בלאט 1 פון 1

פיפצען הינדערט דולאר פאר וויין ביי א בר מצוה

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 5:34 pm
דורך שלך לחמך
דערציילט מיר א איד אז ער איז געווען ביי א בר מצוה פאריגע וואך, וואס עס איז דארט געווען וויין פאר איבער פיפצען הינדערט דולער.

דער בעל שמחה האט נישט קיין עקסטער געלט, און איך פראביר צי פארשטיין די פשט דערפון.
פארוועם מאכט ער דעס, זיינע חברים וויסען וויפעל ער איז ווערט (און געלט), און די זעלבע איז מיט זיין משפחה.
וואס שטיפט פאר א מענטש דעס צי טיען, אויסגעבן אזויפיל געלט על לא דבר?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 5:59 pm
דורך למעלה משבעים
ווייל ער וויל אריינברענגן שמחה. ויין ישמח לבב אנוש.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 6:09 pm
דורך יואב בן צרויה
על לא דבר?! אזוי אוועקצומאכן א גלעזעלע וויין? לענ״ד, אין רעפרענץ צו די אשכול איבער היינטיגע שמחות, ווען א בעל שמחה שטעלט צו פארן עולם דעם אין שמחה אלא בבשר ויין ענדזשויט עס דער עולם אסאך מער און מען קוקט ארויס דערויף.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 6:12 pm
דורך גערעכטער
אבער ס'דארף נישט זיין קיין גאר טייערע וויין -וואס דער בעל שמחה קען זיך נישט ערלויבן- צו מאכן בשמחה, יעדע פשוטע וויין איז נאך אזוי עפעקטיוו (עכ''פ פאר רוב רובם פון די באטייליגטע).

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 6:15 pm
דורך ווישוואש
פאטאקי08 האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האט א חבר מיינער א פשוטער מענטש צווישן אלע מענשטן נישט קיין עושר און נישט קיין רבי און נישט קיין ווייסעך וואס סימפל ער ענדזשויעט א רייכע בר מצוה און צו וואס א מענטש האט ליב צו דעם האט ער געלט
הפנים די סעודת בר מצוה די מעניו ווי מען רופט עס האט געקאסט נישט ווייניגער ווי 20 אלפים.. די אלע זאכן וואס מען שמועסט דא איז פונקט גוט פאר ווען יענער מאכט די שמחה, ביי די אייגענע איז שוין אן אנדערע מעשה

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 6:24 pm
דורך גערעכטער
קענסט מיר אפשר זאגן וויפיל מענטשן פארשטיין (עכט..) צו א טייערע וויין???

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 6:51 pm
דורך א גראם מיט טעם
וואלט איר ליב געהאט ווען איינער קריכט אריין אין די קישקעס, מיינד יאאר און ביזנעס,וואס גייט אייך אן וואס יענער ספענד, זיי צופרודען ביסט נישט אזוי משוגע,ער פאטשקעט זיין געלט נישט דיינס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 6:56 pm
דורך לכתחילה אריבער
ווי האט געזאגט א קליגער איד...

די איינציגסטע עצה פאר איינעם וואס געבט אויס אסאך געלט פאר וויין, איז עס אויסצוטריקען! אזוי העט כאטש די ווייטאג אביסעל אוועק גיין...!!

ערענסט גערעדט, די ענין פון "אויסגעבן אסאך געלט פאר וויין" איז נישט דוקא ביי בר מצוה, עס איז געווארן די "סטייל" לעצטענס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 6:57 pm
דורך מטעמים
א גראם מיט טעם האט געשריבן:וואלט איר ליב געהאט ווען איינער קריכט אריין אין די קישקעס, מיינד יאאר און ביזנעס,וואס גייט אייך אן וואס יענער ספענד, זיי צופרודען ביסט נישט אזוי משוגע,ער פאטשקעט זיין געלט נישט דיינס.

