הע... אויך מער א פרומער...

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

הע... אויך מער א פרומער...

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 3:57 pm

נטע, דער שמש פון אונזער שולעכל, איי איז ער בעטאמטער אינגערמאן. א אינגערמאן מלא נחת וחן, פול מיט ענערגיע און לוסט, און איבער אלעם איז ער דאך דער געטרייער שמשל מיינער, כ'מיין נישט דוקא מיין שמשל, כ'מיין צו זאגן דער שמשל פון מיין שול. נטע-שמש, ווי מ'רופט אים, הערט זיך טאקע אן ווי דער יחצאל פון שול וואס אלע קינדער לויפן אים נאך און ערלויבן א וויצל צו געבן אויף זיין חשבון, אבער ס'ווייט נישט אזוי. ער שטעלט טאקע אזא שמש'דיגע תאמעוואטישער אנשטעל, אבער ווער עס באטראכט נאר אמאל זיין גאנצער הלוך ילך, וויאזוי ער באהאנדעלט מענדל דעם ראש הקהל צי דעם נערוועזן זאנוועל, וועט שוין איינמאל זאגן אז דער נטע איז נישט סתם אזוי עפעס אזא שלאק שמשל...

דער נערוועזער זאנוועל, פון אונזער שולעכל, האט שוין אזוי א מנהג אויסצופרובירן נטע'ן טאג-טעגליך. אז ער קומט ארויס פון דער מקוה האט ער אלץ עפעס טענות ומענות; היינט איז דער מקוה צו הייס, נעכטן צו קאלט; מארגן איז ער שמוציג, און אייער נעכטן איז געווען צופיל בליטש אין בור; אלץ האט ער עפעס צו זאגן, דער זאנוועל. ביי נטע'ן איז דאס שוין אזוי ווי אריין אין טעגליכן סדר היום, אז יעדן טאג ארום-צען-צו-זעקסע פארטאגס איז זיין אויפגאבע צו שפענדן א צען מינוט און אויסהערן זאנוועל'ן. דער זאנוועל, וואס זאל איך אייך זאגן? דער איז עפעס געבוירן א קריטיקירער. קיינמאל איז ער נישט צופרידן. ר' מרדכי דער מלמד פלעגט זיך אויף אזוינע ווי אונזער זאנוועל אויסדריקן: "ער קריטיקירט אויף גראדע ווענט", אמער א וואנט קומט דאך געבויט קרום און אפי' דערויף האט ער אויך קריטיק. אן אנדערער רבי, כ'מיין אז ר' משה האט ער געהייסן, ער, דער ר' משה, פלעגט זיך גאר אויסדריקן אויף זויניגע, אז ער זוכט זיך קריטיק פון אונטער דער ערד. גראדע א דריטער מלמד מיינער, ר' אפרים, פלעגט זיך פון אזוינע כלל נישט וויסנדיג מאכן, ער פלעגט זיי לאזן רעדן צום לאמפ. ס'הייסט ווען ער פלעגט אנטרעפן די פגעי רע'ניקעס, פלעגן זיך אים אינסטינקט הייבן די אלטע גרויע אויגן-ברעמען דעקלעך, און אזוי מיטן קאפ אויף ארויף צום לאמפ האט ער געלאזט די פגעי רע'ניקעס אויסרעדן ביז אויס...

