ר' פייוויש, ר' זונדל און ר' נחום יא, און יא, איך נישט
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2015 8:31 pm
באקומען ביי אי-מעיל
---------------------------------------
ר' פייוויש, ר' זונדל און ר' נחום יא, און יא, איך נישט
יא, אזוי, אן קיין בושה שרייען זיי אראפ פון אלע ווענט " ר' פייוויש, ר' זונדל און ר' נחום האבן שוין געקויפט א נייע שטריימל לכבוד פסח, וואס איז מיט אייך?"
די פירמע וואס מאכט די שטריימלעך האט געטון א גוטן שריט מיטן נעמען דעם ספעציפישן מארקעטינג פירמע וואס קענטיג פארשטייט זי צום היימישן פסיכיק און די גרויסע מאס קאנפארמיזם וואס איז מצוי ביים עולם אינעם היימישן תחום המושב. די דאזיגע עד ברענגט צו אן עקסטרעם אן עקזיסטירנדע ערשיינונג און, ווי יעדע רעאקציע צו אן ערשיינונג, שטופט זי עס ווייטער. די דאזיגע מאס פון קאנפארמיזם דערשטיקט אונז, עס נעמט אוועק אלע גבולים צווישן דעם יחיד און דעם יחד, עס בא'גזל'ט א מענטש פון זיינע ד' אמות און דעריבער פאדערט עס א באהאנדלונג.
א מענטש איז א געזעלשאפטליכע בריאה, א מענטש מוז לעבן צווישן מענטשן, אדאפטירן נארמעס, און קאנפארמירן מיט די סאסייעטי. אבער א מענטש איז פיל מער אן אייגענארטיגע בריאה מיט אייגענע רצונות, חלומות, כשרונות און געפילן. און ליידער דערשטיקן מיר דעם יחיד פארן יחד. מיר זענען מקריב דעם אינערליכן אמת איך, פארן קאלעקטיוו, פארן דמיונישן מחותן, פארן שכן וואס קוקט עכט נישט אויף דיר.
מענטשן קענען האבן אן אייגענע געשמאק, אן אייגענע רצון, אבער ווי ווייטאגליך איז אז די לעצטע מינוט וועט מען זיך אונטערגעבן און טון וואס יעדער טוט.
די ווייב וועט שטיין ביים שפיגל און קלויבן און קלויבן, אבער צום סוף דערשטיקט מען דעם אייגענעם רצון, טון וואס עס איז פאפולער, וואס וועט גוט אריינבלענדן אין די ארומיגע.
דער מאן, מעג האבן מחשבות און רצונות ווי ער קען פארפילן זיינע כשרונות, אבער וועט געווענליך דערשטיקן יעדע מחשבה, מוותר זיין אויף זיינע חלומות און זיך אויפפירן וויאזוי די סאסייעטי קוקט ארויס. אויב קומט ער פון א באלעבאטישע שטיב וועט ער ווי א טאטע'לע אריינגיין אין ביזנעס, אפילו אויב ער האט א געוואלדיגע געפיל צו קינדער און וואלט געווען א גאר גוטער מחנך, אדער אפילו אויב ער שפירט אז ער האט ארטיסטישע כשרונות און וואלט זייער שטארק געוואלט זיין אן ארטיסט. אבער זיי נישט פאני... די ביסט געבוירן א ביזנעסמאן, דערשטיק זיך און טוה וואס די האסטו צו טון.
דער עיקר חינוך וואס מענטשן געבן פאר די קינדער איז צו זיין נארמאל, גיין אין שטראם. ווען מען גייט אין שוהל דארף מען מאכן א נארמאלן רושם, דאווענען ווי א מענטש צווישן מענטשן, "ביהעיוון". דער טאקטיק איז ווירקזאם, מענטשן שטעלן זיך צו צו נארמעס, יעדער וויל זיין נארמאל. אין גאנצעטע שטובער איז דער גאנצער מהלך זיך צו איינגלידערן, זיין פאסיג און נישט קיין גר. עס איז אפשר ווירקזאם אבער עס איז א פוסטער, נאקעטער הנהגה אן קיין שום חיות, אן קיין נשמה, אן דעם אידישן תוך, דעם אידישן עסענץ פון תורה-טרייהייט פעלט.
