בלאט 1 פון 1

מרחוק נראה אלי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:06 am
דורך געוואלדיג
אונז ווייס מיר אז אונז זענען א עם חכם ונבון און אונז זענען אור לגוים, אבער עפ"י רוב הערן מיר דאס נישט פון זיי, אבער פארשטייט זיך אז נישט אלע גוים זענען אזוי און גוים וואס וואוינען נעבן אידן זעהן אויך פון צייט צו צייט די שיינע זייט פון די אידן, איז דאך נישט מער פון רעכט צו עפענען א אשכול וואו יעדער וואס האט געהאט א פאזעטיווע עקספיריענס מיט א גוי וואס האט געקוקט גוט אויף אידן און געזעהן זייערע מעלות זאל ער דאס מיט טיילן מיט אונז.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:07 am
דורך געוואלדיג
איך נוץ גאנץ אפט טעקסיס, קומט מיר אויס צו האבן א שיינע פאר מאל מעשה'ס מיט גויאישע טעקסי דרייוער,
האב איך געהאט אמאל א טאג נאך פורים זיץ איך מיר אין טעקסי און דער דרייווער פרעגט מיר צו איך האב געטרונקען פורים? ענטפער איך איהם אוודאי נישט סתם נאר אסאך, פרעגט ער מיר ביסט געווארן שיכור? זאג איך איהם יא, פרעגט ער און האסט געפייט מיט אנדערע? פרעג איך איהם וואס עפעס? זאגט ער מיר איך פארשטיי נישט האסט דאך פארלוירן דיין דעת און האסט נישט געפייט? פרעג איך איהם האסטו געדרייווט פורים דא ביי אונזערע גאסן? זאגט ער אוודאי איך האב אפילו געהאט אפאר שיכורים אין מיין קאר, און זיי האבן געפייט? ענטפערט ער מיט וואונדער טאקע ניין, ב"ה א שיינע קידוש ה'.

פארעפענטליכט: שבת יוני 06, 2015 11:05 pm
דורך זאכליך
זייער א גוטע איידיע פון אן אשכול, און א שיינע מעשה.

די האלסט שוין די מעשה אין דיין מאגן פאר א גוטע פאר חדשים, איא?