בלאט 1 פון 1
כ׳זיך איידיעס וואס צו בעטן פאר אפיקומן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 19, 2015 10:26 pm
דורך זיסע אינגל
יעדעס יאר ברעך איך מיך קאפ וואס מען קען בעטן, עפעס וואס איז נישט צו טייער און עפעס וואס איך קען הנאה האבן פון דעם.
עני איידיעס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 19, 2015 10:49 pm
דורך פלאחותיך
מיין ברידערל האט געבעטן א גאלדענע ציין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 19, 2015 10:50 pm
דורך יידישע קהילות
מיין זון באקומט א ספר "בנין שלמה"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 19, 2015 11:00 pm
דורך זיסע אינגל
פלאחותיך האט געשריבן:מיין ברידערל האט געבעטן א גאלדענע ציין
וואס אידאס א גאלדענע ציין?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 19, 2015 11:32 pm
דורך שמאטע
מיין אינגעל האט אנגעגרייט צו בעטען אזא "זאך"... וואס מ'לייגט אריין טשאקלעט פון אויבען. (יא?!...).
מ'פילט עס אינגאנצען אן. (יא?!...).
און נאכדעם שיסט עס קענדיס! ביז די דאך!....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 19, 2015 11:51 pm
דורך גערעכטער
שמאטע האט געשריבן:מיין אינגעל האט אנגעגרייט צו בעטען אזא "זאך"... וואס מ'לייגט אריין טשאקלעט פון אויבען. (יא?!...).
מ'פילט עס אינגאנצען אן. (יא?!...).
און נאכדעם שיסט עס קענדיס! ביז די דאך!....
ער ראט אינעם טאטן...
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 8:39 am
דורך חיים משה
זיסע אינגל האט געשריבן:יעדעס יאר ברעך איך מיך קאפ וואס מען קען בעטן, עפעס וואס איז נישט צו טייער און עפעס וואס איך קען הנאה האבן פון דעם.
עני איידיעס?
בעט דיין טאטע זאל דיר ארויפלייגן א פילטער אויף דיין פאון ודו"ק וד"ל ואכמ"ל
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 8:50 am
דורך זיסע אינגל
וואס מיינען די אלע ראשי תיבות?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 9:03 am
דורך א גראם מיט טעם
זיסע אינגל האט געשריבן:וואס מיינען די אלע ראשי תיבות?
ודו"ק וד"ל ואכמ"ל ו'ווען ד'ו ו'וועסט ק'ענען ו'ואס ד'ו ל'ערנסט ו'ועסטו א'ויך כ'אפען מ'יין ל'ענגווידזש
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 9:55 am
דורך גערעכטער
א גראם מיט טעם האט געשריבן:זיסע אינגל האט געשריבן:וואס מיינען די אלע ראשי תיבות?
ודו"ק וד"ל ואכמ"ל ו'ווען ד'ו ו'וועסט ק'ענען ו'ואס ד'ו ל'ערנסט ו'ועסטו א'ויך כ'אפען מ'יין ל'ענגווידזש
גראמי,

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 10:15 am
דורך אשמרה לפי מחסום
עפל דעוואלאופער טאמער האסטו נישט געהאט גענוג פורים געלט
viewtopic.php?p=1030883#p1030883
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 10:34 am
דורך א גראם מיט טעם
בעצם איז דאס א פראגע וואס אסאך זיסע יונגלעך -די צאן קדשים פרעגען
אין דעם הייליגען נאכט ווען אלע שערים זענען אפען, די כלבים די משחיתים זענען שטיל און וואגען נישט צו בילען, האבען מיר נעבעך נישט די דעת אויף וואס צו בעטען, ושאינו יודע לשאול, טאטע זיסע את פתח לו, עפען אונזערע הערצעלעך ,גיס אריין אמפערס מיט אמונה, מיר ווילען זיין ווי דער קליינע אברהם'לע וואס האט צובראכען זיין טאטע'ס געטשקעס. די היינטיגע הבלים וואס נעמען צו דעם קאפ פון תורה ויראת שמים מיר פרעגען דיר טאטע, וואס זאל איך בעטען אויף אפיקומן?
נ.ב.
אן הקדמה צו איינע פון די פסח פריאעקטען הנערכים לעת עתה על ידי המכון ויופיע לאור בקרוב בעזרת השם.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2015 9:30 pm
דורך משה'לע
א גראם מיט טעם האט געשריבן:זיסע אינגל האט געשריבן:וואס מיינען די אלע ראשי תיבות?
ודו"ק וד"ל ואכמ"ל ו'ווען ד'ו ו'וועסט ק'ענען ו'ואס ד'ו ל'ערנסט ו'ועסטו א'ויך כ'אפען מ'יין ל'ענגווידזש
האבן מיר שוין געלערנט עפעס אויך היינט, אין בית המדרש בלא חידוש.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 3:32 pm
דורך בעמבא
אמאל איז געווען שטארק פאפעלער צו בעטן א זיגל מיט די נאמען!
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 4:08 pm
דורך סמארט גאי
זיסע אינגל האט געשריבן:יעדעס יאר ברעך איך מיך קאפ וואס מען קען בעטן, עפעס וואס איז נישט צו טייער און עפעס וואס איך קען הנאה האבן פון דעם.
עני איידיעס?
וואס א חילוק וואס טאטי קויפט נישט ? א טוי באסעלע אדער א טריפ צו מקומות הקדושים ?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2015 10:39 pm
דורך זיסע אינגל
געבעטן א תהילים אויסגעקריצט מיין נאמען
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 7:39 am
דורך פלאחותיך
זיסע אינגל האט געשריבן:פלאחותיך האט געשריבן:מיין ברידערל האט געבעטן א גאלדענע ציין
וואס אידאס א גאלדענע ציין?
פשוטו כמשמעו, ער האט געטראכט פון א טייערע ווערטפולע זאך צו בעטן וואס וועט אים בלייבן אויף לאנג, נו גאלד איז טייער, אריינגעבויעטע ציין פארלירט זיך נישט
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 8:14 am
דורך שלך לחמך
מיין זין האט מיר געזאגט ביי אפיקומן, יישר כח אז איך דארף דיר נישט בעטן די זאלסט טוישן טעלעפאן...