בלאט 1 פון 1

בולעטין דילעמא אפטיילונג - ספעציעלע ביילאגע

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2015 9:38 pm
דורך ענדע צדיק!
לכבוד דעם דילעמא אפטיילונג.

שלום לכם, קודם א יישר כח פאר די וועכנטליכע אינטערסאנטע דילעמאס, עס קומט צוניץ, נישט איינמאל ווען איך האב זיך געטראפן אין אן ערנסטן דילעמא וואס וואלט געקענט ברענגען אנגעצויגנקייט, און ווען איינער האט דערמאנט 'שיק אריין צום דילעמא אפטיילונג' איז לייכטער געווארן אויפן הארצן.

לאמיר צוטרעטן צום פוינט. עס איז דא א פלאץ עס רופט זיך אייוועלט. אויף אייוועלט איז דא אסאך שרייבער, און עס ארבעט מיט א סיסטעם פון ראנגען. נאך 500 תגובות ווערט מען א שר חמש מאות וכן הלאה.

די מנהג המקום ביי אונז, אז ווען איינער וואס דערגרייכט א ראנג העכערונג באגריסט מען איהם איש איש כפי תגובותו. פאר יעדעם גיבט מען אפ זיין ערליך פארדינטע ש'כח, און קאמפלימענט.

איז דא דא א ניק וואס רופט זיך 'לכתחילה אריבער'.

און דא הייבט זיך אן די דילעמא (ובלכתך בדרך טעיפ קאמפאני לייגט אריין גרויס מיה און פלאג... פון דא און ווייטער איז די שרעקעדיגע טייל פון די מעשה מאכט זיכער אז עס איז געאייגנט פאר אייער קינד). וואס טוט מען ווען מען לויפט אויס פון ווערטער?

איך האף איר וועט מיר העלפן אין מיין דילעמא.

ענדע צדיק!

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2015 9:45 pm
דורך א גראם מיט טעם
האי דאמרי אינשי - "אין מילים"

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 9:36 pm
דורך צווייפעל
ערנסטע דילעמא, דער לכתחילה אריבער פארט פון איין ראנג צום צווייטן, קעירט בכלל נישט אויף די ווינטשערס פראבלעמען.

לאמיר זאגן אז יעצט האב איך נאך א ווינטש, וואס וועל איך ווינטשן אין א יאר ארום ווען דער וועט אראפקנאקן א שר שלשים ושבעה אלף?