בלאט 1 פון 2

די אמת: וועלכע ווערטער נוצט איר ווען די אינטערנט איז שטאט

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 8:08 am
דורך לאקשען ברעט
אזוי ווי ס'מאכט זיך פין צייט צי צייט אז די אינטערנעט סערוויס סאקט, ס'הייבט אן גיין סלאו, אין ס'קען זיין שעדליך פאר די נערווען, איז דא געוויסע וואס ניצען געוויסע שאנד-ווערטער צי שרייען אויף די אינטערנעט, וואס עכ"פ ס'קען העלפען צי בארואיגען די געמיטער,

ביטע שרייבט די ווערטער וואס איר ניצט און וויפעל ס'האט געהאלפען צי בארואיגען די געמיט, ואיש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק....

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 8:12 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
וואס פונקטליך ווילסטו איך זאל שרייבען?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 8:15 am
דורך בוידעם
דאס איז לכאורה די אינטערסאנטסע אשכול וואס איך האב נאר אמאל געזעהן.

מענטשן האבן השגות!

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 8:45 am
דורך משהמשה
איך האב מורא טאמער די עולם וועט שרייבען גייט מען מיזן פארשפארן די אשקול

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 9:17 am
דורך מצב כללי
ווען מיין אינטערנעט סאקט זעץ איך מיך לערנען א בלאט גמרא, און ווינדערלעך פאנגט עס גלייך צוריק אן צו ארבעטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 9:19 am
דורך קנאפער ידען
איך נוץ "שאקס!", זינט עס ברענגט גאר גאר גוט ארויס דער געפיל וואס מען האט... וואס זאגט עס בעסער ווי א שאקס?... ווי אויכעט האב'ך נאכגעקוקט און געזען אז עס האט נישט שייכות מיט גארנישט מיאוס.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 10:41 am
דורך ניקעל
און אזא מצב זאגט מען גם זו לטובה

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 11:07 am
דורך לכאורה
איך נעם מיך האקן א לאקשן ברעט אויפן קאמפיוטער, געווענליך העלפט עס אויפן פלאץ (די קאמפיוטער ווערט צופלאצט, און ביי די נייע ארבעט שוין די אינטערנעט שנעלער)

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 12:42 pm
דורך נשמה
איי וויי קריך קריך. און מ'טראכט איי ווי גוט וואלט געווען ווען...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 1:32 pm
דורך טויסט
האסטו געזען... שוין ווייטער....

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 2:09 pm
דורך סמארט גאי
קנאפער ידען האט געשריבן:איך נוץ "שאקס!", זינט עס ברענגט גאר גאר גוט ארויס דער געפיל וואס מען האט... וואס זאגט עס בעסער ווי א שאקס?... ווי אויכעט האב'ך נאכגעקוקט און געזען אז עס האט נישט שייכות מיט גארנישט מיאוס.

איך שריי ***************, (נאכגעקוקט אנליין, און געזעהן אז די שטערנדלעך מיינט גארנישט מיאוס,)

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 2:17 pm
דורך farshlufen
"ער דרייט זיך און פרייט זיך".

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 2:39 pm
דורך סמארט גאי
farshlufen האט געשריבן:"ער דרייט זיך און פרייט זיך".

און אויב דרייט ער זיך נישט,? ער זיצט ווי א גולם און לאכט דיך אויס, ווי די קליקסט 20 מאל אין א צי מיטן מייזל נאר צו ווערן נאכמער אויפגעברויזט?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 2:58 pm
דורך לאקשען ברעט
איך האבט געשריבען אינעם קעפל "שאנד-ווערטער" און "ווען די אינטערנעט "סאקט", האבען די אינטערנט פאליציי עס געטוישט צי סתם "ווערטער", אין צי "שטאט",

אשריכם אינטערנט פאליציי, וואס עטץ האט געראטעוועט די מענטשהייט פין ליינען דאס ווארט "שאנד-ווערטער" און "סאקט", ס'שווער זיך צי פארשטעלען וויזוי מען וואלט געקענט לעבען אן ענק..... מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות זיי מוחל און ענפער נישט קיין תירוץ....

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 2:59 pm
דורך פער בריסטאו
איך זאג דעמאלטס אז אזעליכע אינטערנעט לאזן שוין די רבנים האבן

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 3:04 pm
דורך בוידעם
לאקשן ברעט, עס איך נישט געזונט זיך צו רעגן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 5:13 pm
דורך לאקשען ברעט
כ'רעג מיר נישט, כ'שרייב עס גוטמוטיג, בכלל ווען כ'שרייב דא שרייב איך מיטען חשבון אז ס'קען געמעקט ווערען אדער געטוישט ווערען, ס'מיר סתם געווען אינטערעסאנט האביך קאמענטירט,

אבער ווען די אינטערנעט איז סלאו קען איך מיר יא רעגען, האסטע קוטשע פייעט נעקי, מאדיארע...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 5:22 pm
דורך צייטליך
ווען עמיצער שרייבט עפעס פאריקט פראביר איך זיך אריינצולייגן אין יענעם'ס מצב און זעהן וואס האט אים געטריבן דאס צו שרייבן, מערטענס מאל איז דאס אן אינטערסאנטע נושא, א ברענעדיגע טעמע אין די גאס און ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און געשריבן דא דערפון, כאטש מיר זענען נישט דאס פלאץ דערפאר, אבער איך פארשטיי עס.

וויפיל איך האב פראבירט צו טראכטן וואס עס האט דיר געברענגט צו עפענען דעם אשכול האב איך עס נישט געקענט אויספיגערן. אבער איך גלייב ס'יז א שאד זיך צו פלאגן..

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 5:38 pm
דורך בוידעם
האב איך אמאל געהערט: טראכט נישט וואס דער פערד טראכט, ווייל זי טראכט נישט, ודפח''ח.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 5:39 pm
דורך קברנה סובניון
א קורצע תפלה קען עס מאכן ארבעטן שנעלער

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 5:41 pm
דורך בוידעם
א קורצע ווייס איך נישט, אבער א לענגערע זיכער יא.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 7:16 pm
דורך ענדע צדיק!
נאהאט!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:11 am
דורך לאקשען ברעט
בוידעם האט געשריבן:האב איך אמאל געהערט: טראכט נישט וואס דער פערד טראכט, ווייל זי טראכט נישט, ודפח''ח.


עקס קיוס מי ...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:15 am
דורך לאקשען ברעט
צייטליך האט געשריבן:ווען עמיצער שרייבט עפעס פאריקט פראביר איך זיך אריינצולייגן אין יענעם'ס מצב און זעהן וואס האט אים געטריבן דאס צו שרייבן, מערטענס מאל איז דאס אן אינטערסאנטע נושא, א ברענעדיגע טעמע אין די גאס און ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און געשריבן דא דערפון, כאטש מיר זענען נישט דאס פלאץ דערפאר, אבער איך פארשטיי עס.

וויפיל איך האב פראבירט צו טראכטן וואס עס האט דיר געברענגט צו עפענען דעם אשכול האב איך עס נישט געקענט אויספיגערן. אבער איך גלייב ס'יז א שאד זיך צו פלאגן..


הו קעירס, די פוינט איז ס'נישט קעגען די תקנות, און ביי דע וועי כ'האב נישט ליב ווען מענטשען טרייען מיר צי "אויספיגערען", גרעסערע פין דיר זענען שוין דורכגעפאלען..... :wink:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:29 am
דורך נגיד
איך בלייב שטיל און איך ווארט ביז ער ווערט שנעלער... און ווען עס ווערט גוט זאג איך "ברוך השם"...