בלאט 1 פון 1
אייער מיינונג איבער דער מצב און ענדע פון די טורמע אנטלויפער
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 1:27 pm
דורך דע מה שתשיב
עס טוט זיך שוין א וואך צייט, יעדער זאגט השערות און מיינונגען. לאמיר פרובירן אליין חלומ'ען וואס דער מצב איז און ווי אזוי עס וועט זיך ענדיגן און זען שפעטער וויאזוי עס האט זיך טאקע געענדיגט.
אויב האט איר נאך א סענעריע צו צולייגן, לאזט אייך הערן.
מען קען שטימען פיר קעסטלעך.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 1:29 pm
דורך יוראפ
כ'מיין כ'האב זיי געזעהן אין בארא פארק
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 1:32 pm
דורך קאווע באנדל
יוראפ האט געשריבן:כ'מיין כ'האב זיי געזעהן אין בארא פארק

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 2:21 pm
דורך דע מה שתשיב
איך טו זיך דא עפנטליך אנטשולדיגן פאר לאקשן-ברעט פארן עפענען אן אנקעטע איבער א נושא וואס איז שוין אפן געווען. איך האב נישט געוואוסט דערפון, ואתכם הסליחה.
זאלן די אחראים מחליט זיין וואס צו טון מיט דעם אשכול. און נאכאמאל אנטשולדיגט.
א דאנק ניגון עתיק פאר'ן מעורר זיין.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 2:21 pm
דורך גערעכטער
איין אפציע פעלט "איך האב נישט דאס מינדעסטע אנונג, איך האב נישט קיין שום השערה אויף א זאך וואס איך ווייס נישט."
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 2:26 pm
דורך דע מה שתשיב
ווייל דאס איז נישט קיין אפציע... דאס איז א פאקט...
דא איז דער פלאץ פאר משלים און חלומות. שפעטער וועט מען זען ווער עס האט דעם נמשל און דעם פתרון
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 2:46 pm
דורך SPUSMN
ווער וועט זען?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 4:20 pm
דורך מיסטעריעז
ברעיקינג!!! וויקי ליעקס איז אויפגעשטאנען פון שלאף!
זיי ווייסן צו פארציילן אז א אגענט וואס איז איינגעפלאנצט צו שפיאנירן פאר אמעריקע אין א אנדערע מדינה האט געברענגט אינפארמאציע אז די לאנד וואו ער שפיאנירט האבן אויספלאנירט א אנטלויף פלאן פאר זייערס א מענטש וואס זיצט אין די קלינטאן תפיסה, לויטן פלאן האט דער ארעסטאנט געדארפט אנטלויפן דעם פארגאנגענעם זונטאג.
די סיי איי עי איז געשטאנען אין א פארלעגענהייט, ווייל מען האט געמוזט גאר שנעל ארבעטן און דאך זיכער מאכן אז דער אגענט'ס אידענטיטעיט ווערט נישט אנטדעקט, דעריבער האבן זיי מחליט געווען אז מען מוז מאכן דעם שפיל.
מען האט גענומען די גענויע פלענער וואס יענער האט געהאט (די העלפערס זיינע האבן אויספלאנירט דעם פלאן און עס איהם אריינגעשווערצט פארשריבן מיט פונקטליכע אינסטרוקציעס) און עס אויפגעשפילט מיט די צוויי עסקעיפיעס...
דאס הייסט אז די גאנצע אנטלויפעריי און זוכעריי איז א שיינער שפיל וואס מען שפילט אונז אויף, אלעס צו אפראטעווען די אנטלויף פון יענעם פארשוין ווייל די פלענער זענען דאך שוין נישט מעגליך איבערצושפילן נאכאמאל און די אידענטיטעיט פונעם אגענט.
דאס פארענטפערט א געוואלד מיט תמיהות וואס דער עולם האט;
וויאזוי קען זיין קיינער האט נישט געהערט די קולות?
וואו האבן זיי געשאפט די מאנסטערישע מאשינען?
