בלאט 1 פון 1

פארוואס עפעס שמעלקא?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 1:17 pm
דורך שמעלקא טויב
בס"ד

ויהי ממחרת, אין ויהי אלא לשון צער כדכ' ויהי בימי אחשוורוש, ס'איז א טאג נאך פורים, מ'איז שוין ניכטער פונעם וויין, מ'האט שוין אפגערוהט די פוס פון טאנצן אזויפיל, דער געוויסן איז שוין ניכטער און מ'דארף זיך איבערקלערן וואס איז אלץ געווען, זיך דערמאנען צו מ'האט זיך אויפגעפירט ווי ס'באדארף צו זיין, צו וויסן דער אמת'ע פנימיות וואס מ'באזיצט אין זיך.

איז אזוי, צווישן די זאכן וואס כ'האב זיך דערמאנט איז שטיינעדיג ביים טיש פון רבי'ן צווישן אלע מבושם'דיגע אידן קומט צו מיר א אינגערמאן, א שטילער איידעלער אינגערמאן, און ער פרעגט מיר אזוי א "וואס איז נייעס", כ'מיין ס'איז פארט פורים, פארוואס דען נישט, "ווען טאנצט מען נאכאמאל דא? ווען דער רבי ענדיגט די תורה!". נו שוין, א נארמאלער שמועס אין הייליגן טאג ביים רבינ'ס הייליגע טיש.

כ'זעה אבער אז עפעס וויל דער אינגערמאן, ער קומט צוריק אין אפאר מינוט דערויף, מ'איז שוין געטאנצן נאכאמאל אין-דע-מין-טיים, און ער זאגט מיר: שמעלקא ביזט פיינע נייעס!

וואאאאאסססססס, ער רופט מיר שמעלקא? איך הייסט דאך יואלי, וואסי דאס שמעלקא?

כ'וואלט געוואלט בעטן אויב דער אינגערמאן לייענט דא אז ער זאל מיר קומען זאגן צו וואס ער האט מיר גערופן שמעלקא, און אויך אויב ער קען מיר דערציילן וועלכע מלמד מומחה ס'האט אים אויסגעלערנט וויאזוי מ'רופט מיין נאמען שמעלקא!

#פורים_אויף_די_(איי)וועלט

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 1:30 pm
דורך גערעכטער
דאס איז א פרישע גילו אלערט...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 1:31 pm
דורך ידיד
קודם כל, אז דו געדענקסט בכלל דעם פאסירונג, האסטו אינגאנצן נישט יוצא געווען דעם חייב אינש וכו'. פרעג א דיין צו דו דארפסט נישט איבערטרינקען.

און צווייצנס, ווען איך וואלט נישט געוואוסט דיין עכטע נאמען וואלט איך אויך געטראכט אז דו הייסט שמעלקא. כ'ווייס נישט וויאזוי דיר עס מסביר צו זיין, אבער דיין גאנצע געשטעל איז עפעס שמעלקא'דיג. די לאנגע בארד, די גרויסע נאז, די SAS שוך מיט די אפענע שוך בענדלעך, אלעס שרייט שמעלקא. מילא קענסטו זיין רואיג, דער אינגערמאן ווייסט לכאורה נישט דיין ניק. ער האט דיך סתם אנגעקוקט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 1:38 pm
דורך שמעלקא טויב
ידיד האט געשריבן:קודם כל, אז דו געדענקסט בכלל דעם פאסירונג, האסטו אינגאנצן נישט יוצא געווען דעם חייב אינש וכו'. פרעג א דיין צו דו דארפסט נישט איבערטרינקען.

און צווייצנס, ווען איך וואלט נישט געוואוסט דיין עכטע נאמען וואלט איך אויך געטראכט אז דו הייסט שמעלקא. כ'ווייס נישט וויאזוי דיר עס מסביר צו זיין, אבער דיין גאנצע געשטעל איז עפעס שמעלקא'דיג. די לאנגע בארד, די גרויסע נאז, די SAS שוך מיט די אפענע שוך בענדלעך, אלעס שרייט שמעלקא. מילא קענסטו זיין רואיג, דער אינגערמאן ווייסט לכאורה נישט דיין ניק. ער האט דיך סתם אנגעקוקט.