עס בא'גנב'ט פון מענטשן זייער נפש, זייער נשמה, זייער אייגענארטיגקייט, עס נעמט לעבעדיגע, עכטע מענטשן און פארוואנדלט זיי אין א סטאדע וועמען מען האט גע'קלאונט, באשאפן אין א לאבראטאריע אן קיין שום אמתע, אייגענע נפש.
אבער חוץ וואס דער נשמה פון דער זאך איז אפגעשטארבן, און השי"ת איז ממאס א אידישקייט וואס איר גאנצער וועזן איז די סטייל "מצוות אנשים מלומדה", האט זי נאך א גרויסן פראבלעם, א פראבלעם וואס האט אונז שוין אסאך געקאסט.
מיר קענען אלע די וואס אין ישיבה זענען זיי געווען איידעלע בחור'לעך. אלס יונגעלייט, וואוילע יונגעלייט. די מינוט וואס זיי זענען אריין אין ביזנעס זענען זיי געווארן ביזנעסלייט אן קיין זכר פון דעם בעל נפש וואס ער איז געווען ביז ער איז געווארן משוקע אין עולם הזה ביז די נאז. ווי איז דער איידעלער יונגערמאן נעלם?
די דאזיגע האבן אויסגעלאשן זייער אייגענארטיגע צלם אלקים, זיי זענען בלויז ווי דער בעל חי וואס קאמופלאזשירט זיך אין די סאסייעטי און בלענדט אריין אין די פלאץ ווי ער איז מאמענטאל. אין ישיבה "שטעלט ער זיך צו" און זייענדיג אין א ביזנעס סביבה דינט ער אלהי זהב וכסף. דעם אני האט ער נאכנישט בכלל אנטדעקט!קיין עצמיות'דיגן מהות האט ער קיינמאל נישט פארמאגט, ער איז בסך הכל געווען "נאך" א בחור וועמענס צענטראלע שאיפה איז געווען זיין נארמאל! זיין ווי יעדער, פאלגן די פארשריפטן. ער איז געבליבן גענוי דער זעלבער זיינע שאיפות זענען געבליבן דאס זעלבע "זיך גוט אריינפאסן". די נארמעס פון זיין סביבה איז נאר אנדערש! דער סביבה האט זיך געטוישט, צווישן די ביזנעס יונגעלייט איז נישט חשוב עפעס אנדערש ווי "איז ער א גוטע בינעסמאן?" שוין. וועט ער גיין מיטן שטראם, דא קעניגט דער עולם הזה, דא בין איך נארמאל מיטן עולם הזה.
ביסטו געבוירן צו א רבישע משפחה? אבער די שפירסט ווי אין דיין געדערים באהאלט זיך א פיפיגער סוחר? דערשטיק עס, רבישע טארן נישט ארבעטן!
ביסטו געבוירן צו א פשוטע ערליכע, נישט רייכע משפחה, ווי עס זענען פארהאן אסאך מלמדים און פשוטע ארבעטער, שפרינג נישט צו הויכע ביזנעס געדאנקען... דערשטיק עס, נעם א ניין-צו-פינף דזשאב אפילו אויב דאס דערשטיקט דיינע אלע טאלאנטן? זוי איז עס, די משפחות און די קולטוראלע ראנג מענטשן טוען נישט ביזנעס נאר ארבעטן שכירי יום.
וואס איז מיט די תלמידי חכמים בעלי נפש וואס זענען געבוירן אין באלעבאטישע שטובער, אבער זיי מוזן מוותר זיין אויף חלום צו מאכן א רבנישע קאריערע?
וואס איז מיט די סוחרים בטבעם, וואס זענען אבער געבוירן געווארן אין שטובער וואס לייגט אויף זיי די עול צו קוועטשן בענק אפילו ווען א גרויסער קול תורה רייכערט נישט דארטן?
אזוי איז עס, מען בארויבט דעם אייגענארטיגן, אינדיווידואל. די ביסטו בלויז נאך א האנדע אדעסי אויף די לאנגע בלאק ווי עס איז געפארקט באמפער צו באמפער האנדע אדעסי'ס.