וואס איז מיט דיר? שלח לחמך לייגט שוין אוועק געלט פארען טיי אווענט ער האט אלע רעכטען צו זיין ברוגז.
פארשווענדן אידיש געלט וואס מען האט נישט, סיז דאך א פארברעך פון ערשטען קלאס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 7:24 pm
דורך גערעכטער
א גראם מיט טעם האט געשריבן:וואלט איר ליב געהאט ווען איינער קריכט אריין אין די קישקעס, מיינד יאאר און ביזנעס,וואס גייט אייך אן וואס יענער ספענד, זיי צופרודען ביסט נישט אזוי משוגע,ער פאטשקעט זיין געלט נישט דיינס.

זייער פשוט, ווייל אזוי 'רעיזט מען די סטענדערט' יא יא "אזוי", קודם נאר עשירים נאכדעם פארט עס ווייטער, וכידוע מן הנסיון..
אלזא איז עס נישט נאר 'יענעמס' ביזנעס, ופשוט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 7:27 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווי האט געזאגט א קליגער איד...

די איינציגסטע עצה פאר איינעם וואס געבט אויס אסאך געלט פאר וויין, איז עס אויסצוטריקען! אזוי העט כאטש די ווייטאג אביסעל אוועק גיין...!!

ערענסט גערעדט, די ענין פון "אויסגעבן אסאך געלט פאר וויין" איז נישט דוקא ביי בר מצוה, עס איז געווארן די "סטייל" לעצטענס.

די קאמפאני'ס פון וויינען וואקסן ווי שוואמליך נאך א רעגן און זייקומען ארויס מיט נייע וויינען יעדן שני וחמישי ס'איז אזא 'האט אייטעם' געווארן אז נאך מ'מאכט 'וויין טעיסטינג'ס' יעדן ערב יו"ט מיט 'טשאלענט' אינדערזייט,
די סטאר'ס אדווערטייזן אפילו אז מ'וועט אייך מאכן פאר מבינים... קומט נאר אריין צו..... מ'וועט אייך שניידן די טאשן....

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 7:37 pm
דורך א גראם מיט טעם
נעמט יעדער שירה קווייער ביי א בר מצוה, אדער א בענד ביי א חתונה?
ניין, ס'נאר די וואס קענען עס ערלויבען, סאו מיט וואס איז וויינען אנדרעש?
אזוי ווי עס פלעגט זיין א באר ביי עלעגאנטע חתונות, און ס'נישט איינגעפאלען פארען המון עם צו עס נעמען ביי פשוטע חתונות.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:11 pm
דורך גערעכטער
א גראם מיט טעם האט געשריבן:נעמט יעדער שירה קווייער ביי א בר מצוה, אדער א בענד ביי א חתונה?
נאכנישט...
אזוי ווי עס פלעגט זיין א באר ביי עלעגאנטע חתונות, און ס'נישט איינגעפאלען פארען המון עם צו עס נעמען ביי פשוטע חתונות.

כ'האב נישט געזאגט אז עס גייט געשעהן און ס'גייט ווערן א סטענדערט, נאר אז ווען עפעס ווערט אזא מין זאך ווערט א סטענדערטהייבט זיך עס אן גענוי אזוי.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 9:37 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
א גראם מיט טעם האט געשריבן:
ניין, ס'נאר די וואס קענען עס ערלויבען, סאו מיט וואס איז וויינען אנדרעש?

הלוואי זאל עס זיין נאר ביי די וואס קענען עס ערלויבן, כ'קען דיר אנצייגן ביי א שיינע פאר שמחות וואס 'זיי קענען עס נישט ערלויבן' מ'געט עס נאר ווייל פאריגע וואך האט זיין שוואגער וואס 'קען עס יא ערלויבן' געמאכט א פענסי בר מצוה און 'ער קען נישט זיין די נעבעך'

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:31 pm
דורך א גראם מיט טעם
נאכאמאל, דאס איז זיין פראבלעם, און אויב וועט ער אנזעצען און באנקאטירען גיי נישט צום טי פארטי, אבער פארגין עם זיין שמחה, קוק אין אייגען טעלער!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:41 pm
דורך בוידעם
אנטשולדיגט הרב גראם, קיינער מישט זיך נישט אין יענעמ'ס ביזנעס, מען שמועסט פשוט אויס א נושא.

