בלאט 1 פון 37
א ביאור אויף מיין בילד
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 02, 2006 4:42 pm
דורך התאחדות
יעדער ווערט געבעטן דא צו שרייבן א ביאור פארוואס ער האט פונקט אויסגעפיקט אזא בילד
מיר ענדעלט דער בילד צו ר' שלמה קרליבך, סאו איך גלייך איהם זייער על כן האב איך דאס בוחר געווען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 06, 2006 8:17 am
דורך טאגליכט
אוי וויי שלמה קארלבאך, כמיין זאלסט זוכן א צווייטן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 06, 2006 8:31 am
דורך מעסטערמיינד
התאחדות,
פארוואס ביסטו צופרידען מיט א כמו בילד? זוך אויפ'ן ברייטען געוועב כ'בין זיכער אז דער דיין וועט טרעפען א קליין בילד'ל פון די זאך אליין און דאס ארויף לייגען..
פשט אין מיין בילד
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 12, 2006 2:13 pm
דורך יגרסהדותא
ווער געדענקט נישט דעם אשכול
פשט אין מיין ניק אין קרעטשמע, אדער דער
זעלבער אשכול אין חדשות אנ"ש
עניוועי, היות דא איז דא בילדער ביים נאמען, קען מען זיך אביסל מסביר זיין.
מיין בילד, איז טיפיקל מיך, דו ליינסט מיין תגובה, פארשטייסט נישט קיין איין ווארט, געב א קוק כאילו בעל השמועה עומד לנגדך, און ויאירו עיניך.
איך וויל נישט אריינגיין אין מסביר זיין אנדערעמ'ס בילדער, אבער "ארענדער'ס" בילד, קוקט אויס פונקט ווי דער ראבאט וואס זיצט און עפענט אשכולות אין הייד-פארק אפיס...
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 12, 2006 2:16 pm
דורך טאגליכט
מיין בילד, אין צריך הסבר מכלל וכלל, פינקט ווי די היינטיגע אדווערטייזינגס מעטשן נישט די בילד מיט די ביזנעס, די זעלבע איז דא.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 12, 2006 2:31 pm
דורך יגרסהדותא
ארענדער, פאררעכט sp, אבער שוין
SP אין קליין ווערט א סטאפ סיין
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 12, 2006 4:00 pm
דורך התאחדות
עההההההההההההה........... איךךךךךךךךךךךך ווווויייייייייןןןןןןןןןןןןןן ביטערליך
כאב דאך געפענט אזא אשכול נישט לאנג
http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=27
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 12, 2006 4:26 pm
דורך יגרסהדותא
התאחדות, סארי, כ'האב נישט געדענקט.
מיר העלן לאזן ארענדער דיסיידן וואס מ'טוט אין אזא פאל.
רילי סארי.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 12, 2006 4:30 pm
דורך arender
איך בין נישט מנהל דא און דאס באלאנגט פאר די מנהלים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 8:30 am
דורך מעסטערמיינד
מיין בילד מיינט נישט גארנישט עפעס עקסטער נאר יעדע פאר טאג קוק איך וואספארא נייע בילדער דער ארענדער לייגט ארויף און דאס וואס געפעלט מיר די מערסטע דאס ניץ איך אויף א שטיק צייט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 9:02 am
דורך 3x0
בערך אזוי (ווי מיין יעצטיגע בילד) טייפ איך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 9:21 am
דורך מעסטערמיינד
3x0 האט געשריבן:בערך אזוי (ווי מיין יעצטיגע בילד) טייפ איך.
גאנץ שנעל פאר א " דריי מאל גארנישט"
דזשאסט קידינג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 10:40 am
דורך סאכדעס
כאב אזא הנאה פון די בילד פון דריי מאל גארנישט כ'קען אייך דאס פשוט נישט מסביר זיין
לחיים לחיים טובים ולשלום, איי איז דאס גוט געוועזען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 11:06 am
דורך טאגליכט
ר"ל סאכדעס, היינט איז שבעה עשר בתמוז מטאר נישט טרינקען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 11:14 am
דורך מעסטערמיינד
זאג נאר סאכדעס דער דיין האט געזעהן וואס דו האסט געטוהן? הא?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:46 pm
דורך יגרסהדותא
איך ווייס, איך ווייס אז מיין בילד איז שרעקעדיג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:52 pm
דורך מעסטערמיינד
כ'מיין יגר אז אויב האלטסטו ביים טוישען יעדן טאג דיין בילד און דו ווילסט יעדן טאג געבען א פרישער ביאור דערויף דאן מיזטו אריין לייגען און יענע תגובה וואו דו ביסט עס מסביר א בילד דערפון אז נישט דעמאלט א טאג דערויף וועט מען זעהן אז דו רעדטסט פאר פייער און פאר וואסער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 2:06 pm
דורך יגרסהדותא
האב איך הנאה צו זעהן, אז אויסער אין דעם אשכול, רעד איך יא צו דער זאך.
