בלאט 1 פון 1

מען זאל מיך באגריסן שיין

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 5:20 pm
דורך תורה לערנער
שלום עליכם

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 5:39 pm
דורך דל גאה
עליכם השלום זעצט אייך אראפ , שרייבט און האט הנאה

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 5:43 pm
דורך פינטל
תורה לערנער האט געשריבן:שלום עליכם

שוין פלי אריין אינעם שלום עליכם אשכול... אבער שוין... הערסט נישט?

אה, דארפסט דירעקציעס, גלייך ווען דו קומסט אריין אינעם קרעטשמע מאך א שארפן רעכטס, ערגעצוואו דארטן וועסטו שוין געפונען.

אוי כהאב שיעור פארגעסן... עליכם השלום!
בד"ו ביסטו נישט א קרוב מיט אונזער ידיד תלמודלערנער (נעבעך אזוי יונג אוועק)?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 6:37 pm
דורך אפטימיסט
פששש... דער נייער דור האט חוצפה, באלד ביים אריינשפאנען עפענען זיי גלייך אשכולות, ווען איך בין געווען ניי, האב איך אפילו נישט געוואוסט וויפיל געלט עס קאסט צו עפענען אן אשכול, אדער וויפיל פוינטס מ'ברויך האבן... די חברה זענען פיין, שטייטעך קלאר בנין נערים סתירה! נו גוט, עליכם שלום!

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 6:48 pm
דורך שווארצעפעפער
יא יא, זאל דער אשכול דינען פאר אינגע ניקס, וועלכע זענען נאכנישט אנגעשטעקט מיט די אלטגעזעסענע אייוועלט פאליטיק, אלטע ניקס פארבאטן צו שרייבן אין דעם אשכול.

דא וועט מען קענען דעבאטירן פון פריש אלע דעבאטעס, וועלכע די אלטע אייוועלט בערן האבן שוין אויסגענאגט די מארך מיט זייערע אלטע גרויסע אויסגעקנייטשטע צינגען, און געלע קרומע ציין.

מיר פרישע איי וועלט ניקס, האבן אויף אלעם א מיינונג,אנגעהויבן אויף אבאמא, און גענדיגט להבדיל אויף די רבי ז"ל אידן, השקפה, די שיטה, וכו' וכו' צענדליגע נושאים, וועלכע ליגן פארוואנדעט און צוגראדזשעט דורך די שארפע נעגל פון די אלטע איי וועלט ניקס, דא אין די קרעטשמע'ס טיפע פארבארגענע קעלערן.

אין דער אמת'ן, וועלן מיר אין דעם אשכול אויך מאכן א נייע אטמאספערע, לייגן די גרונדשטיין פאר די קומענדיגע גענעראציאן איי וועלט'ניקעס, א נייע שפראך, נייע קורץ ווערטער, נייע וויצן.

הכונו למערכה.

און צו די אלטע איי וועלטניקעס, ווארענען מיר, דאס וואס אברהם האט געזאגט פאר לויט, אם השמאל, ואימנה, אויב איר וועט לינקען, וועלן מיר רעכטן, דאס הייסט, אויב איר וועט לינקען צו אלטע אשכולות, ואימנה, וועלן מיר נוצן אונזערע רעכטן, און אייך ארויסשליידערען פון דאנעט.

די ערשטע דעבאטע וועט זייך איבער די טרויעריק בארימטע שייגעץ בייקס, וואס רבים חללים הפילה, אסאך ליידיגייערס (חלל מלשון ליידיג) זענען שוין דורך איר אראפ געפאלן, ובכן נייע ניקס, וואס זאגט איר איבער די שייגעץ בייקס? זאלן חסידישע אינגעלייט פארן מיט שייגעץ בייקס אין די סיטי?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 7:23 pm
דורך א גראם מיט טעם
העי, דער פותח האשכול האט זיך שוין איינגעשריבען אפאר יאר צוריק, פשוט געשריבען יעצט די ערשטע תגובה.

@שווארצעפעפער,קיפעראפ!!
לאדיך הערען!

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 7:27 pm
דורך דל גאה
שוין איז לאמיר האפן אז דער תורה לערנער וועט צוגעבן צו אונזער וועלטעל ... לאמיר האפן סוועט נישט דויערן אזוי לאנג ער זאל שרייבן אזוי לאנג וואו די ערשטע תגובה זיינער ... נא איז לאמיר זעהן וואס דו קענסט ....

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 9:07 pm
דורך פלטיאל
עעענדליך, לאמיר מאכן א בונד, א רעוואלוציע, א אויפשטאנד, א פוטש, א דעמאנסטראציע, א א א ווייסעכוואס

לאמיר שרייען צוזאמען, יא מיר קענען, העכער ~ יא מיר קענען, יאמירקענען, יאמירקענען..

גענוג מיט די אלט געזעסענע, אראפ מיט די איינגעגעסענע, לאמיר שרייען צוזאמען, יאמיר קענען!

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 9:30 pm
דורך גערעכטער
קינדערלעך, ווער ס'גייט זיין וואויל גייט באקומען א קענדי!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 7:33 am
דורך שווארצעפעפער
גערעכטער האט געשריבן:קינדערלעך, ווער ס'גייט זיין וואויל גייט באקומען א קענדי!


באזעסענע מענטשן וואלטן אייך רעקאמאנדירט, 'זיך נישט וויסענדיג מאכן'... אדער 'טרעפט אייך אייער עלטער'...

#קידינג....

דא איז דער פארברענגען אשכול, סא וואס גייט אייך אן וואס משרייבט דא?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 7:44 am
דורך מיסטעריעז
איי געס פארברענגען האט אויך א שיעור...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:46 pm
דורך דל גאה
האמיר אים געכאפט ... viewtopic.php?f=81&t=15293&p=1048603#p1048603

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:33 pm
דורך תרנגול
שווארצע פעפער, דו סאונדסט פיין!

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2015 11:44 am
דורך קרעפטיג
תרנגול האט געשריבן:שווארצע פעפער, דו סאונדסט פיין!

קאן זיין ער איז א שטיקל קרוב מיט אונזער אמאליגן באקאנטן זארעכפעפער הי"ד, קוקט אויס ווי גוטע סחורה, ס'לויפט אין די פעפער/בלוט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2015 4:04 pm
דורך שווארצעפעפער
יע, באבי פעפער געווען א שארפע אידענע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 9:41 pm
דורך וואס זאגסטי
שווארצע פעפער שון לאנג נישט געהערט לאז דיך הערן און אלע אשקולות
שכוח איך האב ליב דיין שפראך