וואס ליגט אונטער דיין אומשולדיגן נאמען ?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 9:33 pm
ס'אזוי, איך בין ניי דא אין די ניי וועלט כ'מיין איי-וועלט, כ'ווייס נישט פארוואס איך לאז מיך שוין הערן, אבער ס'מיר געווען אונטערעסאנט, דא אויף אייוועלט רופט זיך דער עולם מער ווייניגער מיט זעלכע מאדנע נעמען אזוי אז איך האב מיר אויך וועגן דעם צע'פלאטשקעט מיט אזזא נאמען, אזוי געשטויגן און געפלויגן און געפלאטשקעט, וואס איך קלער נאר א גאנצע צייט אייך צו פרעגן אייער מיינונג "וואס ליגט אלס אונטער די נאמען" ?
כ'וועל מסביר זיין מיין שאלה, כ'גלייב טייל עולם גיט זיך נעמען מיט עפעס א ראשי תיבות, סופי תיבות, חילופי תיבות, גימטריא, וכו' וכו' וכו' ריכטיג! אבער א 'גרעסערע העלפט' מיין איך האבן געטון ווי איך, אז ווען מ'האט מיר פארלאנגט א ניק און כ'האב נישט געוואלט אנדייטן מיין עכטע נאמען - פייוויש, האב איך געגעבן א שפאנציר מיט'ן מח ביז ווען כ'האב אריינגעפלאטשקעט אין די ערשטע ... ס'פלאטשששקע .. און ... ויקרא שמו פלאטשקע
יעצט וואס האט מיך געמאכט אינטערסאנט די נושא איז, ווייל נאך דעם וואס כ'האב מיר געגעבן דעם נאמען, במשך די טעג האלט מיר און איין אויפקומען און אויפבליצן וואס איך האב צו טון מיט פלאטשקע (אינקלאדינג ר"ת גימטריא וכדו' - יא ווי למשל די "פ" פון פלאטשקע זאל ווען מיינען פייוויש וכדו' - ... אוי באלד פאר-רעד איך מער שוין) אזוי ווייט אז איך קען נישט טרעפן מער א צוגעפאסטע ניק צו מיין מהות און מיין נאמען און די גאנצע ארום ווי ..... צצצ פפללאאטטששקקעע ... ווייל דאס בין איך און אזוי שפיר איך זיך
"צצצעעעפפלא טטטשקעטט טטטט ...
(והאמת אגיד: איין געדאנק האב איך יא געהאט מעיקרא פאר'ן זיך רופן ווייל היות ב"ה די קאמפיוטער וואס איך נוץ ביי די ארבעט מער ווייניגער - שרייב ארבעט - האט נישט קיין שום קאנענקשאן ווי מ'זאגט א פשוטער טייפרייטער פון אמאל סא ווען איך דארף שיקן אמאל א אי-מעיל גיי איך אריבער צו געצל'ן כ'מיין וואט-עווער מיין חבר נישט קיין חילוק זיין נאמען, דענסמאל קען אויך אריינפלאטשקענען אינ'ם איי-וועלט פאר א וויילע, א פלאטשקע אריין, א פלאטשקע ארויס, שוין במילא ... יא)
יעצט וויל איך פרעגן: איז דא נאך פון אייך וואס האבן דאס באמערקט ביי זייער נאמען, ?????????
אינטערעסאנט. ... (ווי געזאגט איך ווייס נישט ווען איך גיי נעקסט אריינ-פלאטשקענען דא אבער איך קוק ארויס אויף אייער תגובה )