בלאט 1 פון 1

רעזאלוציע פראטאקאל פון די שטאטוטן

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 5:53 pm
דורך פלטיאל
ככככ... כככ... הממממ... יאפס סע ארבעט..... וואן טא... טעסטינג טעסטינג....

לאמיר אייך נישט אנציען, לאמיר גראד צוקומען צום פוינט... אין ליכט פון אומפאראויסגעזעענע סיבות האבעך באקומען א דרינגענדע רוף פון אונזער אלט געזעסענע קרעמער יר"ה אז אזויווי ער ווערט נישט יונגער און זיינע פלייצעס פארנעמען שויניש ווי אמאל (ווי אויך זיין זכרון טוט אים שויניש דינען ווי די יונגע יארן [ער פארגעסט כסדר זיין פעסווארד...יאפס דאס איז די סיבה פארוואס ער באזוכט שויניש דא ] שוין... כא גארניש געזאגט... וואטעווער) צוליב דעם האטער באשלאסן צו רעזיגנירן פון זיין פאזיציע און כאב באקומען די עהרע אייך פארצושטעלן דעם נייעם מנהל.... דאס איז.... שאאאאא... האלטס ענק שטיל.... אני ואפסי יר"ה...

איז אזוי... פון היינט און ווייטער הייבצעך אן א נייע עפאכע דא אין קרעטשמע, פאר ווער עס האט נאכניש פארשטאנען ביז איצט, לאמער מאכן אין קורצן... איך בין מנהל דא....

כאב יעצט געענדיגט דעם מיטינג און קרעמער האט מיר איבערגעגעבן זיין רינגעל שליסלעך און דאס שווארצע רענצל ווי עס ליגט די אטאמישע סודות ביהיינד די סינס פון די קרעטשמע און אויכעט די פארזשאוועטע שליסל פון די געהיימע בונקער ווי עס ליגן איינגעשפארט די אלע רעוואלוציאנערן וואס האבן געוואגט צו טראכטן אנדערש ווי אים... (עטס וועטס נישט גלייבן וועם כאב געטראפן דארטן... די סקעלעט פון יאנטאאש, א שטיקל ביין פון שמערי בערי, די שאטן פון זארעכפעפער און נאך...)

בעקיצער... עך האלטמער נאך אימיטן צאמנעמען... ד בינטל שליסלעך ליגט שוין פעסט אויף מיין פאסיק (עניבאדי מיט א הויזן טראגער זאלזעך מעלדן אין אישי פליז עי עס עי פי...), מיין זון גלעזער ליגט שוין פארפעסטיגט אויף שפיץ נאז, א אויסגעשארפטע פענסיל אויף מיין רעכטע אויער און א קאנטשיק אין מיין הענט... איימעניט... וואו איז מיין מעקער??? אךךךךך.... כא געוויסט דעיס גייט געשען....

אקעי... געמיר איימעניט כקום שוין צוריק... גרויזי האלט א אויג.... שאקס....

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 7:42 pm
דורך א גראם מיט טעם
נו, לאמיר זעהן עפען אפאר פארשפארטע אשכולות...

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 7:45 pm
דורך לכאורה
אה, פלטיאל איז אין די גלייזן
לאמיר זעהן וואס ער וועט באווייזן

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 7:55 pm
דורך פלטיאל
יאפס... סע שוין אפישעל, מזל טוב מזל טוב... עס קומט א טשעינדזש... יעס ווי קען.... צומאלעמענערשט ווילעך מאכן נייע שטאטוטן און איך בעט די באהערדע עס זאל ווערן פראטאקאלירט מיטן רויטן סטעמפל.

א. די ביז איצטיגע שטאטוטן ווערן גענצליך אנולירט.

ב. עס וועט פארקומען נייע וואלן פאר אחראים און מנהלים (ווער עס וויל לויפן זאל שיקן אין אישי)

ג. א פולשטענדיגע רעפארם אין די קאלירן פון קרעטשמע, מנהלים ווערן ווערן באצייכנט מיט די געלע קאליר און אחראים מיט טונקל גרין. (א נקמה אין די רויטע).

ד. זאכן ווערן ווערן גענומען מיט א שטארקע פויסט מיט זירא טאלארענץ (כזאגעס גוט?).

ה. נאך דריי מאל מעקן וועט מען ווערן פולשטענדיג... נאאאא... וויזוי הייסטעס נאר.... הממממ.. אההה.... נחסם.

ו. הממממ.... איינער האט עפעס???

ז. כנ"ל

סטעי טאונד....

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 8:12 pm
דורך פלטיאל
א גראם מיט טעם האט געשריבן:נו, לאמיר זעהן עפען אפאר פארשפארטע אשכולות...

גראמי עך העלניש דולדן קיין חוצפה דא...

ערשטע ווארענונג...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2015 4:30 pm
דורך פלטיאל
עני יוניט???

אויוויי....עניוואן האט געזעהן מיין וואקי טאקי?? כהאב שוין פריער באמערקט ווי מיין הויזן איז מיר גרינגער....

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2015 4:38 pm
דורך חיימ'ל
שוין. איינער פון די חברה האבן עס שוין צו גענומען.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2015 8:09 pm
דורך קנאפער ידען
חחחח, פלטי לכבוד דיין נייע אנקעטע בינעך געקומען כאפן דא א בליקעלע...