בלאט 1 פון 1

פעטיציע: בעל שבט הלוי, ביטע קומט צוריק!

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 5:44 pm
דורך יואל שווארטץ
אחדשה״ט בל״נ,

איך ברויך נייטיג וויסן, אן עי סקעיל פראם וואן טו טען, צו איר וואלט מיר אויך באטראכט אלס פריינט, און אויב יא, אונטער וועלכע קאטעגאריע און טיטל/ען.

אויב זענט איר יא מיין פריינט, וואלט איר מיר געטון א פערזענליכע טובה?
גיבט ביטע ארויס א פסק אז מ׳זאל נישט רעדן מער איבער אייערע פריינדשאפטן. כ׳מיין אז ס׳קען אפי׳ שאטן אן עין הרע אויב מ׳רעדט צופיל.

זייט מיר מוחל פאר די טירחא, אבער איך דארף שטארק צוקומען צו די נייעס אפטיילונג פון אידישע וועלט, כ׳ליין נישט ערגעץ אנדערש, אבער זייט אייער פטירה איז מען דארט דאס מערסטע פארנומען איבערצוקייען וועמען איר האט אנגעקוקט - אנטשולדיגט - פאר אייער בעסטע פרענד.
איר קענט לאכן נאכדעם, יעצט מוז דער פסק זיין אינדרויסן עיסעפ! איר ווילט זיכער נישט אז כ׳זאל פארעקלט ווערן פון אייוועלט און גיין ערגעץ אנדערש!

עולם היהדות תלוי בך,

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 5:51 pm
דורך dim

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 6:57 pm
דורך בוידעם
חחחח. גוט!
איך מיין אז מען דארף עפענען א עקסטערע פארום (תרתי משמע) פאר דעם.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 7:37 pm
דורך מיסטעריעז
;l;p-

כבר היה לעולמים, "ויאמר את שמואל העלי לי" (שמואל א' כ"ח י"א)