"משוגענער" איז די גרעסטער גנאי ביי אונז, נישט צושטעלן זיך צו די סאסייעטי נארמעס, נישט אריינבלענדן אין די שבט, נישט זיין גענוי ווי יעדער, און נישט צושטעלן זיך צו די רול פון " ר' פייוויש, ר' זונדל און ר' נחום האבן שוין געקויפט א נייע שטריימל, וואס איז מיט אייך?"
יעדער מאכט טייערע חתונות. איז עס נארמאל? ניין, אבער שווייג, שלינג, און זיי "נארמאל"
יעדער דערשטיקט זיך אין די קליינטשיגע געטאס ווי מיר מעגן וואוינען, איז דאס נארמאל? ניין, אבער שווייג, שלינג, און זיי "נארמאל"
א שטריימל פאר טויזנטער דאלאר יעדע עטליכע יאר, איז דאס נארמאל? ניין, אבער שווייג, שלינג, און זיי "נארמאל"
מיר דארפן פארשטיין אז רעספעקטירן נארמעס איז א פאזיטיווע זאך פון געוויסע שטאנדפונקטן. מען דארף נישט זיין קיין איפכא מסתברא, מען טאר נישט שפייען אקעגן די ווינט וויל עס וועט צוריקקלאפן אין פנים, אל תפרוש מן הציבור. אבער א מענטש טאר נישט בשום אופן בלייבן אנאנים ווילנסלאז און אומאייגענארטיג, נישט מער ווי א שרייפל אינעם געזעלשאפט וועלכער דינט געטריי די פארשריפטן. מען דארף פארשטיין צו הארמאנירן און צונויף קניפן דעם אייגענעם חותם, דעם "חביב אדם שנברא בצלם" צוזאמען מיט די געזעצן פון סאסייעטי.
אינעם מענטש איז דא א נקודה פנימית פונעם צלם אלקים ווי ער פארעמט אויס זיין אייגענע גורל, זיין אייגענע רעאקציע צו אומקאנטראלירבארע געשעענישן און זיין אייגענע יחס צו די בריאה און איר באשאפער.
דער מענטש'ס אמתער מהות איז נישט וואס מען האט אים צוגעשאנקען, די געלט וואס ער האט גע'ירש'נט, די פאזיציע ווי מען האט אים אריינגעשטעלט מיט פראטעקציע, דאס איז אלעס דרויסנדיגע מאורעות הזמן וואס האבן זיך געדרייט ארום אים אבער זיין פנימיות איז מסתתר בשפריר חביון, באהאלטן אינווייניג, און זעהט זיך נאר ארויס ווען די שאלעכץ קומט אראפ און דער אינערליכער מענטש קומט ארויס במלוא יפיה אדער מיטן גאנצן מיאוסקייט.
הער אויס דיין אייגענע אויטענטיש קול, וואס שפירסטו?ניין, נישט וואס טראכסטו גייט יענער זאגן, וואס שפירסטו? וואס זאגט דיין נשמה, דיין חלק אלקי ממעל וואס זיצט אין דיר און ווייסט וואס איז גוט פאר דיר?
מאך צו די אויגן און טראכט מיט אן אמת: וואס וויל איך? וואס איז מיין אמתע רצון? וואס איז מיין אייגענע וועג צו צוקומען צו עבודת השם? וואס טוה איך ווען קיינער זעהט נישט? וואספארע מענטש בין איך טאקע? בין איך א וואלף אין שעפסענע קליידער? בין איך א שעפס אין וואלף קליידער? צו שפילסטו א שפיל? צו צייגסטו ארויס אינטערעסע אין זאכן וואס גייט דיר לחלוטין נישט אן? צו ביסטו אמת מיט דיר אליין? לעבסטו דיין גאנצע לעבן אונטער די השפעה פון וואס די סאסייעטי ערווארט, אדער וואס דיין נפש זוכט? אויף וואס גייסטו חרטה האבן ווען די וועסט ליגן אויפן טויטן בעטל? מיט וואס וועסטו זיין שטאלץ אויף דיין טויטן בעטל?