און אז מ'רעדט שוין פון דעם ר' אפרים, הוי איז ער געווען א מלמד מיט שיגאנען... ס'לאזט זיך גארנישט גלייבן וויאזוי ס'קען אריין גיין אין אזא קליינער גוף אזוי פול שיגאנען. אזוי זיצנדיג דא אויף מיין סאפע, צוגעשמידט צום קאמפיוטער און קלאפנדיג אטא די דאזיגע שורות איבער דעם ר' פרויעמ'ען, ליגט מיר אויסגעגאסן א שמייכל מפיאה לפיאה (ניין, איך בין נאך נישט דערווייל פון די בעסערע באלעבאטעם, וועלכע שלעפן אראפ די פיאות ביי גאל ישראל), ווייל אז מיין מח האט מיר צוריק געטראגן צו א צירקע יארן אויף צוריק, דארט צו ר' פרויעמע'ן אין דער כתה, קומט מיר דאס שמייכל ארויף זיך דערמאנענדיג פון דעם מאדנעם מלמד מיט זיינע אייגנארטיגע מעשיגאסן. כ'דענק, ס'געווען פרשת בראשית, דאס ערשטע וואך אין ניי-יאר, ענדליך דער מנהל האט אונז שוין אריבערגעפירט צום קלאס-רום פונעם נייעם מלמד, און מיר קינדער זענען שוין געזעצן אזוי אומגעדולדיג, ווארטנדיג געשפאנט אז דער נייער רבי זאל זיך שוין באווייזן, און ענדליך, ויבוא, דאס טיר עפנט זיך און ר' פרויעם שפאצירט אריין מיטן גאנצן ערנסקייט, ווען א בליי ליגט פארשטעקט תחת אזנו. אלעמאל האט ער זיך געשלעפט מיט א בליי תחת אזנו (א חוץ שבת קודש - כ'גלויב אז מחמת די הלכה פון ולא יצא הלבלר... איך ווייס נישט, כ'אב אים קיינמאל נישט געפרעגט, כ'טראכט נאר אזוי). א מאדנער מלמד, אזוינס, האט איר שוין געזען היינטיגע צייטן א מענטש מיט א בליי אונטער די אויערן? אלע קינדער האבן אויסגעבראכן אין געלעכטער פון דעם מאדנער ערשינונג. ר' אפרים האט זיך נישט פארלוירן, ער האט באלד געכאפט פארוואס מ'לאכט, און רופט זיך אן: יא קינדער'לעך טייערע, דאס בליי האט א מעקער אויף דער אנדערער זייט פונעם שפיץ, און אפי' אויב א יונגעל קריגט א אל"ף ביים פארהער, קען מען דאס נאך אלץ פארמעקן די אנדערע וואך ביים פארהער און אים געבן אן אל"ף-אל"ף, פארשטייט זיך נאר אויב ער וועט קענען ביים פארהער. א צווייט מעשיגאס האט דער ר' פרויעם געהאט, אז יעדן מאל ווען א יונגל פלעגט'ן ברענגען ראש חודש געלט, צי חנוכה געלט, צי סתם אזוי א פארקלעבט קאנווערט, פלעגט ער דאס עפענען אזוי בפני כל עם וחיידער, און אז ס'געווען דערין א צוואנציגער אויף לא-יחרץ געלט פלעגט ער פרעגן: זאג נאר, דער טאטע דיינער דארף נישט קיין רעשטע? ס'וואלט גענוג געווען א צענער אויך. מאכט זיך אמאל א מעשה, אז טאטע האט אים געפרעגט פשט אויף זיין מאדנער אויפפירונג, האט ער אים געענטפערט, חכם איינער, האט איך דען שוין געהאט אמאל א דורכפאל? ס'נאר, אזוי ווי מ'זאגט, א ווערטל... אויך מיר א ווערטל. כ'וואלט עס גיכער בעצייכנט ווי עפעס א מין נארישער-שגעון ווי איידער א ווערטל. און אזוי קען מען זיצן און קלאפן טעג און וואכן פון דעם ר' פרויעמס מעשיגאסן.

עחלקע פנים, דאס איז דאך נאר געווען אזוי באגב, וועל איך צוריק קומען צום ענין. איז האלט מיר דאך אינמיטן מיט דעם זאנוולען. פארפאלן אזוי גייט עס דאך ביי אונז יודעלעך, מ'הייבט אן צו רעדן פון זאנוועל'ס נערוועזקייט און מ'קריכט אן צו ר' פרויעמס שיגעונות. באמת, דער פראבלעם איז דאך שוין אן אור-אלטער אנגעווייטאגטער פראבלעם, נאך פון סישלח'ס צייטן, און ווי ס'קוקט מיר אויס, לעת עתה, וועט דאס שוין אנהאלטן אזוי ביז משיח'ס טאג, איז וואס האב איך מיך צו ערגערן דערויף? כ'לאז עס שוין אזוי לויפן מיט א תפילה לעני אז והוא רחום יכפר על העון, און צוריק צום ענין...

איז וואו האלט איך? יא, מיט דעם זאנוולען. דער איז דאך א קריטיקירער איינס אין דער וועלט. אלעמאל האט ער עפעס צו זאגן פאר נטע-שמש'ן. איך וואלט דעם זאנוולען בא'טיטולט אלס א באל-מחדש נפלא אין קריטיק. נטע גראדע, ניצט נישט די עצה פון ר' פרויעמן, כלומר, ער קוקט נישט צום לאמפ בעת זאנוועל גיבט אים אפ זיין טעגליכער קריטיק, ניין! נטע נייגט יעדן טאג צו א פריש אויער צו זאנוועלס קריטיק, א שטייגער ווי כאילו סהיינט דאס ערשטע מאל וואס זאנוועל קריטיקירט אים.