וויאזוי האבן זיי געוואוסט פונקטליך די בלופרינט פונעם בילדינג וואס עס טוט זיך הונטער זייער וואנט?
וויאזוי האבן זיי געוויסט פונקטליך וועלכע פייפ אויפצושניידן?
וויאזוי האבן זיי געוויסט פונקטליך ווי ווייט צו קריכן און וואו אויפצושניידן נאכאמאל?
(ווילסט מיר איינרעדן אז א נארישע שניידערקע אין די תפיסה ווייסט די אלע זאכן אזוי פונקטליך, יא? און איך זאל נאך גלייבן אויך?!)
וויאזוי האט מען איר דערשנאפט שוין דעם ערשטן טאג?
אירע באקאנטע טענה'ן אז עס קלעבט נישט אויף איר אזא געשיכטע, דאן וויאזוי קען עס זיין?
פארוואס רעדט זי מיט אזא גלייכגילטיגקייט אן א לויער וואס אלע נייעס אגענטורן באוואונדערן?
וויאזוי איז מעגליך אז מען כאפט זיי טאקע נישט אויב איז זייער קאר נישט אנגעקומען? וואו און ווי האבן זיי געקענט אזוי שנעל און גוט אנטלויפן און זיך אויסבאהאלטן?
מען דערציילט אונז אז די שמעק הונט שפירן זייער גערוך איינמאל דא און נאכאמאל דארט, פלוצלינג גייט די גערוך אוועק?
זיי זענען געווען ביי א געז סטעישן, אויסגעמיטן די קעמרעס...
מען האט אלעס געהערט, מען האט זיי נישט געגעבן קיין זעג, מען האט זיי פונקטליך געזאגט ווי צו גיין, זיי האבן נישט געזויגן זיצענדיג אינעם פייפ, די שניידערין האט גארנישט געטון, דערפאר האט זי נישט מורא פון גארנישט, זיי זענען אוועקגעטראגן געווארן דורך די אינסטאנצן גלייך ביים ארויסקומען פון מענהויל, זיי זענען נישט ווייט און נישט אין וואלד, די שמעק הונט האבן געפילט די גערוך וואס מען האט זיי געהייסן זוכן, זיי זענען נישט געווען ביים געז סטעישן, להד"ם.
עס איז שטותים און לאקשן, די רעגירונג האט אלעס אנגעדרייט און אונז ליינען מיט שפאנונג און ווארטן מען זאל "כאפן" די "אנטלאפענע"...
לאכסט מיר אויס, הא?! כ'בין גוט משוגע, הא?! אבער בוש האט אראפגעווארפן די טווין טאוערס, דאס יא!...
גוט שבת, העמיר זעהן מוצש"ק די אפדעיטס...
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 12:03 am
דורך מי יודע
מיין מיינונג אויב איינער פרעגט מיר
ס'איז מן הסתם פלען D
זיי זיצן ביי איינעם אין בעיסמענט וואס ס'פאלט נישט ביי צו זוכן, און האלטן מיט די נייעס און לאכן א גוטס, די שאלה איז נאר ווי דער וואס ס'האלט זיי טראכט נישט וואס די קאנסקעווענצן קענען זיין פאר אים אויב מ'כאפט אים
עמיר מוזן איינזעצן אז ס'איז מן הסתם אויך א פרוי, זי טראכט נישט, לב שליט על המוח
א גוטע וואך.........
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 9:09 am
דורך הערסטע?
