בלאט 1 פון 1
חברים: דרינגענדע הילף ווערט געזיכט
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 18, 2007 5:58 pm
דורך צייטליך
כ'האב אקורשט באקימען א טעלעפאון רוף פון איינע פון די אויפזעהער אינערהאלב די פארצווייגטע שוין היינט וויאויל באקאנטע "חברים ארגענעזאציע" די רוף איז געווען א דרינגענדע, און דערויף ברויך איך דרינגענדע הילף דערצו,
די מעשה גייט שוין צירוק א היפשע צייט, נאך פאר איך בין געווען איינע פון די מיטגלידער אין יענע ארגענעזאציע, איז א שיינעם טאג פארלוירן געווארן א גאר טייערער איד ביינונז אין דארף, א איד, מ'קען זאגן אויף אים, נאך פון דער אלטער היים, הגם זיין זיידע קוקט אויס האב איך נאך געקענט, גאר לעצטענס האביך נאך געהערט פון אים, אבער ער דער אייניקעל איז פארשווינדן געווארן ווי אין וואסער אריין, נאטורלך האט ער געהייסן, דער געדענקט אוודאי, בקיצור, איך אין יענע פארלוירענע צייט האביך נישט געוויסט וואס מ'ברויך מיר צוטוען, כ'האב גלייך אנגעפאנגען, איינער אליין, מיט א מעכטיגן - שוין היינט באוויסטע - זוך אקציע, דערנאך איז די חשובע ארגענעזאציע אויך אריינגעקימען אין בילד, ערפאלגן האבן נישט געשפעטיגט צו קימען, און דער ניק האט זיך אפירגעזיכט, ער האט זיך געלאזט הערן, אזוי, אז מיין שרעק איז ציביסלעך אוועק געגאנגען, עס האט זיך ב"ה גוט אויסגעלאזט, חסדי השם,
צילוב דעם איז נישט קיין ווינדער אז די פארגאנגענע וואך האב איך ערהאלטן, ווי אויבערדערמאנט, א טעלעפאון רוף פון איינע פון די קאמאנדירן אין חברים, אז וויבאלד זיי געדענקן מיך שוין פון די פארגאגענעם זוך אקציע, ווילן זיי מיך פריש איינשפאנען אין א פרישן זוך אקציע, דאסמאל זייער א ערנסטער,
עס רעדט זיך פון א ניק, מסלתה ומשמנה פון די קרעטשמע, ממש דער אויפלעבער דא, כ'רעדט שוין נישט, אז אויב ער קומט נישט צירוק ביז יום כיפור און הויבט אן ווייטער כימי קדם טיילן טרינקען אין גרויסן ווערט געלייגט א גרויסע פראגע צייכן איבער מיין פאסטן אום יום הקדוש, כ'מיין, אנע טרינקן אין אזא לאנגע צי, ווי קען מען דאס באווייזן, דער ניק "מאשקע" איז אנטרינען פון דא אן איבערלאזן פון זיך די מינדעסטע שפירן, אן קיין פינגער דריקן, אן קיין פוס סטעפס, גארנישט, מ'הערט נישט פון אים, און מ'זעהט אים נישט, מ'האלט מיר היינט אין א מצב אז אויב דער ניק מאשקע קומט נישט שוין צוריק האלט דער קרעטשמע פאר א - נישט אים עשרת ימי תשובה גערעדט- פונאנדערבראך...!
רבותי, דער מצב איז גאר ערנסט, שליסט אייך אונעם קאמפיין !
מיר לאזן זיך ארויס אונעם וועג אויפזיכן אינזער אלטער גאר באקאנטער ניק הרב "מאשקע" ווער עס סיי וועלעכע אינפארמאצע בנוגע זיין וויאוילזיין אדער ווער עס קען צישטייער געבן א בילד פון אים, אדער לכל הפחות ניצליכע אינפארמאציע ווי זיין הויעך, קאליר פון די האר, די ברייט, קאליר פון די אויגן, יארגאנג, ראסע, שפראך, גלעזער, נאמען, טלית קטן (וואל אדער קאטן) אדער סיי וועלעכע אנדערע ניצליכע אינפארמאציע וועט עס ווערן שטארק איפרישיעידעד,
האט רחמנות!
מי ראה אלה יוצאים ולא יוצא!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 18, 2007 8:52 pm
דורך איך_הער
הויעך, קומט אן ביז זיין היט.
קאליר פון די האר, אזוי צווישן שווארץ און ברוין.
ברייט, מ'קען אים 'שוין' ארום נעמען מיט ביידע הענט.
קאליר פון די אויגן, ארום און ארום ווייס, אינמיטן שווארץ, כ'מיין אז ס'איז גענוג אינפארמעישן לגבי דעם אויג, אז די צווישן קאליר פעלט שוין נישט אויס.