מאכט זיך אמאל אין א היציגן פרייטיג נאכמיטאג, א שעה צום זמן, וואס נטע פארשטייט זיך איז דאן פארנומען ביז איבערן קאפ, דאס געפילדער אין שמש שטיבל איז אויפן העכסטן וואס נאר שייך, דער פארקער איז גרויס; יענקל דארף א וויין לכבוד שבת, און דוקא זוכט ער היצט נישט די פשוטע וויינען, אזוי ווי סאטערן און דאס גלייכן, נאר פאר היינטיגן שבת דארף ער לכבוד די אורחים בדייקא דעם הערצאג וויין; כאצקעל וויל זיך פונקט אפגאלן די האר לכבוד דעם היינטיגן שבת, אפי' ס'נישט פר' והתגלח מיטן גרויסן גימ"ל; און דא פון דער צווייטער זייט דארף בעריש שיינע פרישע שמעקוועדיגע רויטע-שושנים-בלומען פאר זיין בני בית אלס זכר צו שושן הבירה; פון דער דריטער זייט שטייט הערשל מיט זיינע זיבן בנים אויסגעשורה'ט נאך קאפלעך; און פארשטייט זיך אז שייע, וועלכער איז נאר וואס ארויס פון שוויץ, מוז פונקט אין די מינוט פונקטליך וויסן ווער אלס סמאכט א זכר. נטע איז טעטיג, פלייסיג, ער רוט נישט קיין מינוט, ער שטייט ווי א סאלדאט גרייט צו יענקלס, כאצקעלס, בעריש'נס, הערשלס און שייעס פארלאנגען. ער שטייט מיט זיינע גרויסע, ברייטע, פיר-און-צוואנציגער ארבע כנפות'לעך אריבער געשמוצט אויף צו אונטן, און מיט ארויפגעשארצטע ארבעל האלט ער אין איין האנט דעם שער מאשינקל וועלכע גלאחט און גאטלט כאצקעל'ס קאפ-מח און די הארלעך פאלן אזוי שיין אריין אחת-לאחת'די אינעם גרויסן שטרוי-זאק וועלכער הענגט אויף כאצקלס שויס, בעת ווען מיט דער צווייטער האנט צייגט ער יענקלען וואו די הערצאג וויינען זענען פלאצירט, און מיטן זעלבן אטעם טוט ער שמעק צו בערישנ'ס שושנים צי ס'שמעקט טאקע פיין און פריש, און בופסס... זאנוועל איז אויך דא...

זאנוועל הייבט אן מיט זיינע מעשה'ס, כנהוג, דאס איז נישט גוט יענץ איז נישט גוט, דארט טויג נישט דא טויג נישט, אהער אהין, בקיצור גארנישט איז נישט גוט. נטע געט א שטעל אפ דאס גאנצע געפילדער, און מיט גרויס געדולדיקייט נייגט ער אן אויער צו זאנוועל'ס געפלעפלאכצער, א ווי כאילו ס'איז מיטוואך-צען-צו-זעקסע פארטאגס.

נטע'ן קען איך שוין פון לאנג, ער איז גראדע פון די פרומע סארט אינגעלייטלעך וועלכע זענען מקפיד צו עסן בלויז היימיש און טרינקען בלויז אייגן געקוועטשע טרויבן-זאפט. נטע טראגט אויך מיט זיך אין טלית זעקל אלעמאל 'צבע שחור', ווייל אויב חלילה וחס וועט זיך אים אמאל פארדאכטן אז דער שפיץ פון זיין רבינו תמ'ס רצועה איז שוין אזוי געליכלעכ'דיג, זאל ער באלד האבן גערייט טינט דאס צוריק צו פארשווארצן. דאס זעלביגע איז ער שטארק מקפיד צו טראגן דעם גרעסטן שיעור ציצית וואס נאר פארהאן, און ווער רעדט נאך אז ער איז פון די סארט זיידענע אינגעלייטלעך וועלכע טראגן אויף זיך בלויז די ברייט-ארבלדיגע פידזשאמעס כתונת'לעך, בכדי נישט נכשל צו ווערן אין מאדערענע מאנדזשעטן. נטע איז אויך פון די סארט פרומאקעס וועלכע זענען מקפיד צו דאווענען פונקט ווי מענדל דער קארגער ראש הקהל ציילט זיינע גרייצעס, ער וויל נישט חס ושלום נכשל ווערן אין זאגן "בלטרולך שאטמאער ואטיאע עוילעאם", צי ח"ו "אטס יאטשאער מויש-ופנויי יהשרול אאס עאשהיראה עאזויס", ניין, ער איז פון די וואס זאגן קלאר און שטייט'לעך יעדעס ווארט, אקוראשט ווי דער סידור הייסט'ן. טא, אויב אזוי וואלט איך ערווארטעט פון אימ'ן ער זאל זיין פון דיזע וועלכע זענען מלא וגדוש על כל גידותיהם מיט פיל רשעות און ווייניג מצות... און דא גאר, אזוי באטראכטנדיג זיין הלוך ילך, בין איך אינגאנצן אנטוישט פון אים...

הע, אויך מער א פרומער...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 5:43 pm

הע, אויך מיר א שרייבער...

טעות סופר, וצ"ל: הלוואי מער אזעלכע שרייבער!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 5:44 pm

וואסידאוואס? וואו איז דער עולם, וואסי פשט, אז זארעכ שרייבט א לאנגס און א ברייטס, ס'ליגט שוין דא, באלד צוויי שעה, און קיינער האט זיך נאכנישט גענומען די מיה, אביסל צו באוואסערן דא? וואס גייט דא פאר? די קרעטשמע האט באנקראטירט? איך בין מוחה בכל לשון לחישותא מיט אלע מיני מחילה, כ'מיין מחאה, כ'וואלט אזאנס זיך נישט געקענט פארשטעלן, אז מ'זאל דאס טוהן, בכלל, און צו זארעכ'ן בפרט, ובזה יצאתי וכו'.

