בלאט 1 פון 1
קינדליין VS גליונות, צי ליינען און ביהמ"ד פאר קינדער
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 5:02 pm
דורך שלך לחמך
די וואך שבת האב איך געזען קינדער ליינען קינדליין און ביהמ"ד ביים דאווענען, די ערשטע מיניט איז מיר עס געווען אינטערסאנט, אבער נאכן אריין טראכטען דערין, איז עס גארנישט אזוי שלעכט, פארקערט עס קען גאר האבן א מעלה, ווייל די אלע אידישע גליונות ווען ער ליינט עס ביים דאווענען וועט ער עס בלייבן ליינען אפילו ווען ער וועט גרעסער ווערן, משא"כ קינדליין וועט ער זיך לכאורה שעמען צי ברענגען און בהמ"ד.
אדרבה וואס איז דעת הקהל?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 5:21 pm
דורך יענער פויגעל
וואס איז די פראבלעם צו ליינען די אנדערע גליונות ווען מען ווערט עלטער
צווייטענס דעי וואס ליינען קינדליין ביים דאווענען. ווען זיי וועלן ווערן עלטער וועלן זיי זיך טאקע שעמען צו ברענגען די קינדליין אבער זיי וועלן ברענגען די שטערן/שפאקטיוו
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 6:09 pm
דורך בוידעם
בעצם איז דא א מקום לדין איבער די אלע גליונות ביים דאוונען, אבער קינדליין איז זיכער א שטאפל ווייטער, דאס איז שוין א ליין מאגאזין, וואס הגם די תוכן איז זייער גוט, און זאגאר נישט אנדערש ווי אנדערע קינדער גליונות, דאך איז אבער די צורה אינגאנצן נישט דומה.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 6:21 pm
דורך שלך לחמך
@בוידעם, איז נישט דעס אז די צורה איז אנדערש א מעלה לגבי דעם אז עס וועט נישט מיטוואקסען מיטען קינד?
@פויגעל, די פראבלעם פון ליינען אנדערע גליונות, פאר קינדער אדער ערוואקסענע?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 6:29 pm
דורך יענער פויגעל
שלך לחמך האט געשריבן:@בוידעם, איז נישט דעס אז די צורה איז אנדערש א מעלה לגבי דעם אז עס וועט נישט מיטוואקסען מיטען קינד?
@פויגעל, די פראבלעם פון ליינען אנדערע גליונות, פאר קינדער אדער ערוואקסענע?
ערוואקסענע
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 6:55 pm
דורך בוידעם
שלך לחמך האט געשריבן:@בוידעם, איז נישט דעס אז די צורה איז אנדערש א מעלה לגבי דעם אז עס וועט נישט מיטוואקסען מיטען קינד?
@פויגעל, די פראבלעם פון ליינען אנדערע גליונות, פאר קינדער אדער ערוואקסענע?
קודם כל ווער זאגט עס וועט נישט מיטוואקסן מיט'ן קינד.
והשנית, א קינד וואס געוואוינט זיך צו צו ליינען ביים דאוונען, וועט אין בעסטן פאל, ווען ער וועט אויפוואקסן, ליינען פשוטע גליונות, ואם כן מה הועילו חכמים בתקנתן.
בד''וו, ס'איז שוין דא א ביהמ''ד ווי מען ליינט כל העולם כולו, די וואך, וכו' וכו'. וסימנך שלשה עיירות ודו''ק.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 11:30 am
דורך שלך לחמך
@ פויגעל, אויף
דער אוצר גלייב איך נישט אז די פרעגסט, און אויב דיין שאלה איז אויף גליונות מיט דברי תורה, אויף ווען? הויכע שמו"ע טאר מען נישט, ביי אנדערע שטיקלעך בין שטיקעל לשטיקעל, ווען איך פלעג קיקען און די גליונות צווישן איין שטיקעל און די אנדערע האב איך געשפירט אז איך דאווען שנעלער כדי צי קענען קיקען ווייטער.