וועמען לויפסטו נאך? ר' פייוויש, ר' זונדל און ר' נחום? אבער זיי לויפן זיך אויך נאך איינער דעם צווייטן. ר' פייוויש מאכט נאך ר' זונדל און ר' זונדל מאכט נאך ר' נחום, איר קענט פשוט און גראד אלע אויפהערן! שטעך אריין א נאדל אין די באלאן!
די לעבסט נאר איינמאל! טוה וואס די ווילסטו באמת טון!
וועסטו קענען בעסער דינען הקב"ה אויף די ציעסט זיך אריבער צו אן אנדערע געגענט ווי די קענסטו וואוינען אין א ברייטע שיינע דירה, אנשטאט די בעיסמענט ווי די זיצט? טוה עס יעצט! די לעבסט נאר איינמאל!
אבער די קלערסט אז נאכגיין דיין אויטענטישע קול, דיין נשמה, וועט גורם זיין צער צו דיינע נאנטע, דיין טאטע וויל אז די זאלסטו זיין אין כולל, ווען די אליין ווייסט אז די לערנסט נישט פלייסיג און די לעבסט א פאלשע לעבן? אדער פארקערט, די ביסטו אין א ביזנעס, ווען דיין נשמה לעכצט צו לערנען, אבער דיין טאטע\מאמע אטעמען ביזנעס און זיי ווילן נאר אז דיין נפש און נשמה זאל זיין פארנומען מיט הייזער און בושוויק און נישט מיט הוויות דאביי ורבא, אבער געוואלד, די ביסט בוגד אין דיין אייגענע נשמה? און אויב די מענטשן ארום דיר האבן דיר ליב וועלן זיי אננעמען די טויש וואס די מאכסט מיט א גאנצע הארץ און וויסן אז דיין לעבן איז דיינס. און אפשר איז דיין טאטע אין ביזנעס, טראץ וואס ער האט שוין געמאכט גענוג געלט, און ער זיצט נישט מיט א טיי אונטער א בוים מיט א גמרא מיט רוהיגקייט, אויך נאר צוליב די פאלשע רשעות'דיגע מה יאמרו הבריות, און ווייל ער רעדט זיך איין אז די זיבעצענטע מיליאן וועט אים מאכן מער חשוב ווי די ערשטע זעכצן.
פרעג איינעם: ווער ביסטו? די ענטפער וועט זיין: איך בין א וויזניצער.
געוואלד איז דאס וואס די ביסטו? דאס איז די בית המדרש ווי די דאווענסט שבת און ווי די געסט א קוויטל! וואספארא ארימע הגדרה אויף אזא Eייכע יצירה, צלם אלקים?
נאך ערגער וועט זיין די ענטפער: איך בין א ריעל עסטעיט אגענט.
געוואלד, איז דאס וואס די ביסטו? דאס איז די וועג וויאזוי די מאכסט פרנסה, דורך קוועטשן מענטשן דיר צו פארקויפן הייזער פאר ביליגער ווי די וועסט עס פארקויפן. דאס איז נישט די!
די ביסט נישט דיין געמיינדע, נישט דיין אויסזעהן, נישט דיין פינאנציעלע סטאטוס, און זיכער נישט דיינע חסרונות אדער קאנדישאנס: ארימאן, גרוש, עלטערער בחור, קינדערלאזער, קראנקער מענטש. דאס זענען אלעס קאנדישאנס ווי די השגחה עליונה האט דיר געווארפן.
די ביסטו אבער א צלם אלקים מיט טויזנטער איידעלע רצונות, געשמאקן, ערפארונגען, געדאנקען, כשרונות און עתיד.
קליינע מענטשן וואס שטעלן זיך צו און קוקן וואס יעדער טוט קענען נישט זיין גרויס, זיי קענען נישט האבן קיין השפעה. ווער זענען די פירער? די וואס אינספירירן? זענען עס די מה יאמרו הבריות'ניקעס? ניין! עס זענען די מענטשן וואס פארמאגן א דזשי-פי-עס אין זייער הארץ! מענטשן וואס גייען נאך זייער אויטענטישע געטליכע נשמה, וואס טוען די אמתע רצון השם און קוקן נישט וואס יעדער זאגט.