זארעכ, א מעסטער פיעס, ביוריפעל, שכוח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 7:02 pm

איך האב צוויי טענות צו דיר זארעך;

1. אויב שוין פארדרייען די יוצרות און ארויסנעמען אן אשכול פון "היימישע קרעטשמע" און עס לייגן ערגעץ אנדערש, וואלסטו עס געברויכט גלייך אריינשטעלן אינעם "סמעטענע" פארום!

2. פארוואס לאזטו אונז מיטן אטעם אינמיטן? שרייב כאטש "פארזעצונג קומט אי"ה". (איך גלייב אז עס איז דא נאך פיל צו שרייבן איבער נטע שמש אדער זאנוועל נערוועזער און אפרים בלייער)

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דינסטאג אוגוסט 28, 2007 8:56 pm

אזא געפעפערטע ארטיקל, אז ס'גייט א זארעכ דערפון. אוי, איז דאס א גוטס.

איינער האט דאנק ווערטער צו אויסבארגן? פילייכט איז נישט דא אזוינס, ווייל אויב יא וואלט דאך דאס שוין דא געליגן אויף הענגל. אלזא, זארעכ, תחזקנה ידיכם על קיבארדייכם, ותן למרגליותיך לצוץ מביני אשכולתא חריפתא דילך.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 3:12 am

תן לזרח ויזרח עוד!

גוט גוגט גוט איז נישט דאס ווארט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 9:37 am

זארעכ דער שרייבער'ל. זארעכ דרייט זיך ארום אין דער קרעטשמע'לע מיטן גרעסטן מאס רואיגקייט אויסגעגאסן אויף זיין ווירטואלן געזיכט, און הערט אויס יעדנס ווערטלאך ווי עס וואלט געווען ר' חיים מענדל אליינס, און דערנאך באגיסט ער דעם יעניגן מיט רייכע קאמפלימענטארן א-ווי קילי יענער איז דער איינציגער גוט-זאגער אין דארף, און אי לאו האי ווערטל העט זארעכ ווען קיין שמייכל נישט געקענט זיך אויפברענגען היינט אויף די לעפצן. זארעכ דרייט זיך ארום ווי ער וואלט געוועזן א גארנישט-זאגער, א מענטש אן קיין טעם ומתיקות, זאגאר ער ברויך אנקומען צו יענעמ'ענס א ווערטל א שמייכל צו טאן. אויף אזא איינעם האט מעכיל דער מלמד געזאגט 'ער קאמפלימענטירט אויף קרומע ווענט', אמער אפילו עס איז קרום זאגט ער אז ס'איז הערליך. ווידעראום ר' שמילטשיק דער בעטלער פלעג זאגן אויף אזא איינעם 'ער גיבט אפילו ווען ס'איז נישטא פארוועם'. און ווייטער די מומע סאסיא זאגט אויף אזא איינעם 'ער קאמפלימענטירט די זאלציגע ניס בשעת ער שלונגט די אויסערגעווענליכע אויסגעבאקענע אווערנייט קוגעל וועלכע ער האט אליין פארקנאטן'.

זארעכ קען איך שוין פון לאנג, ער איז פון די יעניגע סארט וועלכע ווייסן וויאזוי צו שרייבן אן א גרייז. זארעכ איז פון די וואס וועלן זיכער מאכן אז איטליכע תגובה זיינע זאל האבן א גוטן תוכן. ער דער זארעכ ווייסט וויאזוי אראפצולייגן א לאנגן ארטיקל אזוי געשמירט ווי א קליינטשיגע תגובה, און א קליינטשיגע תגובה אזוי געשמאק ווי א לענגערע ארטיקל. דער זארעכ אונזערער ווייסט וויאזוי אריינצופלעכטן הומאר מיט ערנסקייט און איין קוגל צו פארמען א גוטן שרייבערישן זאפטיגן ארטיקל. כלומר, דער זארעכ איז דאך א מעכטיגער שרייבער, העט ער דאך ווען נישט באדארפט זיך באפאסן מיטן ארומלויפן און קאמפלימענטירן איטליכן קרעטשמער....

הע, אויך מיר א שרייבער....

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 10:26 am

אלץ ווען איך ליין אפ אזא מעכטיג שטיקל, ווער איך דזשעלעס אויף זארעכ
פאר זיין טאלאנט אראפצולייגן א שכוח פאר יעדן לויט זיין ארטיקל.

דאס איז מיין נארישע זינלאזע שכוח פאר דיר טייערע זארעכ.
האסט מיך מהנה געווען

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 10:48 am

זארעך, יישר כח איי וואלט איך נישט געוואלט זיין מיט דיר אין איין צימער, דו האסט דאך יעדן איינעם וועם דו קענסט ארויס בעסער ווי ער קען זיך אליינס.

ביי דע וועי, מיין שמש האט עס געליינט און ער זאגט מיר אז עס מוז זיין אז דו דאווענסט ביינונז אין סמעדריש (איך בין קיינמאל נישט דארט מיטוואך צען צו זעקס) האב איך אים געזאגט אז ער זאל זיך נישט איינרעדן אז איינער האלט אז ער איז א פרומער.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 12:48 pm

יאנאש, דו האסט שוין אויך א שמש?

