בלאט 1 פון 1
אפשר זאלן פאליטישאנס אויך לולב שאקלען?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:02 pm
דורך פ' לך לך
זיי זיצן שוין אין סוכה, צינדן שוין מנורה, עסן המן טאשן, באקן מצות, אפשר איז שוין צייט אויך זיי מכבד זיין מיט שאר מצות התורה? לייגן טלית ותפילין, שאקלן לולב, בלאזן שופר, שלאגן כפרות, וכו'
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:08 pm
דורך גבריאל
וועגן לייגן טלית ותפילין נעמען שוין קעיר די חבד'ניקעס, שופר זעהן זיי יוצא בא די איזרעילי ראליס, שלאגען כפרות טוהן זיי מיט אונז, סא בעיסיקלי ביסט גערעכט נאר נאך שאקלען לולב פעלט נאך אויס
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:12 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד
העטציך אנהויבן, דערי אדער קאליפארניע, יאנעווע אדער מאראקא, און בכלל וואס ווייסט דער גוי צו זאגן וועגן א בלאט פלעקל אונטער'ן גרויסן לאמפ?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:13 pm
דורך מיסטעריעז
ר' איד, עס איז פאר פסח יעצט, ביטע באטריגט מיר נישט יעצט מיט דאגות פון סוכות.
א דאנק
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:16 pm
דורך יאנקעלע קליגער
מיסטעריעז האט געשריבן:ר' איד, עס איז פאר פסח יעצט, ביטע באטריגט מיר נישט יעצט מיט דאגות פון סוכות.
א דאנק
זיי האבען דאך א טייט סקעדשועל די פאלטישאנס....
און אויב ווילסטע עפעס ערלעדיגען וועגן סוכות דארף מען זיך שוין נעמען טון עפעס דערוועגן....?!
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 3:31 pm
דורך חיימ'ל
ווי קענען זיי שעפן מארגן מים שלנו? (אביסל וויכטיג, שקועח).