גלייבטס מיר, ס'איז מיר א חידוש...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 3:37 pm
דורך סאכדעס
קוק איהם אן דעם צילייגער דעם טאגליכט, יאך האב איהם מודיע געוועזן אז היינט איז יז בתמוז, אדרבה נאט אייך
דזשעק בין איך.
.
טאגליכט: נו הכלל
jak: אוי געוואלד ווילסט איך זאל נאכאמאל אנהויבן?
הא?
דו ווייסט נישט וואס היינט איז?
כ'פרעג דיר?
הא?
טאגליכט: ניין זעץ נאר פאר
jak: היינט איז א ביטערע טאג פאר אידן
אוןדו האלטסט זיך אונטער אויף מיין חשבון?
הא?
דו ווייסט וואס דאס איז טשעפען אן אלטן אידן
?
טאגליכט: וואס פאלט דיר ביי
איך טשעפע נישט
איך וויל פשוט וויסן פשט און דיין קעפל,
און האסט מיר שוין געענטפערט פארוואס ווען בארעד יענעם טוט דעם וויי, טוט יענעם וויי, און אויך אז מקען מאכן גרינע באליס, און רויטע באליס, אבער פשט אין דיינע ווערטער האסטו נאך נישט געזאגט
שוין ביסט שוין איינגעשלאפן
jak: רגע
כ'מיין כ'דארף ליינען דיין לאנגע תגובה
טאגליכט: איינס, צוויי דריי
כהאלט נאך אינמיטן ציילן, די רגעים
jak: ווען דו פארטיגסט זאג מיר
טאגליכט: כבין שוין פרייטאג
כמיין פארטאג
אוי וויי פארטיג
jak: וואס זאגסטו דו ביסט שוין פארטיג אויפשטיין פרייטאג פארטאג?
אבער כאף אז היינט ביסטו יא אויפגעשטאנען
געוואלד די קאווע פארטאגס
טאגליכט: נע דו זעסט נישט אז איך האלט נאך אינמיטן שלאף, איך שלאף מיט אפענע אויגן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 9:43 pm
דורך מעסטערמיינד
בעני
וואס האסטו אזוי קעגן די ציגארעט'ן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 9:51 pm
דורך קרעמער
עס איז נישט געזונט, נישט פאר דיר, נישט פאר דיין ווייב, נישט פאר דיינע קינדערלעך, און נישט פאר מיר, וועלכער שטייט מיט דיר אין ווארט!
(דאס איז די סיבה פארוואס "איך" קען נישט סובל זיין קיין ציגארעטן, יעצט קענסטו פרעגן בעני נאכאמאל וואס זיינע סיבות זענען דערצו).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 9:53 pm
דורך מעסטערמיינד
קרעמער כ'האב צו דיר נישט גערעדט\געשריבען כ'האב גערעדט צו בעני וועגן זיין בילד'עלע , ווען דו וועסט ארויף שטעלען אזא מין בילד וועל איך פרעגען דיין מיינוג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 9:56 pm
דורך קרעמער
איך ווייס אז דאס איז זייער א האקעלע טעמע, דערפאר לייג איך נישט ארויף אזא סארט בילד, אבער די וועלט זאגט: אויב דו גלייכסט נישט די מעסעדזש, שיס דעם מעסענדזשער, און דאס איז פונקטליך וואס דו האסט דא געטאן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 9:58 pm
דורך מעסטערמיינד
כ'קיינעם דערווייל נישט געשאסען כ'האב בלויז געפרעגט א סימפל קשיא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 10:01 pm
דורך קרעמער
דו פארענטפערסט זיך אז דערפאר האב איך נישט קיין גערעכטע טענה, ווייל דו האסט נישט צו מיר גערעדט. דאס איז פשט פון שיסן דעם שליח.