בלאט 1 פון 1

פרישע מוסר ספרים לרחצה אין די פאסט, די טעג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 06, 2007 1:25 pm
דורך Monticello
די גרעסטע מוסר ספר איז דער לוח אויפן וואנט. (קרעדיט: שוועמל :wink:)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 06, 2007 1:30 pm
דורך איזאק
א אשכול פון איין שורה איז אויך ווערט.
דערצו נאך אז די אינהאלט איז אמת ויציב.
דאכט זיך אז די נייע משה גאלדמאן טעיפ האט
גאנץ א שיינע אידישע ניגון וועגן די וויכטיקייט פונעם לוח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 06, 2007 1:30 pm
דורך יאנאש
מאנטי, יוי ביסטו גוט, כאמעך דערשראקן אז מיין ווייב האט שוין ווידער געצאלט פאר א ברעסלאוון חסיד א פינפער ביים טיר, ווי פארן הגדה ערב פסח.

נאכאמאזעל עס איז נאר א וויצל, און עס קאסט נישט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 06, 2007 1:31 pm
דורך זארעכפעפער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 06, 2007 1:44 pm
דורך מיללער
דער פראבלעם מיט די מוסר-ספרים איז אז זיי גייען איבעראל אריין בך ובביתך ומשארותיך, אין קעשענע, אויפ'ן וואנט, אויפ'ן פרידזש, און נאכט קעסטל (פארשלאסען שטייטציך), אין אפיס, אין קאר, אין ביהמ"ד אינעם קרעטמשמע, מיט די פלאסטיקס אפי' אין ביהכ"ס, און וואו נישט?

יגר האט שוין ערלעדיגט מיטן מוסד, זארעך האט שוין אויך גערעדט דערוועגן...... שוועמל איז דאך ממש אבסעסט דערמיט ער האט דאך עס אויף זיין חתימה ווי א זנב לאריות, מאנטיסעלא ווערט שוין אויך נערוועז אלל-דאך ער שמייכלט נאך האלבוועגס, יאנאש האט שוין געוואלט זיך בייזערן אויף ס'ווייב, אט אט איז כלו כל הקינצען.

הערט אויף שיקן די מוסר ספרים, דער גרעסטער לוח איז נישט מער ווי א מוסר ספר אין שאנק! (ווער קוקט ליידער דערויף?)

אגב לעצטענס איז דא נייע מנהגים וואס צו שיקן, ווי מאגנעטן מיט פארשידענע תפלות, נוי סוכה, ענוועלאופס........ וכדו'

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 06, 2007 5:40 pm
דורך דארפסמאן
מיין ינגעל נעמט אוועק אלע מעגענעטס עני וועי עס איז זיינס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 06, 2007 7:54 pm
דורך מאשקע
טאקע?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 2:41 pm
דורך אלעקסיי
מיין יונגעל נעמט אלע מעגנעט'ס און קלעפט ארויף זייננע ביזנעס קארד'ס, ער זאגט אז א מאגנעט-ביזנעס-קארד פארקויפט זיך פאר צענדעליעגע אלפים. גיי ווייס...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 4:49 pm
דורך קרעמער
סתם קלארצומאכן: פלעי מאני...

איא?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2007 9:22 am
דורך אלעקסיי
פארשטייט זיך, אבער נאר די גרינע...