ווען ער האלט ווען יענעם פאר, אדער ווען ער שרייבט דא זיין נאמען, דאן ביסטו גערעכט, אבער סתם אויסלופטערן נושאים, מיינט לענ''ד בכלל נישט אריינגעקוקט אין יענעמס טעלער.

אויב עפעס האט איר זיך אריינגעמישט אין שלח'ס לעבן, און אים איינגעטיילט פון וואס יא אדער נישט צו רעדן.

נ.ב. איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די נושא זעלבסט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:46 pm
דורך צווייפעל
קאן זיין אז דאס געבן טייערע וויינען ביי די שמחה האט גארנישט צו טון מיט הייבן די סטאנדארטן ביי א שמחה, דאס איז פשוט א געברויך פאר דעם אינגערמאן ער זאל זיין אנגעזען ביי זיינע חבירים, יעדער זאל מאכן דעם גרימאס פשי, דאס איז א פיינע וויין וכו', איך גיי פאר דעם וכו', אדער 'יענקל, אז די וועסט געבן א תשבי קאבארנעי קום איך'.. דאס קען געבן סיפוק פאר געוויסע מענטשן.

אין אלגעמיין ווען א ארימאן גיט טייערע וויינען, און ער איז נישט באוויסט פאר א שיכור, איז ער נעבעך 'אנגעזענהייט דארשטיג'.

דאס באלאנגט אין גאר א אנדערע פייל ווי אין הייבן שמחה סטאנדארטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:03 pm
דורך א גראם מיט טעם
בוידעם האט געשריבן:אנטשולדיגט הרב גראם, קיינער מישט זיך נישט אין יענעמ'ס ביזנעס, מען שמועסט פשוט אויס א נושא.

ווען ער האלט ווען יענעם פאר, אדער ווען ער שרייבט דא זיין נאמען, דאן ביסטו גערעכט, אבער סתם אויסלופטערן נושאים, מיינט לענ''ד בכלל נישט אריינגעקוקט אין יענעמס טעלער.

אויב עפעס האט איר זיך אריינגעמישט אין שלח'ס לעבן, און אים איינגעטיילט פון וואס יא אדער נישט צו רעדן.

נ.ב. איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די נושא זעלבסט.


ביסט גערעכט. און איך בעט איבער שלך לחמך, כאניש געמיינט אייך פערזענליך,איך קען נישט פשוט פארשטיין פארוואס מענטשען זענען ביזי מיט יענעם'ס באנק אקאונט, אבער כ'על עס האלטען ביי מיר.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:28 am
דורך מאנ-יימער
שלך לחמך האט געשריבן:דערציילט מיר א איד אז ער איז געווען ביי א בר מצוה פאריגע וואך, וואס עס איז דארט געווען וויין פאר איבער פיפצען הינדערט דולער.

דער בעל שמחה האט נישט קיין עקסטער געלט, און איך פראביר צי פארשטיין די פשט דערפון.
פארוועם מאכט ער דעס, זיינע חברים וויסען וויפעל ער איז ווערט (און געלט), און די זעלבע איז מיט זיין משפחה.
וואס שטיפט פאר א מענטש דעס צי טיען, אויסגעבן אזויפיל געלט על לא דבר?

גראדע איז ער א היבשע בעל פרנסה מיט א שיין ביסל געלט אין קעשענע, נאר ער פויקט עס נישט אויס, געווענליך איז ער איינגעהאלטן ווען עס קומט צו שפענדערייען נאר דא ביי די שמחה האט ער יא געוואלט אביסל שיין צושטעלן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:33 am
דורך שלך לחמך
גראם האב נישט אזוי מורא, ב״ה איך מיש מיר נישט און יענעמס ביזנעס, און להבהרת דברים אז דער אייבישטער זאל אפהיטען און מען וועט דארפען צאמשטעלן פאר דעם איד געלט וועל איך לכאורה אנטייל נעמען כפי מה שידי מגעת.

