בלאט 1 פון 2

ווי אלט ביסטו?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 8:47 pm
דורך פינטל
ביטע שרייבן די עכטע יארגאנג.

א דאנק.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 8:51 pm
דורך רוצה לדעת
איך האב געוואוט
אבער וואס זענען די מאטיוון?
וואס ווילסטו ארויסהאבן?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 8:55 pm
דורך פינטל
רוצה לדעת האט געשריבן:איך האב געוואוט
אבער וואס זענען די מאטיוון?
וואס ווילסטו ארויסהאבן?

אלס אלטוועלטליכע אידישע פלאטפארמע ווי עס ווערט דא אויסגעשמועסט און דעבאטירט דברים העומדים על הפרק און ענינים שונים, איז היבש אינטערעסאנט צו זעהן וועלכע סארט עולם עס רעפלעקטירט. מי ומי ההולכים.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 9:44 pm
דורך פינטל
איז עס נישט שמייכלדיג צו זעהן אז די אלע נאציאנאלע/אידישע/הלכה/השקפה/יסודותדיגע ענינים וואס ווערן אויסגעשמועסט דא אויפן וועלטל ווערן געפאסט דורך א איבערוויגנדע מערהייט ארונטער די שלושים?!

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 10:07 pm
דורך קנאפער ידען
פינטל האט געשריבן:איז עס נישט שמייכלדיג צו זעהן אז די אלע נאציאנאלע/אידישע/הלכה/השקפה/יסודותדיגע ענינים וואס ווערן אויסגעשמועסט דא אויפן וועלטל ווערן געפאסט דורך א איבערוויגנדע מערהייט ארונטער די שלושים?!

איך בין פון די וואס זענען אונטער 25. אבער איך זע עס בכלל נישט פאר שמייכעלדיג. קודם כל איז עס נישט אזא "איבערוויגענדע מערהייט" (יעצט 31 אנקעגן 20, טאקע א רוב אבער נישט אזא גרויסע חילוק), והשנית פסק'ענט מען דא הלכות? שמועסן מעג יעדער און יעדער מעג זאגן א דעה ווילאנג עס איז נישט מנוגד צו דער תורה (וואס דאן ווערט עס אראפגענומען פון דעם זייטל סייווי), צו מען זאל עס אננעמען, דאס ווענדט זיך שוין אין אסאך זאכן. אבער מעג מען דען נישט זאגן? א אינגערמאן אין פאליש פון ביהמ"ד מעג נישט שמועסן און זאגן א מיינונג?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:51 am
דורך שנאפס
איך בין א טאג עלטער ווי נעכטן

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 1:00 am
דורך שנאפס
פינטל, לויט דיין שמייכלדיגע תגובה וואלט די קעפל פון די אשכול געדארפט זיין 'ווי אינג זענט איר'. ודו"ק

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 6:43 am
דורך מיסטעריעז
שנאפס האט געשריבן:איך בין א טאג עלטער ווי נעכטן

ווענדט זיך פון וועלכע חלק טאג

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 8:07 am
דורך נשמה
מיסטעריעז האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:איך בין א טאג עלטער ווי נעכטן

ווענדט זיך פון וועלכע חלק טאג

שטומט נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 9:29 am
דורך שנאפס
מיסטעריעז האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:איך בין א טאג עלטער ווי נעכטן

ווענדט זיך פון וועלכע חלק טאג


אין וואס ווענדט זיך עס?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 9:45 am
דורך מיסטעריעז
היינט אינדערפרי ביסטו נישט געווען א טאג עלטער ווי נעכטן 6 נאכמיטאג.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 11:34 am
דורך שלך לחמך
Anyone who stops learning is old, whether twenty or eighty. Anyone who keeps learning stays young
Henry Ford

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:02 pm
דורך לכתחילה אריבער
ימ"ש.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:09 pm
דורך שלך לחמך
פארוואס?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:33 pm
דורך שנאפס
מיסטעריעז האט געשריבן:היינט אינדערפרי ביסטו נישט געווען א טאג עלטער ווי נעכטן 6 נאכמיטאג.


כ'בין יא געווען (נאך אלס)

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:36 pm
דורך יאנקעלע קליגער

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 12:40 pm
דורך לכתחילה אריבער
שלך לחמך האט געשריבן:פארוואס?

viewtopic.php?p=360793#p360793

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 1:13 pm
דורך מיסטעריעז
שנאפס האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:היינט אינדערפרי ביסטו נישט געווען א טאג עלטער ווי נעכטן 6 נאכמיטאג.

כ'בין יא געווען (נאך אלס)

ווען איינער וואלט דיר נעכטן נאכמיטאג 6 אזייגער געפרעגט וויפיל טעג דו לעבסט שוין, און אויך היינט וואלט דיר איינער געפרעגט די שאלה וואלט די תשובה טאקע געווען מיט איין ציפער אפגעריקט, אבער זינט נעכטן נאכמיטאג 6 אזייגער ביז איצט זענט איר נאכנישט עלטער געווארן מיט א טאג.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 1:59 pm
דורך שנאפס
מיט א טאג בין איך יא עלטער (טעכניש..), אפשר לויט די שעות נישט

דאן דארפט איר פרעגן 'וויפיל שעה זענט איר'...

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:06 pm
דורך מיסטעריעז
ביסט נישט מיט א "טאג עלטער", די טאג האט זיך נאר אינצווישן געביטן. דערפאר קענסטו ענטפערן אז דו לעבסט שוין אזויפיל טעג, היינט, און מארגן א צווייטע ציפער.
אבער אז דו רעכנסט פון 6 אזייגער נאכמיטאג, ביסטו נישט געווארן א "טאג" עלטער, ביז עס ווערט 6 אזייגער.

למשל, אז איך מאך א סענדוויטש היינט 6 אזייגער, איז עס מארגן אינדערפרי א טאג אלט? ניין, מ'האט עס געמאכט נעכטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:16 pm
דורך שנאפס
א טאג עלטער בין איך, מ'קען יא רעכענען פאר זעקס אזייגער און איך בין נישט קיין סענדוויטש

ווען דער רבי זי"ע האט געזאגט אז אלע צייטונגען זענען שקר ווייל דער היינטיגער דאטום ווערט געדרוקט א טאג בעפאר, זענען די צייטונגען נישט געדרוקט געווארן א טאג בעפאר זעקסע אינדערפרי... טאקע נישט קיין ראי' לדברי אבער עניוועי...

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 5:49 pm
דורך אסותא
שנאפס, עפן אן עקסטערע אנקעטע, זענט איר א סענדוויטש?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 10:10 pm
דורך יוראפ
למעשה שנאפס ווי האלט ביסטע היינט? פונקטליך, וויפיל שעה? וויפיל מינוטן? וויפיל חלקים? זמני היום? סוף זמן קר"ש? סוף זמן תפלה "הראשון"? סוף זמן תפלה "השני"? זמן החורף? זמן הקיץ? למעלה מן הזמן? זמן הדלקה"נ? סוף זמן אכילת חמץ? באהאלטעכניש לאדעכערן

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 4:06 pm
דורך שנאפס
איך בין א טאג עלטער ווי נעכטן (אפילו ס'נאכנישט זעקסע)

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 4:07 pm
דורך שנאפס
אסותא האט געשריבן:שנאפס, עפן אן עקסטערע אנקעטע, זענט איר א סענדוויטש?


די יעצטיגע אנקעטע פארט זייער גוט, צו וואס מאכן נאך איינס?