לויט קול מבשר'ס לעצטע באריכט נעכטן איינס אויפדערנאכט, האבן זיי אומלעגאל געהאט סעלפאנס אין טורמע. אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז זיי האלטן יעצט מיט די נייעס און ווייסן פונקטליך וואו מען זוכט און ווי שטארק אנגעצויגן דער מצב איז.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 10:17 am
דורך אבי.גערעדט
איך ווייס נישט ווי די חברה זענען, אבער איך ווייס אז זיי זענען נישט אין וויליאמסבורג, ווייל דארט איז נישטא קיין לעכל ווי זיך צו באהאלטן, און אויב איז יא דא א לעכל וואינט שוין לאנג דארט א קאפל, גארנישט קיין געלעכטער
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 11:08 am
דורך גוגל
הערסטע? האט געשריבן:לויט קול מבשר'ס לעצטע באריכט נעכטן איינס אויפדערנאכט, האבן זיי אומלעגאל געהאט סעלפאנס אין טורמע. אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז זיי האלטן יעצט מיט די נייעס און ווייסן פונקטליך וואו מען זוכט און ווי שטארק אנגעצויגן דער מצב איז.
וויזוי זענען זיי דאס היינט געוואר געווארן?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 11:11 am
דורך קאווע באנדל
הערסטע? האט געשריבן:לויט קול מבשר'ס לעצטע באריכט נעכטן איינס אויפדערנאכט, האבן זיי אומלעגאל געהאט סעלפאנס אין טורמע. אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז זיי האלטן יעצט מיט די נייעס און ווייסן פונקטליך וואו מען זוכט און ווי שטארק אנגעצויגן דער מצב איז.
זאל קול מבשר בלאקן זייער נאמבער וועלן זיי נישט וויסן די נייעס
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 11:16 am
דורך מאנ-יימער
גייט מיר נישט עכט אן צו מ'כאפט זיי יא אדער נישט, נאר אויב כאפט מען זיי נישט זאלן זיי עטליעסט געבן א אינטערוויא פון זייער באהעלטעניש און דערציילן די אינטערסאנטע פרטים וויאזוי זיי האבן זיך ארויסגעכאפט, ווילאנג זיי האבן געארבעט אויף דעם פלאן און וויאזוי זיי האבן זיך אן עצה געגעבן אינדרויסן און פארמיטן צו ווערן געכאפט.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 11:18 am
דורך ענדע צדיק!
אויב מאכן זיי עס, וועט נאך ארויסקומען א דיקן ביכל דערפון, און זיי וועלן נאך ארויס מיט פראפיט.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 11:24 am
דורך לייבוש'ל
נאר א ביכל? מסתם מאוויס וכו' אויך
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 11:31 am
דורך מי יודע
הערסטע? האט געשריבן:לויט קול מבשר'ס לעצטע באריכט נעכטן איינס אויפדערנאכט, האבן זיי אומלעגאל געהאט סעלפאנס אין טורמע. אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז זיי האלטן יעצט מיט די נייעס און ווייסן פונקטליך וואו מען זוכט און ווי שטארק אנגעצויגן דער מצב איז.
נו שוין, און די בהמות האלטן נאך איין מינוט אז מ'גייט זיי כאפן, ווי לאנג מ'זוכט העפטיג און יעדע מינוט ווערט געמאלדן נייעס קענסטו פארגעסן פון זיי, איך גלייב זיי האבן נישט געהאט קיין מאושר פאון, און זיי האלטן פונקטליך מיט וואס טוט זיך, און ווען דו זוכסט צפון לויפט ער דרום
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 11:38 am
דורך גערעכטער
אבי.גערעדט האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי די חברה זענען, אבער איך ווייס אז זיי זענען נישט אין וויליאמסבורג, ווייל דארט איז נישטא קיין לעכל ווי זיך צו באהאלטן, און אויב איז יא דא א לעכל וואינט שוין לאנג דארט א קאפל, גארנישט קיין געלעכטער

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 1:33 pm
דורך לא לנו
מיין מיינונג איז אז זיי זענען דארט וואו די מאלאזיע פליגער איז.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 4:53 pm
דורך פארבינדן
געשטימט "זיי ועלן געפינען ווערן טויט"
ווייל בפשטות האבן זיי נישט געהאט קיין אנדערע אנטלויף פלאן, און זעענדיג אז פרוי מיטשעל ערשיינט נישט, זענען זיי געלאפן צופיס אנע ציל ביז די כוחות און די עסן האט זיך אויסגעלאזט.