*

האט איר באמערקט אז יענטאאש איז מגיב פאר יעדן שרייבער לפי סטיילו?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוגוסט 29, 2007 3:53 pm

מאשקע, כאגעמערקט און נאך ווי געמערקט.

איז אזוי, זארעכ, איר הערט רבותי??? דער זארעכ האט עפעס א מאדנע זיכרון, ער ווען ער שרייבט וואקט איהם אריין די זכרון אימיטן שריפט, און עס צוגיסט זיך אזא זאלב פון אלטע זכרונות מיט גאר א גוטן ריח.

ס'ייסט אזוי, ער שטייט אזוי פאר'ן זמן און ווארט צו קויפן א קאפל אדער בונדלעך, און זאנוועל... איי וויי מיילע זאנוועל, אבער דער נטע. פארוואס טוט ער נישט דאס וואס רעב פרויקע מיט די שיגאנען פלעגט טאן??? אזוי שטייענדיג און טראכטענדיג פון רעב פרויקען (אייגענטליך פון רעב נאטען, און אויך גראדע נישט נאר גאר פון רעב זאנוועל'ן) הויבט אן קומען נאסטעלעגישע זכרונות גראד אריין אין קאפ, און פון קאפ באלד דורך דעם טינט האלטער, און פון דארט ביז מיין הארץ איז פאלג מיר א גאנג....

אוי זארעכל זארעכל, ווען דו הויבסט אן דערמאנען די זכרונות ווען מ'זעמיר געזעסן ביין רבין אין כיידער, איי אידאס געווען צייטן, ס'הארץ בענקט און וויינט, געוואלד, וואו נעמט מען אזעכע ערעב פרויקעס און ווער רעדט נאך פון די אנדערע מלמדים וואס דו האסט יעדערן אראפגעשטעלט במלוא הדרו, מיט גאנצן געשטעל אזש מ'קעמיר זיך פארשטיילן כאילו בעל השמועה עזר כנגדו...

זארעכ וואס שייך צו שרייבן איבער דיין ארטיקל? אז דו ביסט א גוטע שרייבער??? הע אויך מיר א קאמפלימענט, דו ביסט דאך דער רבי פון אלע שרייבערס. יעדער קרעטשמעריש ארטיקל וואס קומט ארויס פון סיי וועכען שרייבער דא (אויסער יענטאאש-קרעמער) איז דאך זארעכ/קרעטשמע-סטיל. איז וואס זאל איך זאגן????

איין זאך כ'בין שפראכלאז.... פארטיג, גענוג א גוטע קאמפלימענט????

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 3:51 pm

קום איך מיר אריין אזוי אין דער קרעטשמע האלב פארבלאטעט פונעם וועג, און אזוי שטייענדיג ביי דער טיר, בעת איך פארוויש מיר דעם אנצוג, בליק איך מיר מיט די אויגן אהין און אהער בכדי צו כאפן א בליק איבער די טישן וואו דער עולם איז דאס מערסטע פלאצירט, וועלכער טיש ס'ווירבלט און וואו ס'דא א געשמאק געזעמל מיט אינטערסאנטע פארברענגס, און אז כ'בין שוין אין דער בחינה פון 'כשלג ילבינו', אפגעקלאפט פון דער בלאטיגער חאזעריי, אפגעשטויבט דעם אנצונג און אלעס גלאנצט, גיב איך מיר אזא שאר צו צום פארברענג טישל און איך נייג באלד אן אויער צו די געשפרעכן. ווילט איר דאך אודאי וויסן וועלכער טישל ס'מיר דאס מערסטע אזוי געפאלן? וואו איך האב מיר אזוי שנעל פלאצירט? און צו וועלכער טעמע איך האב באלד גענייט מיין אויער? קיין פראבלעם! איך אייך מיטיילן דאס אויך.

נו, ווי פלעגט דער רבי זאגן? "א מענטש איז דאך נאר א מענטש". איך ווייס טאקע נישט פונקטליך וואספארא סארט מענטש כ'בין, אבער א מענטש מיט בלוט און פלייש בין איך דאך, און ווי דער טבע פון אט דער בריאה איז אז דאס ערשטע, פאר אלעם, איז: דער "זעך!" אלעס, אלעס, דרייט זיך ארום דער "זעך". "איך" און "זיך", און נאכאמאל "איך" און נאכאמאל "זיך". מיינט איר טאקע אז איך בין דער רבי ר' הערש? פיל פיל גערעסערע און העכערע פון מיר דארפן נאך אסאך, אסאך, הארעווען אנצוקומען צו דער מדריגה פון אוועקווארפן דעם "זעך". טא, מה נענה אנא? וואס איז שוין צו ערווארטן פון אן איינפאכן קרעטשמעריסט, וועלכער וואנדערט אזוי פון פעלד צו פעלד צו קלעקן אפאר גראשעס פאר דאס געזונדל.
נו, נאך עפעס שווער? ווייסט איר שוין צו וועלכעס טישל איך האב מיך אזוי צוגעריקט?...