@ בוידעם, לגבי מיטוואקסען מיין איך אז די האסט א פוינט, און איך האב נישט געוויסט אז עס איז שוין דא אזא שול.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 11:46 am
דורך שמעלקא טויב
ס'וועט לכאו' נישט העלפן, ווייל אויב דער זיינער און נאך אסאך גרויסע טאטעס חלומ'ן אריין אינעם גליון אגאנץ דאווענען, פארוואס ווען ער ווערט גרעסער זאל ער זיך נישט נעמען דערצו?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 12:01 pm
דורך יאנקעלע קליגער
ר' שלמה ווערצבערגער משמש פארציילט, אז ס'איז געווען אמאל ווען מ'האט געוואלט פארשפארען די פאליש יעדן פרייטיג צונאכטס
משום טעמים מובנים,
זענען אבער געקומען אידן זיך אפרעדן צו ר' שלמה אז אלע חסידישע ספרים ליגען אין פאליש און מ'וועט נישט קענען נעמען
קיין ספר ביים דאווענען,
איז ער געגאנגען צום ברך משה זי"ע פארציילען אז אידן רעדן זיך אפ , די רבי האט אבער אינגאנצען נישט פארשטאנען די טענה
ער האט געפרעגט צו וואס דארף מען האבען א ספר ביים דאווענען מ'דאווענט דאך יעצט ווי האט מען צייט צו לערנען, ס'איז אים ממש נישט אריין אין קאפ,
ס'וואונדערט מיך נאר וואס ער וואלט געזאגט צו די היינטיגע גליונות?!.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 1:57 pm
דורך קיקיון
אין פוסקים שטייט נישט אז נור א קינד וואס דאווענט דאס גאנצג דאווענען מעג\זאל קומען
וצריך שיחנכם שיעמדו באימה ויראה ואותן שרצים ושבים בבית הכנסת בשחוק מוטב שלא יביאם
קכ"א מ"א ס"ק י"ד(כח) הקטנים - וצריך שיחנכם שיעמדו באימה ויראה. והקטנים ביותר הרצים ושבים בבהכ"נ בשחוק מוטב שלא להביאם דהרגל נעשה טבע וגם שמטרידים להצבור בתפילתם.
איך האב א פאר יאר צוריק געדאווענט א פאר ליל ש"ק אין א בהמ"ד ווי דער ראש החברה\משפיע\רב לייגט אריין גרויסע כוחות
אז זיין עולם זאל האבען א טעם אין דאווענען, א גליון איז בבל יראה ובבל ימצא
איו א ספר ביים דאווענען דוכט זיך אויך נישט
אבער ספרים מיט בילדער פאר די אינגלעך שטעלט חק"ס צו
און לאו דוקא קינדערישע
לעבען מיר איז געזעסען א אינגעלע וואס האט געבלעטערט משניות סוכה
פאר וועלכען גיל האב איך זיך נישט נאך געפרעגט
ווי אזוי די דאמאלטיגע אינגלעך היינט בחור'לעך דאווענעו ווייס איך נישט
----
כָּל עָרוּם יַעֲשֶׂה בְדָעַת דן זיין ווען עס גייט אריין בגדר דאס וואס דער שלה"ק ברענגט

אמר מנחם: בזמן הזה יש טף בא לבית הכנסת לתת עונש למביאיהן, לפי שהוא בא לחלל קדושת בית אלוקינו ולשחוק בו כברחובות קריה, יקומו לצחק זה עם זה, זה מצחק עם זה, וזה מכה את זה, זה מרנן וזה בוכה, זה מדבר וזה צועק, זה רץ ילך וזה רץ אילך, רץ לקראת רץ ירוץ. ויש אשר יעשה צרכיו בבית הכנסת, ואז יאמרו 'מים מים'. ויש אשר ייתן אביו בידו ספר והוא ישליכו לארץ או יקרענו לשנים עשר קרעים. סוף דבר, מקול שטותם כוונת המתפללים נפסדת, ונמצא שם שמים מתחלל, והמביא טף בזה האופן לבית הכנסת אין ראוי לו לקוות על זה שכר, כי אם לדאוג מן הפורענות. הא למה הוא דומה לאיש שיש לו עבד שוטה, והלך לדבר אל המלך ועבדו עמו, עמד עבד בשטותו וביזה את המלך וחרפו, ואדוניו ראה ושתק. הלא יקצוף המלך על אדוני העבד, ויאמר לו: לא עבדך ביזני כי אם אתה, וייסרהו כדי רשעתו, ולעבד לא יעשה דבר, אין לעבד חטא, כי חשכו אלוקים חכמה ולא חלק לו בינה. והנה כן הדבר הזה. ולא עוד אלא שלפעמים גם האבות משחקים עמם למען ספות הרווה את הצמאה. והיותר רע כי יגדלו הנערים על זה המנהג הרע והתכונה הזרה וכל אשר יגדלו עוד יוסיפו סרה להבזות בעיניהם עניין בית הכנסת וקדושתו ולא יתנו כבוד לתורה, וכיון שעבר אדם עבירה ושנה בה הותרה לו, גם כי יזקין, ממנה לא יסור. סוף דבר ראוי לאדם שלא להביא הטף הקטן מאד לבית הכנסת, כי יפסיד בהביאו ולא ירוויח, אך הטף הגדול קצת, יביאנו לבית הכנסת ולא יניחנו לזוז ממקומו".
