בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 4:40 pm
דורך לכתחילה אריבער
מיסטעריעז האט געשריבן:איך ווייס באמת נישט פארוואס מען דארף דעם אשכול שמוציג מאכן.
ר' יום טוב, איך מיין אז איך האב מיר גענוג קלאר מסביר געווען, איך האב גארנישט קעגן די קאמפיינען, איך וויל פשוט זעהן א מקור דערצו אז דער רבי האט דאס געהייסן, אויף וויפיל איך האס געטון אין רבינס ספרים (איך זעה נישט קיין נפק"מ - אויף צו האבן רעכט צו פרעגן א "שאלה" - וויפיל עס איז) האב איך נישט געזעהן אזאנס, אויב עפעס האב איך געזעהן פארקערט.
געב מיר כח, וואס זעהט איר דא אז איר ברענגט עס צו?
"למונעה מחבורתם" איז דאך זיכער בחירות במשמע וואס "חתחברות לרשעים" איז א גרויסע חלק פון די איסור.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 4:46 pm
דורך געב_מיר_כח
מיסטעריעז האט געשריבן:איך ווייס באמת נישט פארוואס מען דארף דעם אשכול שמוציג מאכן.
ר' יום טוב, איך מיין אז איך האב מיר גענוג קלאר מסביר געווען, איך האב גארנישט קעגן די קאמפיינען, איך וויל פשוט זעהן א מקור דערצו אז דער רבי האט דאס געהייסן, אויף וויפיל איך האס געטון אין רבינס ספרים (איך זעה נישט קיין נפק"מ - אויף צו האבן רעכט צו פרעגן א "שאלה" - וויפיל עס איז) האב איך נישט געזעהן אזאנס, אויב עפעס האב איך געזעהן פארקערט.
געב מיר כח, וואס זעהט איר דא אז איר ברענגט עס צו?
אז די רבי שרייבט אז מ׳זאל טוהן אלע מיני פעולות אפצוהאלטן אידן פון זיך מתחבר זיין צו זיי וואס אין דעם איז נכלל בחירות
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 5:13 pm
דורך זויבער
עס איז קלאר אז סאטמאר רב ז"ל האט געהאלטן פון אזא סארט קאמפיין פון פארשפרייטן זיין איסור אקעגן די בחירות.
סאטמארער רב זצ"ל זעלבסט איז ספעציעל געפארן עטליכע מאל קיין ארה"ק קאמפיינען אקעגן די בחירות.
און ניין נישט נאר פאר זיין איגענעם ציבור וואס ער האט כמעט גארנישט געהאט אין ארה"ק יענס צייטן, נאר פאר די פרומע ברייטע גאס.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 5:18 pm
דורך יצחק דע באנקיר
ביים סאטמארע רב איז דען בכלל געווען א מושג פון זיין אייגענע עולם? היימישע?
א איד איז געווען ביי אים פונקט אזוי חשוב ווי א ''היימישער''
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 5:25 pm
דורך מיסטעריעז
@לכתחילה, @געב_מיר, דער רבי רעדט דארט פונעם עצם כת הציונים און ער זאגט אז עס איז גאר א גרויסע זאך צוריקצוהאלטן איינעם פון אריינפאלן אין זייער "חבורה".
התחברות איז א ענליכע ווארט...
דאס איז מיין הבנה
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 5:27 pm
דורך יצחק דע באנקיר
ווער איז אריינגעפאלען אין די חבורה פון די ציונים??
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 5:38 pm
דורך מיסטעריעז
דו ווייסט נישט? אסאאאך אידן, ליידער.
און עס האלטן ליידער אין איין אריינפאלן, נאך און נאך. גרויסע שטיקער פון די מחוברים ווערן מיט די צייט חלקים פון די חבורה.
און אויב קיינער? דאס איז וואס ער שרייבט (כפי הבנתי הדלה).
-
איך זעה אז אדמו"ר מהרי"י ובית דינו שליט"א זענען ארויס מיט רופן צו שטיצן די הסברה קאמפיין סוי מן הסתם איז יא דא א ריכטיגע מקור דערצו. ווער עס ווייסט עס זאל ביטע מיטטיילן, נישט פשוט זאגן אז איך בין נישט בארעכטיגט צו פרעגן.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 5:47 pm
דורך מי חכם
ס''איז נישט בהכרח אז דער רבי האט אזוי געהאלטן. געטון אזוי האט ער נישט, כאטש ס'איז אלס געווען א לאקאלע אינציאטיווע מטעם די בחורים אין א"י, איז נישט באוויסט אז דאס זאל האבן געווען בהוראת צי אפילו בעידוד סיי וועלכן גורם אין קהילת סאטמאר אין אמעריקע.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 11:44 am
דורך יצחק דע באנקיר
מיסטעריעז האט געשריבן:דו ווייסט נישט? אסאאאך אידן, ליידער.
און עס האלטן ליידער אין איין אריינפאלן, נאך און נאך. גרויסע שטיקער פון די מחוברים ווערן מיט די צייט חלקים פון די חבורה.
און אויב קיינער? דאס איז וואס ער שרייבט (כפי הבנתי הדלה).
-
איך זעה אז אדמו"ר מהרי"י ובית דינו שליט"א זענען ארויס מיט רופן צו שטיצן די הסברה קאמפיין סוי מן הסתם איז יא דא א ריכטיגע מקור דערצו. ווער עס ווייסט עס זאל ביטע מיטטיילן, נישט פשוט זאגן אז איך בין נישט בארעכטיגט צו פרעגן.
ביזט בארעכטיגט צו פרעגן אין די תשובה זאגסטו דאך קלאר אז אין די חבורה פון ציונים האלטן אין איין אריינפאלען אידישע נפשות, מייסטענס קומט עס פון זיין א חלק פון די פארטייען בחבורתם, יעדער וואס שלעפט עמיצער ארויס פון זייערע פארטייען האט ארויסגענימען א אידישע נשמה מחבורת הציונים
קלאר?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 3:29 pm
דורך מיסטעריעז
זינט די אשכול איז בעזרת חברים חשובים ב"ה אנגעקומען אין פארברענגען איז יעדע ווארט א שאד די צייט (כאילו איך דריי מיר נישט אין פארברענגען...).
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 4:24 pm
דורך בעמבא
בדרך הלצה קען מען זאגן אז סאטמאר וויל אויך האבן א חלק אונם חוב קדוש, אז זיי קענען נישט זיין פון די פרעי בגופא ווילן זיי כאטש זיין פון די פרעי בממונא.
צוריק צום נושא.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 5:01 pm
דורך מחותן
טוט מען דען עפעס אויף מיט די אלע הסברה׳ס??
מיר האט געזאגט א באגלייבטער אר״י איד, א סאטמערער, אז די אלע מוחאות בעפאר די בחירות זעען אויס אקערואט ווי די מחאות אין קר״י קעגן די סקול דיסטריקט אין תשעה באב אדער ביים שלאגען כפרות..
ביידע קוקט מען נישט אן, ביידע האבן נישט קיין השפעה, ביידע זעען אויס לוזערס, אפילו אז ביידע זעננן גערעכט מיט זייער מעסעדש..
יו געט די פוינט.. מען קען נישט פייטען די אגודה ביום חגם אין זייער וויכטיגסטען טאג פינעם יאר.. עס איז נישט דא די כלים/געלט/מענטשן עס צו טיען.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 5:04 pm
דורך בעמבא
דא קומט אריין דעי "אפילו נאר איין איד...."
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 5:16 pm
דורך מיסטעריעז
מחותן, לויט ווי זיי שרייבן איז זייער ציל נישט צו פייטן די אגודה, נאר אויפצוקלערן פריוואטע מענטשן וואס האבן א אפן אויער.
דאס קען מען עקסטער דעבאטירן, איך פרעג אבער ביסוד, צו דער רבי האט פארלאנגט אזא זאך.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 5:20 pm
דורך לכתחילה אריבער
מיסטעריעז האט געשריבן:מחותן, לויט ווי זיי שרייבן איז זייער ציל נישט צו פייטן די אגודה, נאר אויפצוקלערן פריוואטע מענטשן וואס האבן א אפן אויער.
דאס קען מען עקסטער דעבאטירן, איך פרעג אבער ביסוד, צו דער רבי האט פארלאנגט אזא זאך.
כ'טראכט יעצט פארואוס ברויכסטו פרעגען צו די רבי האט פארלאנגט צו נישט, איז עס נישט פשוט א חיוב ערבות אפצוהאלטן א איד פון אן עבירה?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 5:22 pm
דורך מיסטעריעז
לכתחילה אריבער האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:מחותן, לויט ווי זיי שרייבן איז זייער ציל נישט צו פייטן די אגודה, נאר אויפצוקלערן פריוואטע מענטשן וואס האבן א אפן אויער.
דאס קען מען עקסטער דעבאטירן, איך פרעג אבער ביסוד, צו דער רבי האט פארלאנגט אזא זאך.
כ'טראכט יעצט פארואוס ברויכסטו פרעגען צו די רבי האט פארלאנגט צו נישט, איז עס נישט פשוט א חיוב ערבות אפצוהאלטן א איד פון אן עבירה?
ברויכן ברויך איך נישט, אבער אלס חונה על דגל סאטמאר וויל איך וויסן וואס מיין הייליגער רבי האט פארלאנגט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 5:25 pm
דורך ניקעל
אז נאר אין סאטמער זאל מען לערנען ויואל משה?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 5:27 pm
דורך מיסטעריעז
איך רעד פון די חלק הבחירות, נישט פון דער עצם ויואל משה.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 8:34 pm
דורך יצחק דע באנקיר
מחותן האט געשריבן:טוט מען דען עפעס אויף מיט די אלע הסברה׳ס??
מיר האט געזאגט א באגלייבטער אר״י איד, א סאטמערער, אז די אלע מוחאות בעפאר די בחירות זעען אויס אקערואט ווי די מחאות אין קר״י קעגן די סקול דיסטריקט אין תשעה באב אדער ביים שלאגען כפרות..
ביידע קוקט מען נישט אן, ביידע האבן נישט קיין השפעה, ביידע זעען אויס לוזערס, אפילו אז ביידע זעננן גערעכט מיט זייער מעסעדש..
יו געט די פוינט.. מען קען נישט פייטען די אגודה ביום חגם אין זייער וויכטיגסטען טאג פינעם יאר.. עס איז נישט דא די כלים/געלט/מענטשן עס צו טיען.
די רעדסט פון שרייען ביי די קלפי
די הסברה אין די טעג בעפאר מאכט זיכער א שטארקע רושם, בפרט ביי די יעצטיגע בחירות ווען אסאך פרעמדע זענען סולד פון די בחירות