איז זיץ איך מיר אזוי רואיג ביי דער טישל, און כ'האלט אזוי מיט די געשפרעכן ווי מאשקע שפאט; איך הער שרייט; קרעמער פרעגט; קרעזי איז מחזק; שוועמל פארלאנגט; יענטאאש עממ... עממ... כ'מיין ער שרייבט? עהה... נישט דאס... ער, ער, זאגט... עהה... דאס אויך נישט, אה, ער צאצקעצעך, און ווידעראום איזאק איז דזשעליס; יאנאש ציטערט; ואחרון אחרון חביב סאכדעס חביבי, וועלכע שטייט מיט א פלאש האניג און גיסט און גיסט אזש זיך צום באלעקן. ואני - און איך זיץ מיר אזוי רואיג און איך האלט דאס אלעס מיט...

מיטאמאל גיב איך זיך א שטעל אויף, און כ'רוף מיך אן אזוי אויפן קול, ווען מיין שטומע איז געוואנדן צו איך הערן:
וואס שרייסטו אזוי? ס'נישט געזונט. רואיג, רואיג, מיט געדולד. ווייסטו דען נישט וואס דער רבי ברענגט בשם דעם טאטן, וואס דער טאטע פלעגט נאכזאגן בשם זיין שווער, וואס ער האט אליין געהערט פון זיין רבי'ן, בשם דעם ששה סדרי משנה, אז: סוף הכבוד לבוא. ווייסטו דען דאס נישט? כאפ נישט, אייל נישט. נו, בזכות נטרונא זענען מיר געהאלפן געווארן... זעסטו דען נישט אליין מיט דיינע פליישיגע אויגן ווי דער פסוק איז מקויים געווארן במלוא חפניו...

פון איכהער'ן האב איך גענייט מיין שטומע צו קרעמער'ן און אים געזאגט:
בין איך דען דא דער (נטע) שמש וועלכער איז בעאויפטראגט צו פירן, טראגן, שלעפן און ברענגען די טישן ממקום למקום? גערעכט, את חטאי אני מזכיר, איך האב מעגליך נישט גוט פלאצירט דעם טיש אבער איינמאל איך האב אים דאהי פלאצירט בין איך שוין מער נישט דער באלעבאס דערויף. און יא, איבער די סג"ל חבורה פון ר' נטע ר' זאנוועל און ר' אפרים (בלייער?), ס'מעשה איז אזוי, און טאקע אזוי ווי דו זאגסט! כ'האב תחתי, באוצרותי, צו רעדן און רעדן איבער די טייערע אידעלעך, און ווי איך האב דאס טאקע בפירוש ארויסגעשריבן אז מ'קען זיצן און רעדן פון זיי טעג, וואכן און יארן. נו, אבער קען מען דען כסדר רעדן פון דעם זעלבן? מ'מודאך כסדר טוישן סובדזשעקס, א'נישט וועט דאך דאס ווערן בארינג... ועוד חזון.
און צום טעם אפיקומן וויל איך דיר איבעלאזן מיינע דאנק ווערטער פאר דיין יישר כח בכלל, און פאר דיינע הערות בפרט. דיינע קאמפלימענטארישע הערות זענען ווערט א מיליאן! ס'גיט אריין א גוט אן אויסטערלישן געשמאקן געפיל! איי א שאד מ'קען נישט אראפ שרייבן א פארגעניגן... איי וואלסטו זיך מחי' געווען זעענדיג מיין פארגעניגן פון דיינע ווערטער...

ויסעו מקרעמער ויחנו בקרעזי:
קרעזי, וואס טוסטו מיט מיר? שטעל דיך פאר איך זאל דיר ווען זאגן אויף דיינס אן ארטיקל, אזא קרעיזי ארטיקל אז איך ווער פשוט קרעיזי דערפון... שטעל דיך פאר, ס'וואלט דיר ווען געשמעקט? הא?
גראדע איז עס אמת. ווייל ווען איך ליין דיינס אן ארטיקל ווער איך מעשוגע קרעיזי (פון) [פאר] דיר, פון דיין שפראך, פון דיין סטיל, פון דיין ווערטער אוצר, און פון וואס נישט!. א שאד נאר אז דו מאכסט נאר אזוי זעלטן. א שאד, א שאד.
עניוועי א יישר כח פאר דיין ווערטער אויסגיסונג אויפן ארטיקל.

פון קרעיזי האב איך מיר דריי געטון צו שוועמלען:
פארשטייט זיך אז ערשט האב איך זיך באדאנקט פאר אים פאר די קאמפלימענט, דערנאך האב איך זיך אזוי צוריק געווערטל מיט אים, אז יא שוועמל, נתת לזרח ויזרח עוד... הפנים אזוי האף איך...

