלעך הויפענען אין גרויסע און אין גרעסערע הויפענס ווירבלענדיג ריטעמיש צום טאקט, דערפרישענדע לופט שיקט אפ אלע באצילען צום אייביגן רוה.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג פאברואר 05, 2017 5:25 pm

כמארענדיג און אומעטיג ער שפינט און שפינט, שלעפן די וואלקענס צו איר אייביקען אומזיין, די ערהויבענקייט געפלאצט און איבערגלאזט לערע קנויל פון גרויזאמע חלל צו אינערליכע פוסטקייט
שפאנען די צוויי קלעצער ווי אין ראבאטישע גאנג, ריטעםווייז ערהייבט די רעכטע און איר שכן פאלגט נאך אנע אויסוועג, ווי ביבער אין נעץ זי וויינט צו אייביגע ליידיגקייט און פארשוואונדט צו תוהו ובהו
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1898
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג פאברואר 12, 2017 12:57 am

איך ווייס נישט וואס כ'ליין אבער סליינט זיך געשמאק...
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג פאברואר 12, 2017 11:19 am

דאס מיינט טאקע אבסטראקט דזשורנאליזם


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט