בלאט 1 פון 2

הפצת תורת ויואל משה

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 11:44 am
דורך מיסטעריעז
איך האב אלץ געוויסט אז דער רבי ז"ל האט אונז געלערענט אז די מהלך צו פארשפרייטן דעם דעת תורה איז דורך זיצן אין ביהמ"ד און עס ארויסזאגן און פון זיך אליינס וועט עס געהערט ווערן, דאס ארומלויפן אין די גאסן און עס מפיץ זיין איז נישט די מהלך, עס זענען דא פון איהם תורות ווי ער טייטשט עס אריין (אבער איך געדענק נישט קיין מ"מ).

די קאווערס פון דער איד און דער בלאט לעצטע וואך זענען געווען ביזי מיט "הסברה קאמפיינען" אויפצוקלערן די "תמימי לב" וואס מען קען נאך אפראטעווען פון דעם הארבן איסור צו אפגעבן א שטימע ביי די בחירות האסורות.
אויף ציונית זעלבסט שרייבט דער רבי אז מען דארף פארשפרייטן דעם דעת תורה וואס ער לערענט אונז, אויף בחירות האב איך נישט געזעהן דערווייל אזא לשון פון רבי'ן.
דער רבי איז אליינס געפארן קיין א"י צו אויסשרייען דעם איסור פון שטימען ביי די בחירות, אבער ער האט דאס געטון ביי זיין ציבור, נישט ארומגעפארן לארכה ולרחבה פון א"י דאס צו טוהן.

מיין שאלה איז: איז דאס ארומלויפן און אויפהענגען אדער ארומשיקן קונטרסים/צעטלעך צו פארשפרייטן דעם רבין'ס פסק דער מהלך וואס דער רבי האט געוואלט און אונז געלערענט, אדער נישט?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 11:53 am
דורך להודיע
ווען דאס געלט פון די מטי ההסברה זאל טאקע גיין פאר דעם ציל איז דא מקום דן צו זיין, היינט אז סגייט פאר אידן חתונה צו מאכן איזעס זיכער א מצוה, שטיצן עניי ארץ ישראל איז עפעס א קלייניגקייט?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 12:30 pm
דורך יאנקעלע קליגער
;l;p- להודיע
מיסטריעז אן אריינגיין אין פרטים, אבער הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז יא געגאנגען פארשפרייטן זיין בנוגע בחירות, נישט מיט קיין פלאקאטען וכדו', אבער יא אויף אנדערע וועגן ואכמ"ל,

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 1:10 pm
דורך מיסטעריעז
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מיסטריעז אן אריינגיין אין פרטים, אבער הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז יא געגאנגען פארשפרייטן זיין בנוגע בחירות, נישט מיט קיין פלאקאטען וכדו', אבער יא אויף אנדערע וועגן ואכמ"ל,

וואו דען? :wink:
איר מיינט אודאי דאס ארומגיין צו די גדולים אין א"י, איא? איך זעה נישט קיין ראי' פון דעם.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 1:17 pm
דורך שפכי
ווי איך פארשטיי איז "סתם רבי" דא "רבינו הקדוש" (מסאטמאר) - בינעך גערעכט?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 1:18 pm
דורך יצחק דע באנקיר
להודיע האט געשריבן:ווען דאס געלט פון די מטי ההסברה זאל טאקע גיין פאר דעם ציל איז דא מקום דן צו זיין, היינט אז סגייט פאר אידן חתונה צו מאכן איזעס זיכער א מצוה, שטיצן עניי ארץ ישראל איז עפעס א קלייניגקייט?

אבי געזינט
אידן דרוקן אסאך ליטעראטור צו אפהאלטען אנדערע שומרי תורה פון נעמען א טייל אין די וואלען, עס קאסט אסאך געלט

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 1:53 pm
דורך יידישע קהילות
מיסטעריעז האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מיסטריעז אן אריינגיין אין פרטים, אבער הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז יא געגאנגען פארשפרייטן זיין בנוגע בחירות, נישט מיט קיין פלאקאטען וכדו', אבער יא אויף אנדערע וועגן ואכמ"ל,

וואו דען? :wink:
איר מיינט אודאי דאס ארומגיין צו די גדולים אין א"י, איא? איך זעה נישט קיין ראי' פון דעם.

לכאורה מיינסטו צו זאגן ווייל אויב די גדולים זענען זיך טועה אליינס, איז דא א מצוה זיי אויפצוווייזן און אויפקלערן, משא"כ ביים המון עם וועלכע פאלגט זייערע רבנים, ביי זיי איז דאס אויף דעם ערגסטן פאל א אונס, ווייל ער האט זיך געפירט ע"פ הוראת רבותיו.
מיינסטו דאס?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 1:58 pm
דורך להודיע
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:ווען דאס געלט פון די מטי ההסברה זאל טאקע גיין פאר דעם ציל איז דא מקום דן צו זיין, היינט אז סגייט פאר אידן חתונה צו מאכן איזעס זיכער א מצוה, שטיצן עניי ארץ ישראל איז עפעס א קלייניגקייט?

אבי געזינט
אידן דרוקן אסאך ליטעראטור צו אפהאלטען אנדערע שומרי תורה פון נעמען א טייל אין די וואלען, עס קאסט אסאך געלט


עני בילד פון סייוועלכע פעולה?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:02 pm
דורך מיסטעריעז
יידישע קהילות האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מיסטריעז אן אריינגיין אין פרטים, אבער הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז יא געגאנגען פארשפרייטן זיין בנוגע בחירות, נישט מיט קיין פלאקאטען וכדו', אבער יא אויף אנדערע וועגן ואכמ"ל,

וואו דען? :wink:
איר מיינט אודאי דאס ארומגיין צו די גדולים אין א"י, איא? איך זעה נישט קיין ראי' פון דעם.

לכאורה מיינסטו צו זאגן ווייל אויב די גדולים זענען זיך טועה אליינס, איז דא א מצוה זיי אויפצוווייזן און אויפקלערן, משא"כ ביים המון עם וועלכע פאלגט זייערע רבנים, ביי זיי איז דאס אויף דעם ערגסטן פאל א אונס, ווייל ער האט זיך געפירט ע"פ הוראת רבותיו.
מיינסטו דאס?

מען קען זאגן זייער אסאך זאכן:
עס איז געווען באמצע המערכה.
עס איז געווען פאר עומדים בראש, נישט פאר פרטיות'דיגע מענטשן.
עס איז געווען אין א"י, ער וואלט סייווי באזוכט (דעם בעלזער רב, לדוגמא) און בחירות איז גראדע געווען על הפרק און זיי זענען מחולק געווען.
ער איז געווען גאב"ד, און געוואלט האבן יעדעם אונטער די עדה.
און נאך אסאאאך זאכן וואס מען קען אלס מצדד זיין.

מיין שאלה איז צו דאס האט ער פארלאנגט אדער דאס איז א סטעפ ווייטער.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:03 pm
דורך מיסטעריעז
להודיע האט געשריבן:
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:ווען דאס געלט פון די מטי ההסברה זאל טאקע גיין פאר דעם ציל איז דא מקום דן צו זיין, היינט אז סגייט פאר אידן חתונה צו מאכן איזעס זיכער א מצוה, שטיצן עניי ארץ ישראל איז עפעס א קלייניגקייט?

אבי געזינט
אידן דרוקן אסאך ליטעראטור צו אפהאלטען אנדערע שומרי תורה פון נעמען א טייל אין די וואלען, עס קאסט אסאך געלט


עני בילד פון סייוועלכע פעולה?

פארוואס סתם פארפארן? איך רעד אז לדבריהם אז מען טוט יא, איז דאס א זאך וואס דער רבי האט פארלאנגט אדער נישט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:05 pm
דורך שמעלקא טויב
דער רבי שרייבט דאך קלאר איבער די גרויסע זאך פון צוריקהאלטן אפי' נאר איין איד פון גיין איז א גרויסע זאך, לכאו' מיינט דאס טוען פעולות אויך, פארשטייט זיך אויף א נארמאלע אופן.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:08 pm
דורך נא_שכל
להודיע האט געשריבן:
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:ווען דאס געלט פון די מטי ההסברה זאל טאקע גיין פאר דעם ציל איז דא מקום דן צו זיין, היינט אז סגייט פאר אידן חתונה צו מאכן איזעס זיכער א מצוה, שטיצן עניי ארץ ישראל איז עפעס א קלייניגקייט?

אבי געזינט
אידן דרוקן אסאך ליטעראטור צו אפהאלטען אנדערע שומרי תורה פון נעמען א טייל אין די וואלען, עס קאסט אסאך געלט


עני בילד פון סייוועלכע פעולה?


מען דארף זען ווער עס באצאלט די בילס פון דינגען דעם גרויסן זאל פאר ר' שמואל אויערבאך שליט"א...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:13 pm
דורך מיסטעריעז
שמעלקא טויב האט געשריבן:דער רבי שרייבט דאך קלאר איבער די גרויסע זאך פון צוריקהאלטן אפי' נאר איין איד פון גיין איז א גרויסע זאך, לכאו' מיינט דאס טוען פעולות אויך, פארשטייט זיך אויף א נארמאלע אופן.

דער רבי שרייבט אזאנס אויף צוריקהאלטן פון גיין בוחר זיין?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:14 pm
דורך שמעלקא טויב
מיסטעריעז האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:דער רבי שרייבט דאך קלאר איבער די גרויסע זאך פון צוריקהאלטן אפי' נאר איין איד פון גיין איז א גרויסע זאך, לכאו' מיינט דאס טוען פעולות אויך, פארשטייט זיך אויף א נארמאלע אופן.

דער רבי שרייבט אזאנס אויף צוריקהאלטן פון גיין בוחר זיין?


אויף די שיטה, איבערמאכן איין איד, אויפקלערן איין איד, איך געדענק נישט גענוי דעם לשון.