שוין, פארטיג מיט שוועמעלען אויך, איז ביי וועם האלט איך? ווער איז נעקסט? אהה, יענטאאש: יענטאאש, יענטאאש, וואס זאל איך דיר זאגן? וואס? וואס? אדרבה זאג דו מיר פאטר, לייג דו מיר אריין די ווערטער מויל. ווייסט וואס ס'פאלט מיר יעצט איין? א וואזשנע המצאה! עפן דיין בליץ-פאסט קעסטל, זוך אפיר מיין 'ענדליך' בריוול, און ליין דאס איבער...
און יא, פאר איך פארגעס. זאג נאר, מיינסט טאקע אז שעפ נישט נחת און פארגעניגן פון איטליכער ווערטל דא אין דער קרעטשמע, ביסט אויפן קאפ געפאלן?! זיי וויסן, אז ניין! ס'נישט אזוי ווי דו קלערסט!!!
אהה... דאס שווערסטע איז שוין דורך...

איזאק, איזאק, למה פניך רע? וואס ביסטו מיר דא אין דער קרעטשמע מיט אזא פנים זועפות? דעזשעליס, דא אין קרעטשמע? ס'דאך ממש ווי א טובל וחציצה על גופו! אזוינס? חלילה, זיי פרייליך!
מאכסטעך נאריש. כ'קען דיר איין זאך זאגן, אז די פאר ארטיקלעך וואס דו האסט שוין געשריבן זענען טאקע ווינציג אין צאל אבער פול אין געשמאק! טא ס'מאכסטעך נאריש, איינער האט מער צייט און איינער ווייניגער צייט, איינעם נעמט דאס לענגער און איינעם ווייניגער, אבער אחרי ככלות הכל, נאך אלעם ווען דו שרייבסט שוין יא עפעס קען איך דיר זאגן בפה מלא, אז דו קענסט זיך נאך עני טיים פארמעסטן מיט מיר.

צוביסלעך, צוביסלעך, די שורה ווערט ווייניגער און ווייניגער, מ'זעמער שוין כמעט פארטיג. יעצט האלט מיר ביי יאנאש'ן, ויאמר זרח ליאנאש:
כ'מיין, יאנאש, עפעטער אלל ביסטו דאך א שטיקל יודע ספר, ווייסטו דען נישט פונעם מאמר החכם החושד בגופו לוקה בכשרים? (קרעדיט: קרעמער, אלט-שטאט) מיינסט טאקע איך בין א גרויזאמער? (נישט דער ניק), וואס עפעס? ווייל איך שרייב אביסל איבער נטע'ן און זאנוועלען?
עניוועי, אזוי צי אזוי, איך האב הנאה און ס'האט מיר גוט געשמעקט זעענדיג אז דו האסט געליינט מיין ארטיקל, אזוי מראשית ועד לעיני כל ישראל, און ווער רעדט נאך פון דער הנאה וואס איך האב געהאט אז דו האסט דאס נאך געוואוזן פאר דיין שמש, ס'טייטש אז דו האסט אזוי הנאה געהאט דערפון אז דו האסט גאר געשפירט פאר וויכטיג דאס צו ווייזן פאר דיין שמש, זאל דיר דאס צו מצוה גערעכנט זיין די פארגעניגן וואס איך האב געהאט דערפון. יישר כח, יישר כח ויישר כח.

שוין דער טישל איז שוין ליידיג. בין איך מיר דא געבליבן עלענד אליין, בלויז מיט מיין באליבטער חבר סאכדעס.
סאכדעס, סאכדעס, מה אגיד? וואו הייב איך אן מיט דיר? צו וועלכע פון דיינע שורות זאל איך זיך ערשט באציען?
ווייסט דאך אודאי אז האניג בשעת מ'גיסט דאס איז שווער אפצושטעלן דעם פלייץ פונעם גיס, מ'מוז ערשט בייגן דעם פלאש אויף אלע זייטן הין-ן'-צוריק (קרעדיט: קרעמערס טעגליכער שיעור אין כף החיים) און הערשט דערנאך מוז מען מיט די פינגער אזוי שמיר טון דעם זוים פונעם פלאש, און אז מ'האט שוין אפגעלעקט דאס האניג פונעם פינגער הערשט דערנאך קען מען פארמאכן און אוועק שטעלן דאס פלאש.
זעצעך אויס אז דו האסט אפיר גענומען דעם טייערן האניג פענע און מיט דעם באגאסן דיין תגובה דא, און אז סרינט גיסט זיך...

וויאזוי ענדיגסטו נאר דארט?
יא, איין זאך כ'בין שפראכלאז און פארטיג...

אבער ניין, סאכדעס, וואס אן אמת גערעדט האט מיר דיין תגובה געגעבן א געזונטן שטופ און ס'האט מיר אריינגעגעבן א חשק זיך אראפצוזעצן שרייבן נאך אן ארטיקל, אן ענדליכס צו דעם, אבער, נו, ווייסטעך, נישט אלץ גייט ווי מ'וויל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 4:10 pm

ווען איך קום אריין אין קרעטשמע,
און איך זוך א גוטע טעמע,
געב איך באלד א קוק אויף די טישלעך,
אפשר וועלמיר האבן גוטע פישלעך.

שטיי איך דא אזוי אין די זייט,
די צייט זי גייט און גייט,
נישט דא קיין נארפישלעך,
אויף קיין איינע פון די טישלעך.