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 2:38 pm
דורך אשמרה לפי מחסום
אז מען וועט נישט שלעפען אזוי ביים דאווענען (שלעפען מיינעך גורגלען נישט דאווענען במתינות)וועד די עולם נישט זיין אזוי באורד ביים דאווענען וועט מען נישט ליינען קיין גליונות
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 2:45 pm
דורך שמעלקא טויב
אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:אז מען וועט נישט שלעפען אזוי ביים דאווענען (שלעפען מיינעך גורגלען נישט דאווענען במתינות)וועד די עולם נישט זיין אזוי באורד ביים דאווענען וועט מען נישט ליינען קיין גליונות
כבר דאוואנתי בבתי מדרשים הרבה ווי מ'שלעפט נישט ביים דאווענען אבל העולם היה בגולם על הבלעטעלעך, זה מאוד מעוניין, שיינע מעשה'לעך ואפי' תורה'לעך, אלעס נאר נישט דאווענען געהעריג.
זמן תפלה לחוד וזמן תורה לחוד, נישטא וואס צו רעדען, איינער וואס איז זוכה און שפירט "עכט א טעם אין דאווענען" קען נישט האלטן א גליון בשעת ער זאגט קדושה, כ'זעה אז אידן נעמען נישט קיין ספר אפי' ביי לכה דודי, מ'זינגט מיט'ן בעל תפלה און מ'האט א עונג שבת.
דאס אז דער בעל תפלה זאל נישט ציען איז אויך אמת, נאר ס'איז נישט קיין תירוץ פארוואס "איך" זאל ליינען יעצט א גליון און נישט דאווענען נארמאל.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 2:49 pm
דורך farshlufen
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ר' שלמה ווערצבערגער משמש פארציילט, אז ס'איז געווען אמאל ווען מ'האט געוואלט פארשפארען די פאליש יעדן פרייטיג צונאכטס
משום טעמים מובנים,
זענען אבער געקומען אידן זיך אפרעדן צו ר' שלמה אז אלע חסידישע ספרים ליגען אין פאליש און מ'וועט נישט קענען נעמען
קיין ספר ביים דאווענען,
איז ער געגאנגען צום ברך משה זי"ע פארציילען אז אידן רעדן זיך אפ , די רבי האט אבער אינגאנצען נישט פארשטאנען די טענה
ער האט געפרעגט צו וואס דארף מען האבען א ספר ביים דאווענען מ'דאווענט דאך יעצט ווי האט מען צייט צו לערנען, ס'איז אים ממש נישט אריין אין קאפ,
ס'וואונדערט מיך נאר וואס ער וואלט געזאגט צו די היינטיגע גליונות?!.
וואס ער וואלט געזאגט? ער האט געזאגט נאך אין די "פתגמין קדישין" צייטן, ולא הי' דעתו נוחה בזה כלל, והדברים ידועים.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 3:27 pm
דורך קיקיון
פארוואס ביי די קאפיטלעך תהלים פון לכו נרננה און ווייטער ליינט מען גליונות ווען עס קומט צו בואו בשלום ווערט מען א שטיק פייער
דער אלקבץ איז מער מעורר ווי דוד המלך ??
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 3:50 pm
דורך מחותן
וכבר אמר מי שאמר אז פרייטיג צונאכטס ביי לכו נרננה איז די גרעסטע זמן תורה ביי כלל ישראל.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2015 7:51 pm
דורך בוידעם
לכ''ע בשבת ניתנה תורה....
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2015 2:56 pm
דורך שלך לחמך
פון דא קומט אויס,
גרויסע זאלן בכלל נישט קיקן און קיין גליונות, גאר קליינע זאל מען אפילו נישט ברענגען און שול.
וואס טיט זיך מיט גרעסערע אינגלעך, איז קינדליין א מעלה, ווייל ער וועט זיך נישט איינרעדן אז ער טיט א גיטע זאך, אדער ניין ווייל מען דארף חושש זיין אז ער וועט זיך ציגעוויינען דערצו, ממילא איז בעסער אז, גארנישט ליינען???
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 2:59 pm
דורך שלך לחמך
די וואך שבת האמיר טאקע געזען ווי א איד ליינט קינדליין בשעת'ן דאווענען, גראדע א פיינער אינגערמאן ער האט עס נאר גענומען פון דעם אינגעל וואס האט עס געברענגט, און לכאורה האט ער עס נאר אדוירעך געבלעטערט, אבער ס'איז געווען פאני.