איר האט שוין געלערנט ויואל משה?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:21 pm
דורך מיסטעריעז
נו וודאי, אין הקדמה רעדט ער מסביר זיין א איד איבער די שיטה, איך זוך אויף בחירות זעחבסט

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:29 pm
דורך הורוויץ
כבוד הרב מיסטעריעז,דאכצעך אז עס פעלט אייך ידיעות אין היסטאריע (פונקטליך די זמנים ווען רביה"ק זי"ע איז געפארן באזוכן אין ארה"ק און זיין ציל, די פעולות יענע יארן בנוגע די בחירות אא"וו), ווי אויך האט איר נאכנישט געהעריג דורכגעלערנט דעם ספר הקדוש ויואל משה וואס אן דעם איז נישט שייך צו זיין א שואל כענין.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:38 pm
דורך להודיע
הקדמה לספר הק' ויואל משה:

ברור בלתי ספק שעדיין נמצאים בישראל תמימי דרך, שמקבלים תוכחה ונכנס בלבבם דבר אמת ומועיל להם דברים ברורים שמאירין עיניהם, ואף אמנם כי מעטים המה כבר כתבתי שאף אחד מישראל חשוב הוא מאוד להאיר עיניו ולהעמידו על האמת, והעיד הנסיון שנמצאים בישראל אנשים תמימי לב שבאים לידי הבנה, וע"כ חוב עצום מאוד לברר האמת לעין כל וימצאו עוד לבבות בכותלי ביהמ"ד וגם בחוצות וברחובות שיהי' להם תועלת מזה.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:39 pm
דורך מיסטעריעז
להודיע, דער רבי רעדט פון בחירות??!! אדרבה ווייז מיר אויף מיין טעות

חוץ מזה שטייט דא נישט אז מען זאל טון אין הפצה, ער שרייבט נאר פארוואס מען דארף עס מברר זיין, אז עס זאל זיין מצוי צו טרעפן און זעהן

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 3:59 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד

פארוואס איז שייך אפילו אזא קשיא?

דער רבי זי"ע פסקנ'ט אז בחירות איז בגדר יהרג ואל יעבור. קומען זיינע תלמידים וחסידים און ווילן ראטעווען אידן פון אזעלכע הארבע זינד ר"ל, נאך דערצו אידן שומרי תורה ומצוות.

נו, איז שווער א קשיא... אמער? וואס איז אייך שווער דא?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 4:15 pm
דורך יצחק דע באנקיר
להודיע האט געשריבן:
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:ווען דאס געלט פון די מטי ההסברה זאל טאקע גיין פאר דעם ציל איז דא מקום דן צו זיין, היינט אז סגייט פאר אידן חתונה צו מאכן איזעס זיכער א מצוה, שטיצן עניי ארץ ישראל איז עפעס א קלייניגקייט?

אבי געזינט
אידן דרוקן אסאך ליטעראטור צו אפהאלטען אנדערע שומרי תורה פון נעמען א טייל אין די וואלען, עס קאסט אסאך געלט

עני בילד פון סייוועלכע פעולה?

א גרויסע ציבור האט היינט נאכט באקומען זייער א קלארע מעסעדזש צו בלייבן אין שטוב ביום הבחירות, די כינוס איז געקומען באגלייט מיט אסאך הסברה
א טייל פון די קאמפיין פון מהרי''י איז געגאנגען פאר יענע קאסטן

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 4:20 pm
דורך להודיע
לידיעתך, ביי דעם כינוס איז נישט געווען קיין שום "קלארע מעסעזש". גיב פליז עפעס אנדערע "פעולות" וואס מטוט מיט די אלפים ורבבות דולרים וואס מען קלייבט פון תמימי לב אין ניו יארק.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 4:24 pm
דורך יצחק דע באנקיר
די היינטיגע אסיפה גייט אפהאלטן א שיינע צאל אידן פון גיין צו די בחירות

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 4:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
להודיע האט געשריבן:לידיעתך, ביי דעם כינוס איז נישט געווען קיין שום "קלארע מעסעזש". גיב פליז עפעס אנדערע "פעולות" וואס מטוט מיט די אלפים ורבבות דולרים וואס מען קלייבט פון תמימי לב אין ניו יארק.

אויב וואלט מען יא געזאגט איבער נישט גיין, וואלסטו געווען צופרידען? לויט ווי דו האסט געשריבן נאך פאר מען האט געוויסט וואס מען גייט דארט זאגן קוקט נישט אזוי אויס.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 4:36 pm
דורך געב_מיר_כח
רביה״ק

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 4:37 pm
דורך מיסטעריעז
איך ווייס באמת נישט פארוואס מען דארף דעם אשכול שמוציג מאכן.


ר' יום טוב, איך מיין אז איך האב מיר גענוג קלאר מסביר געווען, איך האב גארנישט קעגן די קאמפיינען, איך וויל פשוט זעהן א מקור דערצו אז דער רבי האט דאס געהייסן, אויף וויפיל איך האס געטון אין רבינס ספרים (איך זעה נישט קיין נפק"מ - אויף צו האבן רעכט צו פרעגן א "שאלה" - וויפיל עס איז) האב איך נישט געזעהן אזאנס, אויב עפעס האב איך געזעהן פארקערט.

געב מיר כח, וואס זעהט איר דא אז איר ברענגט עס צו?