שטייען מיר און ווארטן אזוי לאנג,
און דאס הארץ עס טוט שוין באנג,
ווי לאנג וועט דאס נאך געדויערן,
מ'זאל זיך ערגעץ קענען הויערן.

אזוי זיצנדיג און ווארטענדיג א שעה נאך שעה,
זינגענדיג לידער אשירה לה' כי גאה גאה,
קומט צו גיין דער אלטער זארעככ...
און דעם טיר פון קרטשמע שלעפט ער זיך דורך.

א פרייד אין אלע וועלטן פארשפרייט זיך,
אלע הויבן אן טאנצן גיך,
אפילו דו וואס האבן נישט קיין שיך,
דארפן זיך נישט לערנען פון קיין בוך.

אלע טאנצן ביינעזאם מיט פרייד,
א רויעך פון אלע מיילער ס'גייעט,
מיט שפאנונג ווארט מען אויף די מינוט,
ווען פון זארעכ זאל מען זעהן אינעם אשכול די לעצטע ביד.

ווי מיט א כוואליע עפענען זי אלע אויף,
אלע נעמן זיך לייענען דערויף,
מ'לייענט מיט איין אטעם איינגעהאלטן,
און יעדע מינוט מיט א געלעכטער טוט די לופט זיך שפאלטן.

יא זארעכ זארעכ דו ביסט א יחיד אין דיינע ווערק,
אויף דעם זענען אלע מסכים אן שרעק,
דיינע ווערטער צושפרייטן זיך כמים קרים,
אויף די מידע ביינער און די הארץ מאכט עס ווארעם.

יישר כוח פאר דיין הערליכע ארטיקל די גראמען זענען געקומען ספאנטאניש.. אויף די ניגון וואס מיכאל זינגט דארט די מעשה מיט די יארצייט מיט רבין אנע ברכה, כדענק שוין נישט פונקטליך.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2007 10:28 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:אבער ניין, סאכדעס, וואס אן אמת גערעדט האט מיר דיין תגובה געגעבן א געזונטן שטופ און ס'האט מיר אריינגעגעבן א חשק זיך אראפצוזעצן שרייבן נאך אן ארטיקל, אן ענדליכס צו דעם, אבער, נו, ווייסטעך, נישט אלץ גייט ווי מ'וויל.


מיינסט אז ס'מוז זיין ענליך? דאס וואס דו האסט אזוי שיין צונומען דעם עולם, איז נאך עני טיים אינטערעסאנט, און אזוי שיין פארטייטשט (קרעדיט, קעניג ביי על נהרות בבל.) אלע תגובות, סאו וואס האט דער עולם יעצט צו טוהן? זיך נאכאמאל באדאנקען, און? דו וועסט צוריק שרייבן, און? וחוזר חלילה.

עניוועי, זייער שיין צולייגט אלע שכוחות, ביסט א מומחה דערין, כאטש איך האלט נאך אלץ אז כ'האב געדארפט שרייען, דאס איז דאך מיין דזשאב דא, כ'דארף מאכן זיכער, אז אלע שכוחות זאלן געגעבן ווערן פאר דעם וואס ס'קומט זיך, באט שכוח פארן מיך וועלן בארואיגן, כ'רעד שוין נישט פון דעם, וואס אין דיין זכות, האט דער שמש זיך צולאזט מיט אזאנע שיינע גראמען.
לעצט פאראכטן דורך איך_הער אום פרייטאג אוגוסט 31, 2007 3:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג אוגוסט 31, 2007 9:15 am

איך בין געווארן פארבליפט, שאקט, פארפרוירן, ערשטוינט,
פארוואונדערט, רויט, סורפרייזט, איבעראשט,

זארעך, איך קען מיך פארמעסטן מיט דיר ? דו ביסט אנגעטרינקען... ?
באט וואסא חילוק, דיין קאמפלימענט האט מיר גוט געשמעקט.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » פרייטאג אוגוסט 31, 2007 1:16 pm

הוי הוי .....וואס טוט מען?............. זארכ האט גענומען די מי, און אונז אפגעשריבן אזא לאנגס און און ברייטס.....און נישט איינמאל, נאר פעמים....

וואס טוט מען וואס זאגט מען אים?........אבער עפעס א גוטס.

נא זארכ....העלף מיר ארויס...געב מיר עפעס ווערטער.... ליי עס מיר אויס....איך וועל דיר דאס צירוקגעבן באלד נאכן נוצן....

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 6:14 pm

זארעך;

כאפסט טאקע נישט פארוואס איך האב געשריבן "ר' אפרים בלייער"?

ווען איינער גייט מיט א בליי אויפן אויער, זאגט מען דאס אין קורצן "בליי/ער"

בבחינת אידישאו...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 6:20 pm

א באזונדערן יישר כח ר' זארעך פארן אויפפרישן מיינע אלטע לאזונגען, עס איז גאנץ געשמאק זיך צו טרעפן אין דיינס א תגובה.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:30 pm

פאר ווער ס'אט נישט געכאפט. 1) ברוך שאמר והיה העולם, 2) אז ישיר משה ובני ישראל את השירה הזאת.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הודו לה' און 15 געסט