די פוינט איז אז מען רעד פון אידן וואס האבן נישט עקסטער געלט, אויף דעם פרעג איך מה פשט?
יואב ביזט גערעכט אז דער עולם ענדדזשויט עס, אבער אזוי ווי גערעכטער האט געפרעגט פארוואס מיז עס זיין די טייערעסטע קארבענעי, יא אמת מען האט הנאה אבער איך האב מורא אז צווייפעל איז גערעכט און אויב איז דאס אמת, וואלט איך געפרעגט אן אנדערע קשיא,
וואס זאל מען זאגן פאר דעם איד א וואך נאך די בר מצוה, געבן א קאמפלימענט אדער פרעגן היתכן?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:08 am
דורך farshlufen
טעות אין קעפל [תרתי משמע]:
"1500 אויף וויין, פאר אנערקענונג"

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:10 am
דורך קרעפטיג
שלך לחמך האט געשריבן:וואס זאל מען זאגן פאר דעם איד א וואך נאך די בר מצוה, געבן א קאמפלימענט אדער פרעגן היתכן?

זאג גארנישט, ווער זאגט מ'דארף בכלל קאמענטירן דערויף ?

שתוקי בתרי.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:40 am
דורך שלך לחמך
די שמועס איז אויף די נושא פון איינעם וואס געט טייערע וויין ביי א שמחה
קרעפטיג האט געשריבן:
שלך לחמך האט געשריבן:וואס זאל מען זאגן פאר דעם איד א וואך נאך די בר מצוה, געבן א קאמפלימענט אדער פרעגן היתכן?

זאג גארנישט, ווער זאגט מ'דארף בכלל קאמענטירן דערויף ?
שתוקי בתרי.

צווייפעל האט געשריבן:קאן זיין אז דאס געבן טייערע וויינען ביי די שמחה האט גארנישט צו טון מיט הייבן די סטאנדארטן ביי א שמחה, דאס איז פשוט א געברויך פאר דעם אינגערמאן ער זאל זיין אנגעזען ביי זיינע חבירים, יעדער זאל מאכן דעם גרימאס פשי, דאס איז א פיינע וויין וכו', איך גיי פאר דעם וכו', אדער 'יענקל, אז די וועסט געבן א תשבי קאבארנעי קום איך'.. דאס קען געבן סיפוק פאר געוויסע מענטשן.

יעצט איז די שאלה זאל מען עס אים טאקע געבען, אדער פארהאלטען (אויף א נארמאלע וועג פארשטייט זיך)

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:45 am
דורך קרעפטיג
שלך לחמך האט געשריבן:די שמועס איז אויף די נושא פון איינעם וואס געט טייערע וויין ביי א שמחה
קרעפטיג האט געשריבן:
שלך לחמך האט געשריבן:וואס זאל מען זאגן פאר דעם איד א וואך נאך די בר מצוה, געבן א קאמפלימענט אדער פרעגן היתכן?

זאג גארנישט, ווער זאגט מ'דארף בכלל קאמענטירן דערויף ?
שתוקי בתרי.

צווייפעל האט געשריבן:קאן זיין אז דאס געבן טייערע וויינען ביי די שמחה האט גארנישט צו טון מיט הייבן די סטאנדארטן ביי א שמחה, דאס איז פשוט א געברויך פאר דעם אינגערמאן ער זאל זיין אנגעזען ביי זיינע חבירים, יעדער זאל מאכן דעם גרימאס פשי, דאס איז א פיינע וויין וכו', איך גיי פאר דעם וכו', אדער 'יענקל, אז די וועסט געבן א תשבי קאבארנעי קום איך'.. דאס קען געבן סיפוק פאר געוויסע מענטשן.

יעצט איז די שאלה זאל מען עס אים טאקע געבען, אדער פארהאלטען (אויף א נארמאלע וועג פארשטייט זיך)

נישט געבן און נישט פארהאלטן, וועט ער אפשר פשוט כאפן אומגעזאגט אז טייערע וויינען פארנעמען ביי דיר נישט קיין חשיבות.
שוייגן רעדט אסאך מאל בעסער ווי דאס געזאגטע.