בלאט 1 פון 1

עשרת ימי תשובה אשכול

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 17, 2007 1:42 am
דורך לאקשען ברעט
בס"ד

רבותי די צייט ברענט מיר האלטען דא שוין אין די סאמע עשרת ימי תשובה

די שערי רחמים זענען ברייט אפען אין כביכול די באשעפער בעט זיך שובה ישרא-ל עד ה' אלוקך

טייערע קינדער וואס ס'איז געווען איז געווען, אבער יעצט געבט די באשעפער א געלעגענהייט , וועקט זיך אויף פינעם טיפען שלאף

אין לויפט'ס צוריק צים בורא כל עולמים , טייערע יודען עס איז יעצט א צייט וואס מען קען זייער שנעל נאנט ווערען מיטען הייליגען באשעפער

לאזט עס נישט ארויס פין די הענט חאפט אריין וויפעל איר קענט

לאמיר באמת חרטה האבען אויך אונזערע זינד נישט סתם אפזאגען דעם מחזור

רבותי יעדע יודיש נפש האט הירהורי תשובה אין די טעג אבער לאמיר עס נישט לאזען נאר ביי דעם לאמיר זיך אנחאפען אין די הרהורי תשובה

איו עס אריין לייגען אין א כלי - זיך פארנעמען אז פין היינט אן וועט מען זיך שוין מער היטען פין אן עבירה אין מער מדקדק זיין במצות

מער זעהן צי שאפען א הנאה פאר אינדזער זיסען טאטען פין הימל

טייערע חבירים יעדער וויסט ביי זיך וואס ער דארף מתקן זיין ווי ער דארף מער גדרים וסיגים קיינער איז נישט גלייך צים צווייטען

ס'איז צייט פאר תיקון המעשים מען דארף זעהן אז מען זאל נישט צוריק פאלען צי די פריערדיגע מעשים מען דארף זיך מאכען גדרים יעדער ביי זיינע שוואכקייטען

אין באמת חרטה האבען ,אין דאן וועט די באשעפער אינז אלעס מוחל זיין אין מען וועט קענען אנהייבען שפירען וואס דאס מיינט זיין נאנט צים הייליגען באשעפער

וואס דאס מיינט שפירען א טעם אין א מצוה , אין אז מען וועט שפירען די אור ה' וועט שוין זיין א סאך גרינגער זיך צי האלטען ביים אייבערשטען א גאנץ יאר

טייערע חברים כ'ווייס אז כ'בין נישט ראוי צי שרייבען דברי התעוררות אבער אז די פינגער שרייבען וועל איך זיי נישט צוריק האלטען

אמאל אז מען רעט צו אנדערע חאפט מען זיך אז מען דארף אליין אויך תשובה טוהן ,

עכ"פ לאמיר צוריק גיין צי וואס מ'האמיר פריער גערעט אז מען דארף זעהןאז די טעג זאלען נישט אריבער גיין אן דעם וואס מען האט עס אויסגעניצט ווי עס דארף צי זיין

ס'נאך געבליבען 6 טעג וואס תשובת היחיד ווערט מקובל אזוי ווי א תשובת רבים , תשובה איז טייטש זיך צוריק קערען , מען קען זיך אימקערען צים טאטען אין הימל

אין ארויס גיין פין די כבלי היצר , טייערע יודען קיינער טוט ח"ו נישט קיין שלעכטס ווייל ער וויל , נאר וואס דען דער בעל דבר דרייט אזוי א קאפ א גאנץ יאר

אין אזוי ברענגט ער דעם מענטש צי דעווייטערט ווערען פינעם באשעפער , איז לאמיר זיך געבען א שטעל אפ פינעם טעגליכען הו-הא אין זיך מאכען א חשבון

וויזוי קוקען אויס מיינע מעשים , וויזו קוקט אויס מיין דאווענען איז עס מיט הארץ אדער "חאפ פלאפ" אין מען לויפט ווייטער , וויזוי קוקט אויס דאס לערנען ,

וויזוי קוקט אויס דער בין אדם לחבירו , וויזוי קוקט אויס די שמירת המצוות , זמן קר"ש , כשרות , שמירת עניים , גמ"ח בגוף ובממון , חינוך הבנים , וויזוי קוקט אויס די ברכות הנהנין

, אין אזוי ווייטער זיך אומקוקען אויף די מעשים זיך מאכען גדרים אויף די זאכען וואס מען פאלט גרינג אדורך , אזוי אז מען מער נישט צוריק פאלען צי די אלטע וועגען אפילו נאך די הייליגע

טעג , אין נאך דעם חשבון הנפש זאל מען תשובה טוהן פין טיפען הארצען אויף אלע שלעכטע טהאטען אין די תשובה ווען ארויף גיין גלייך דורך די אפענע שערי רחמים ביז צים כסא הכבוד

אין מעורר רחמים זיין אויף יודישע קינדער אז זיי זאלען שפירען א גאנץ יאר דעם אור ה' אין זאלען נחתם ווערען צי א שנה טובה ומתוקה אין צי א שנת גאולה וישועה , במהרה בימינו , אמן

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 17, 2007 10:34 am
דורך לחיים ולברכה
אממממממממייייייייייייייייייייייייןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןן.....................

שכח שכח שכח.........

יתגדל ויתקדש......... לעילא מכל.......

לעילא לעילא........

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 17, 2007 11:40 am
דורך יעקב אלי בראך
זייער שיין, הערליך שיין, יש"כ

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 17, 2007 5:11 pm
דורך קרעמער
לאקשן;

ניכרין דברי אמת - ביי דיר ווערט מקוים כל מי שיש בו יראת שמים דבריו נשמעין!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 18, 2007 9:20 pm
דורך איך_הער
אז ס'איז דברים היוצאים, האמער דאך שוין חזקה, אז ס'איז אויך נכנסים. שכוח.