יארגאנג, פון ראש השנה ביז ערב ראש השנה.
ראסע, אידישלעך געשטימט.
שפראך, אידיש, ענגליש, ועוד.
גלעזער, ער האט.
נאמען, מאשקע.
טלית קטן, אינדערוואכן קאטן, שבת וואל. (לכאורה.)
גייט מיט א בלו טוט, האט ליעב די ראל פעיפער פון אינעווייניג, (אדער פארקערט כ'דענק שוין נישט.) אנפירער פונעם גמ"ח. ועוד.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 11:12 am
דורך לחיים ולברכה
איך הער........ חחחחחחחחחחחחחחח.........
לאמיר דיר קארעגירן:
הויעך, אביסל נידעריגער ווי די שפיץ פונעם היט, און אביסל העכער פונעם אונטערשטן חלק פונעם היט.
קאליר פון האר, ביזטו גערעכט.
ברייט, מ'קענעם 'נאך' ארומנעמען מיט ביידע הענט....
קאליר פון די אויגן, אויך גערעכט.
יארגאנג, 6110 (תגובות).
ראסע, געשטימט פאר מאשקע, נישט פאר 'יודיש'...
גלעזער, פלעסטיק סאן גלעסעס.
נאמען, ביזטו ווייטער גערעכט.
טלית קטן, אויך גערעכט (לכאורה).
געוועזענע שר המשקים, און (געוועזענע) סגן ראשעקאהעל.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 11:15 am
דורך יעקב אלי בראך
און אז מ'טרעפט אים, העט מען דאך אוודאי טרעפן יגר'ל דערנעבן, העט מען זיי ביידע אריינשלעפן.
גראדע האט ער געשריבן די לעצטע צוויי טעג, אבער ווייט פון גענוג.
אלזא: מממממממאאאאאאאאאאאששששששששששששקקקקקקקקקקקקעעעעעעעעעעעעעעע... וואו ביסטו?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 11:15 am
דורך פאטאקי08
פון וואנט ווייסטו אז ער האט גלעזער?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 11:18 am
דורך לחיים ולברכה
אופס, יעקב אלי' איז גערעכט.
עטס כאפטס וואס דא גייט פאר? נישט קיין ראשעקאהעל, און נישט קיין סגן ראשעקאהעל. אלזא אריין אין שטים בודקע, זאפארט.
מנהלים, אן ערנסטע און דרינגענדע מיטינג דארף זאפארט צושטאנד קומען איבער די עקזיסטענץ פון קהילתינו הק'.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 1:42 pm
דורך איזאק
ער אי דא כאפצעם !!! כהאב אים יעצט געזען !!
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 1:50 pm
דורך צייטליך
איזאק, דעשרעקסט מיך, ווי איז ער ? ווי האסטו אים געזעהן, וואסערע קאליר הויזן און העמעד ???
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 2:02 pm
דורך איזאק
כהאב אים געזען דארט אויבן, איך האב נישט באטראכט זיין קליידונג...
אבער ער האט אויסגעקוקט זייער פארטראכט מיט עפעס אזא עמקות הלב
די פיאות צושויבערט און צובלאזן, עפעס אזא פארכמורעטע פנים...
מהאט געקענט זען אויף אים אז דער יום הקדוש איז אט אט דא...
א פחד האט מיך באנומען.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 2:05 pm
דורך מאשקע
הערטס מיך אויס, ליבע אידן.
קודם כל די גוטע נייעס: איך בין ב"ה נאך בין החיים ובין הברכה, כ'לעב נאך און לאך נאך (נישט פון ענק; פשוט פון מיר אליינס...) און אלעס גייט כהוגן, ואין שמחה אלא בבשר.
איכער זאגט עפעס וועגן מיין גלעזער, אבער ער ווייסט נישט וואס ער רעדט; כ'גיי שוין יארן נישט מיט גלעזער (אויסער בייטאג).
יעצט צו די גוטע נייעס... איז אזוי: לעצטנס האבן זיך אביסל געטוישט די ארבעטס-אומשטענדן אינעם ארבעטס-פלאץ מיינעם (יוי נעבעך, דער מאשקע וויל איינרעדן פאר'ן עולם אז ער האט עכט א דזשאב...), הקיצור א מעשה, ס'איז געווארן אביסל שווער אריינצוקומען טעגליך אינעם בית מרזח און כאפן א טרינק און א טענצל.
