זאכן וואס וואונדערט מיר

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג ינואר 31, 2020 8:24 am

קודם וועל איך אראפ לייגן אפאר פאקטן און דערנאך וועל איך צוקומען צום "צ/ק".

1) כידוע ווען א טלית ווערט נאס באקומט עס זייער א שווערע גרוך.

2) פאר אפאר חדשים צוריק זייענדיג ערב שבת אין שמש שטובל זעה איך דארט די שיינע ציצית מיט די פרינדזשעס. האבעך דעסיידעוועט צו קויפן 2 שטיק וואס ס'וועט זיין מיוחד פארן הייליגן שבת, ביים באצאלן איז מיר גוט געווארן ווען כ'האב געזעהן דעם פרייז, אבער לכבוד שבת זאל זיין.

כ'קום אן אהיים כ'עפן אויף איין פעקל און כ'טוה עס אן. פשיהא כ'האב אויסעקוקט ממש ווי א חתן בחור מיטן בליטשקעדיגן ציצית... ס'איז ערב שבת כ'גיי אריין אין קאך און כ'פאנג אן מסדר צו זיין די מאכלי שבת. דא האב איך געזעהן דעם בראך, יעדע ריר וואס כ'האב מיר געגעבן איז מיינע פרינדזשעס סטאק געווארן אין די הענטלעך פון מיינע אונטערשטע קעבינעטס. נאך חדשים פון שווערע טערעפי אויפצוהייבן טעפ און טון די ווירטשאפט אין קאך פון דערווייטענס מיט א זרוע נטויה (א אויסגעשטרעקטע ארעם) איז מיין שיינע ציצית פארוואנדעלט געווארן אין א ביב.

איז געקומען מיין חשובע אשת חבר און עס נעכטן נאכט אויסגעוואשן מיט אלע מינע זייפן. ארויסקומענדיג פון וואש מעשין איז די גאנצע הויז נתמלא געווארן מיט א ריח... איי יי יי גאט זאל באהיטן. זעהט אויס אז זיי מאכן עס פון די זעלבע סחורה וואס מ'מאכט א טלית גדול.

צ/ק

דעי אלע וואס גייען מיט דעי פרינדזשעס ציצית, וויזוי גייען זיי אדורך דעם טאג אן דעם וואס מ'ווערט סטאק ווען מ'גייט אדורך 12 אינטשעס נעבן א זאך וואס שטעקט זיך ארויס???
לי יהא אז זיי וואטשן טאקע יעדע ריר ווי מ'גייט, לוינט זיך טאקע צו האבן דעי שיינע ציצית מיטן פרעשער אויף יעדע רגע???
נעקסט. יעדעס מאל שיקט מען עס צו די קלינערס (וואס קאסט כמעט די זעלבע פון קויפן א נייע ציצית אן די פרינדזשעס) אדער מ'ספענד נאכאמאל פאר דעי צודרייטע זאך, אדער מ'וואשט עס גאר אויס און מ'לאזט יעדעס מאל אנשטינקן די האלבע הויז?
לעצט פאראכטן דורך nmi אום פרייטאג ינואר 31, 2020 9:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

Haklal
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג ינואר 31, 2020 8:44 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ס'איז מסתם דער זעלבער וואס האטעס אויסגעלערנט פאר מיין מאמע... זוי שפעקעלירעך

הוא מותיב והוא מפרק?

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו
פארבינד זיך:

תגובהדורך הודו להשם » זונטאג פאברואר 02, 2020 10:39 am

צ/ק
פארוואס עס פּאַפּט נישט אויף פון די היץ.
--
1213.jpg
1213.jpg (163.08 KiB) געזעהן 365 מאל
לעצט פאראכטן דורך הודו להשם אום זונטאג פאברואר 02, 2020 2:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג פאברואר 02, 2020 1:20 pm

@נמי, נאר די ערשטע מאל שמעקט עס שטארק, נאכדעם שמעקט עס מילד,

..... ביי די אלע סארטן ארבעט וואס די האסט אויסגערעכנט, (כ׳געדענק שוינישט) שליידערט מען ארויף ס׳ציצית אויף די פלייצע, אויב פאלט דאס צופיל אראפ, דאן קויף דיר א סייז גרעסער
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 02, 2020 1:22 pm

און אויב גייט ער מיט א וועסטל?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג פאברואר 02, 2020 3:08 pm

צ/ק

פארוואס זעה איך אפאר מאל אין געוויסע גליונות "השבת אבידה" אז איינר האט געטראפן (למשל) א רעכטע קינדער שיך "א יאר צוריק"????
וואס האסטו געטון דערמיט די לעצטע יאר???
וואס האסטון זיך יעצט דערמאנט???
דו מיינסט דער בעל האבידה געדענקט נאך??? זוכט עס נאך????

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג פאברואר 02, 2020 3:15 pm

nmi האט געשריבן:1) כידוע ווען א טלית ווערט נאס באקומט עס זייער א שווערע גרוך.


איך האב איינמאל געמאכט דעם טעות אין געקויפט די פאם פאם ציצית, בל"נ ס'לעצטע אויך... ס'איז אומפראקטיש צוליב עטליכע סיבות
איינע פון זיי דאס וואס די האסט געשריבן, אנאנדערע סיבה, צוליב נאך איינמאל וואשן איז עס מער נישט די שיין ווי בעפאר

אבער לגבי וואשן האב איך נישט געזען קיין חילוק אין ריח צווישן דאס אין פשוטע ציצית, כ'גלייב אז ס'איז די זעלבע קאווליטעט ביידע
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 03, 2020 8:43 am

צ"ק:
פארוואס לאזט ער אלעמאל אויס "ותלמידיהם"?
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5501
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך פאברואר 05, 2020 11:04 pm

נכלל אין תלמידי תלמידיהון
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:07 pm

זיי שעמען זיך נישט צו ווייזן וואס פאר א נייגעריגע קאטשקעס זיי זענען??

כאטש איך פלאץ אויך אסאך מאל פאר נייגער, וועל איך אבער קיינמאל נישט וועלן אז יענער זאל וויסן דערפון, בפרט אז מ'רעדט קלאר פון זיך אריין שטעקן די נאז ביי יענעם.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 5:45 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:זיי שעמען זיך נישט צו ווייזן וואס פאר א נייגעריגע קאטשקעס זיי זענען??

כאטש איך פלאץ אויך אסאך מאל פאר נייגער, וועל איך אבער קיינמאל נישט וועלן אז יענער זאל וויסן דערפון, בפרט אז מ'רעדט קלאר פון זיך אריין שטעקן די נאז ביי יענעם.

אהה, די ביסט דער וואס גיבט אייביג צו שפירן ווי די ווילסט עפעס פרעגן נאר ס'פאסט דיך נישט???

פון היינט און ווייטער בל"נ גיי איך דיר אפילו נישט פרעגן צו די ווילסט עפעס וויסן
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ליבלעך און 15 געסט