בלאט 1 פון 1

איז דער עולם שוין גרייט צו איבערלאזען קרית יואל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:08 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
אין אן אנדערן אשכול וואס רעדט וועגן דעם טשעסטער האבן מאנכע אויסגעדריקט שטיצע פארן געדאנק פון אנהייבען דא אויף איי וועלט מעסטען די פולס פונעם קרית יואל ציבור בנוגע מופען צו נייע ישובים (טשעסטער, בלומינגבערג א.ד.ג), נאכדעם וואס דער פרייז אין קר"י איז לעצטענס געווארען אומגעהויערליך טייער. איך האב אויך באקומען עטליכע אישיס פון איינוואוינער פון קר"י וואס האבן מיר געבעטען צו עפענען א נייעם אשכול וואס זאל דינען אלס צענטראלער אשכול פאר יוצאי קר"י אזוי ווי עס איז שוין דא פאר וומסב"ג.

נ.ב. אזוי ווי איך בין נישט קיין קרית יואלער, וועל איך נישט קענען געבן ענטפערס און גיידענס וכולי, ווער עס וואוינט אין קר"י און וויל העלפן דעם ציבור ווערט געבעטן אנצופירען אביסל מיטן אשכול פאר יוצאי קר"י. תזכו למצוות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:11 am
דורך מחותן
אזא אשכול קען פירען אז זאלסט בקרוב ממש קענענן עפענענן נאך א אשכול: איז דער עולם שוין גרייט איבערצולאזען אייוועלט??

עס אז בעסער אז מען רעדט נאר פון וומ״ס, אז עס הייבט אן ווערן אזא צומיש פון אשכולות איבער יעדע שטאט וועט אלעס אריינגיין אין פארברענגן.. נעקסט גייט מען עפענענן איבער ב״פ, אא״וו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:18 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
מחותן האט געשריבן:אזא אשכול קען פירען אז זאלסט בקרוב ממש קענענן עפענענן נאך א אשכול: איז דער עולם שוין גרייט איבערצולאזען אייוועלט??

עס אז בעסער אז מען רעדט נאר פון וומ״ס, אז עס הייבט אן ווערן אזא צומיש פון אשכולות איבער יעדע שטאט וועט אלעס אריינגיין אין פארברענגן.. נעקסט גייט מען עפענענן איבער ב״פ, אא״וו.


וואס, דער פרייז פון איי וועלט איז אויך לעצטענס דראמאטיש געשטיגען....?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:21 am
דורך מצב כללי
מחותן האט געשריבן:אזא אשכול קען פירען אז זאלסט בקרוב ממש קענענן עפענענן נאך א אשכול: איז דער עולם שוין פיינעלי איבערצולאזען אייוועלט??


נישט אמת,

עס איז זייער א גוטער אשכול, ארויסצוברענגען די וויי געשריי פון קרית יואל'ע איינוואוינער אויף די הויעכע פרייזן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:22 am
דורך פער בריסטאו
וואס הייסט איינער האט מיר געזאגט ביי מנחה מעריב אז ער ווייסט אז אויב מען גייט אנעקסירען גייט זיכער די דירות ווערן ביליגער, סאו איך בין נישט באזארגט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:23 am
דורך שוועמל
געשטימט אויף יא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:25 am
דורך צייטליך
מצב כללי האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:אזא אשכול קען פירען אז זאלסט בקרוב ממש קענענן עפענענן נאך א אשכול: איז דער עולם שוין פיינעלי איבערצולאזען אייוועלט??


נישט אמת,

עס איז זייער א גוטער אשכול, ארויסצוברענגען די וויי געשריי פון קרית יואל'ע איינוואוינער אויף די הויעכע פרייזן.

אהא. הייסטעס אז די 58 בלעטער אין דעם אשכול איז נישט גענוג. וועכענטליך א עקסטערע אשכול וועט זיכער מער אויפטוען.