כ'זעה ב"ה אז כ'האב ענק איבערגעלאזט אין גוטע הענט. דער טהור עינים רעכט נאך אפ גרויסע שלש סעודות'ן, איכער שרייבט נאך הקדמות, קרעמער באווייזט זיך נאך זיין נאז פון צייט צו צייט, נאטורליך ווארפט אריין א קוואדער דא און א דאלער דארט, יענטאאש איז... איין מינוט, וואו איז טאקע יענטאאש??? אה, טריאו זאגט אז ער איז געהעריג דא... עניוועי, ענק זענען אין גוטע הענט... און דארט ביים ווינקל זעה איך חיים חייקל'ן, ער איז זיך געקומען איינהאנדלן א הערליכן אתרוג אויף יום טוב ערליך... אופס, עפעס איז ראנג דא מיט מיין קיבאורד...
יא, איז אזוי. וואס האב איך געוואלט זאגן? אה יא. יעקב אלי' קאלט מיך יעצט אריין אויף די צווייטע ליין, ער וויל מיר שיקן אזא צעטל אנצוכאפן די כפרה'לע, אז מ'זאל נישט שמוציג ווערן פון די וויזוי-הייסט-עס... פרעג אים וואס ער וויל פון מיר האבן יעצט... כ'בין ביזי, ביי!
כ'האב ענק נאר סתם געוואלט זאגן, וועגן דעם יעקב אלי'... אקעי, שוין, נישט יעצט... אפשר נאך יום כיפור... נאך אלעם, דארף מען דאך אביסל זכותים אויך...
יעצט לאמיר רעדן אביסל וועגן די געלע און ווייסע ציצית... באמת איז בעסער אז כ'רעד נישט דערוועגן, ווייל מיין טאטע עסט זיך שוין גענוג איבער דעם... אבער כ'קען אייך איין זאך זאגן: איך האב ליב צימרינג ראגעלעך...
אקעי, שוין. לאמיר גיין ווייטער. איין מינוט, לאמיך קוקן דא אויבן אביסל.
און יעצט וועגן די קאליר פון די האר. איך אפרישיעיט באמת אז איר ווילט מיך מאכן יונג, אבער די וואס קוקן מיך אן פנים אל פנים, דרוקן דיך אויס מיט שטארקע רחמנות בליקן אויף מיינע ווייסע האר... ס'קומט נישט אזוי ווייט פון אלטקייט, ווי פון די צרות וואס כ'האב מיטגעמאכט ביי די פארגאנגענע סיון וואלן... דער יעקב אלי' מיינט אז קעטשאפ איז אראנדזש דזשוס... (קרעדיט: מאשקע...)
יוי נעבעך, דער פאטאקי שטייט און ווארט אז כ'זאל שוין רעדן פון אים. ווארט אויף 08', כ'וועל דעמאלטס וואוטען פאר דיר 17 מאל. אקעי?... יוי, איך האף אז איך וועל נאך קענען וואוטען דעמאלטס. מ'וועט דארפן קוקן צי איך האב געשריבן 10 תגובות אין די לעצטע דריי חדשים... יוי, ס'קומט כסליו אויף דער וועלט, די פיש אין פיש-טאנק ציטערן... און מ'רוקט שוין די בענק אין וואלן בודקע...
איינער האט א מושג וואס דער מאשקע וויל דא? כ'מיין, מיינע פילן/פילס האב איך שוין גענומען. וואס נאך קען מען טון דערצו, הא?
אקעי, ליסען חברה. מיינע 12 פינגערס טוען שוין וויי. פרעג בעסער נישט, ס'א גאנצע מעשה. ס'א אריכות הדברים.
בלייבט נאר איבער צו וואונטשן, לשנה טובה תכתב ותחתם לאלטר לחיים טובים ארוכים ולשלום, א גוט געבענטשט יאר, חיי אריכי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא ובריות גופא ונהורא מעליא, זרעא חיא וקיימא, אוי אוי אוי אוי אוי, זרעא חיא וקיימא, זרעא חייא וקיימא, אוי זאאראאא חיייא ועקייי יאמא, חייייא ועקאייאמא... אוי אוי אוי (קרעדיט: מיכאל...) זאאארא, זאארא די לוי ייפפעסויק...
אקעי, שוין. מיין שכן דא ווארפט זיך פאר געלעכטער. א רחמנות אויף אים. כ'קען עס נישט צוקוקן.
האטס מיר און זייטס מיר, און ווערטס מיר און בלייבטס מיר.
הק' מאשקע
חונה פה קרעטשמע.
נ.ב. יעקב אלי', כ'בין נאכנישט פארטיג מיט דיר... פארזעצונג קומט...
נ.ב.ב. דער תגובה איז נישט איבערגעקוקט געווארן פון טעותים. אויב איר באמערקט א טעות, שיקט דאס אריין צו די רעדאקציע, און איר וועט באלוינט ווערן מיט א לוח (נישט די לוח הציבור) פון שנת תשס"ז... (תשס"ח האט איר שוין מסתמא גענוג...)
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 2:10 pm
דורך איזאק
מאשקעעעעעעעעעעעעעעעעע !!!!!!!!!
יו לאמיך אפאטעמען... אזא גוטס...
א פריש קיל ווינטל האסטו אריינגעבלאזן דא מיט דיין תגובה...
אהההההה לאמיך אריינציען די פרישע לופט... א מחיה
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 2:23 pm
דורך צייטליך
קענסט סטאפן א מינוט?!.. איין מינוט! וויפיל קען א מענטש לאכן ??
יעקב אלי', לייג שוין דארט אוועק די צימרינג קיפעלעך, די זעסט נישט אז ער וועט נישט שרייבן ווען עס ליגט דא אזוי אפען ?..
מאשקע, יו מעד מיי דעי אין פילן זון פון ווארט!!!
קודם לאמיך אנריפן חברים אפצירופן די זוך אקציע, מ'קען שוין צוזאם נעמען די צעטלעך פון די גאסן מיט די בילדער דעראויף..
מאשקע, כ'האב באמת נישט געגלייבט אז ס'וועט אזוי שנעל, און נאך מער, אזוי גוט ארבייטן, גלייב מיר בנאמנות כ'האב שוין אין די לעצטע פאר טאג שוין לאנג נישט אזוי צוזאם געלאכט א_ווי ביי דעם איינעם תגיבה, די זכות וועט דיר אוודאי ביישטין, ווי השי"ת וועט העלפן אז די זאלסט האבן מער ציטריט צום קרעטשמע, און מער מהנה זיין דעם ציבור, ווי עס איז די ווילן פון יעדעם דא,
איך וויל דא צו די זעלבע צייט אפגעבן א יישר כח פאר די אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן אינען "זוך אקציע" אריינגערעכענט די וואס האבן געגעבן בלויז קליינע אינפארמאציע איבער זיין אויסקוק, קליידונג וכדו', ובראשם פאר די געטרייע וואלענטירן פון די "חברים" ארגענעזאציע וואס יום ולילה לא ישבותי ביז מיר זענען אנגעקימען ביז אהער, ישלם השם פעלכם ותהי משכרכם שלמה מעם השם, וכל העוסקים בצרכי ציבור הקב"ה ישלם שכרם, ווייל איך נישט, אקעי, שטותים האט אויך א שיעור.
מאשקע, קיפ איט אן!!!!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 3:02 pm
דורך יעקב אלי בראך
מאשקע, קען יו פליז טעל מי וואס דו ווילסט פון מיין לעבן האבן?
איך ריר שוין לאנג נישט אן דיין "שר המשקים" צימער, פארשטייסט, האסט נישט וואס ברוגז צו זיין, דאכט זיך מיר אז דיין אשכול געפינט זיך שוין ניטאמאל אויפן ערשטן בלעטל. און אז דו ווילסט דוקא, געב איך דיר אויך איבער דעם "שר האופים" שטיבעלע, נעבעך שטייט ער אויך זוי פאר'יתומ'ט
דיין תגובה איז זאפטיג, געשמאק צו ליינען, א נחת צו בליקן, און א כבוד עס אפצולעקן, כ'האב זיך מחי' געווען דערמיט.
מעגסט שוין איינמאל פאר אלעמאל, געווינען דעם לאטערי, אזוי מיר זאלן קענען דיר זעהן מער אפטער, מיט א רואיגן קעפעלע.
און אז דו רעדסט שוין פון וואלן, כ'האב גוטע נייעס, כ'מיין, יגר'ל איז דאך נעבעך געבליבן נאר מיט זיינע געפילן, דעטסאיט וואס מ'הערט היינט פון אים איינמאל און נאכאמאל, דו ביסט אזוי האלב גוסס האלב אנגעטון ס'גלעזער, און האלבע ציצית, כ'מיין קיין גרויסע זאכן חוץ מאכן אבאנטש געלט קען מען שוין פון דיר נישט ערווארטן, כ'מיין כ'טראכט ערענסט דא אריינצושטעקן א פיס און דעם ראשהקהל'שאפט.
איך זעה אויף דיר אז יום כיפור גייסטו שוין זייער שטארק בעטן, פליז טוה מיר א טובה, האב מיך אויך אינזין..
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 5:58 pm
דורך קרעמער
מאשקע מאשקע (בלשון חיבה);
יוש האסטו מיר געמאכט לאכן מיט דעם ארטיקל... 'אזוי' גוט צו זיין?
עניוועי, איך זוך נאך די גוטע נייעס דערין, סארי, געב מיר א פארגרעסערונג גלאז.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 9:47 pm
דורך איך_הער
צייטליך שכוח. (פארן אנפאנגען מיט די זוך אקציע.)
מאשקע, א ריזיגען שכוח. (פארן אויף אזא הערליכן אופן צו ברענגען אן אפרוף צו די זוך אקציע.)