שוואכע סברה, פורים גייט דאך יעדער מיט די א"ד שמעלקא בגדים, עפעס האט זיך געשפירט אז ער ווייסט!

בכלל, סארא מין אויסדרוק איז דאס: דו ביזט גוטע נייעס? איך ליין נישט קיין נייעס, איך ליג נישט אין קיין נייעס (איינער יא?), איך בין נישט קיין נייעס, ביי מיר איז אלעס דעם דרך פון אמאל, קומט מיר זאגן א אינגערמאן אז איך ביין נייעס?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 4:30 pm
דורך לכתחילה אריבער
די ערשטע זאך איז פשוט אז שמעלקע איז אזא סארט חיזוק... ווי פלעגט יענער שרייבן: "שמעלקע דיד איט, יו קען דו איט טו"!!!

צווייטענס, אפשר האסטו יא יוצא געווען די עד דלא ידע, און עס האט זיך אייך פשוט צוגעדאכט.....

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 4:54 pm
דורך מטעמים
אקעי שמעלקא, זיי נישט ברוגז, איך וועל דיר מסביר זיין וואס דא איז פארגעקומען.

איך האב דיר געפרעגט וואס איז נייעס ווייל דו האסט געהאלטען און איין פרעגן ווער איז זאלץוואסער, האב איך דיר עס געוואלט מגלה זיין, געוויסט האבעך אז מען קען דיך טרעפן נאר ביים רעבינס טיש, האביך אנגערופען זאלצי אריבערצוקומען ער האט זיך געשעמט ווייל ווי דו ווייסט איז זאלצי נישט פון דיע וואס גייען בכלל צו טישען און א וודאי נישט א פורים טיש.

די פראבלעם האט פאסירט אז די מינוט וואס דו האסט מיך באזידעלט פאר די וואס איז נייעס געפרעג איז זאלצי ארויסגעלאפען ווייל איינער האט אים געזאגט שגץ ארויס, סארי אבער איך האב נישט געהאט קיין ברירה אדער אן אנדערס וועג דיר צו זאגען.

זאלצי האלט אז דו האסט איינעם געשיקט איהם אנשרייען ווייל דו האסט דיך געשעמט צו רעדן צו א פארזאלצענעם אידעל, איז עס אמת? דאן פארוואס דרייסטו מיר א קאפ צוויי יאר אז דו ווילסט איהם קענען??? הא??

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 7:40 pm
דורך צווייפעל
יואלי, ביזט פיינע נייעס...

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 9:08 am
דורך משה'לע
איין מינוט שמעלקא, ווען די רבי האט געפירט טיש בוזטו דאך געזיצן ביי מענדל נגיד אינדערהיים, אדער אפשר בוזטו נישט שמעלקא, איין מינוט, דעמאלטס פארוואס האסטו מיר געזאגט נאכן צווייטן פלעשל וויין וואס דו האסט געטרונקן אז דו בוזט שמעלקא?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 9:37 am
דורך שמעלקא טויב
משה'לע האט געשריבן:איין מינוט שמעלקא, ווען די רבי האט געפירט טיש בוזטו דאך געזיצן ביי מענדל נגיד אינדערהיים, אדער אפשר בוזטו נישט שמעלקא, איין מינוט, דעמאלטס פארוואס האסטו מיר געזאגט נאכן צווייטן פלעשל וויין וואס דו האסט געטרונקן אז דו בוזט שמעלקא?


מסתם האבן זיך צוויי אנדערע שמעלקא'ס געטראפן!

-

אלע אנדערע תירוצים איז אבי געשאסן, איך ערווארט אז יענער זאל זיך מעלדן צו מיר אין אישי אדער אין מנהל'ס אפיס, מ'וועט נישט קיינעם זאגן אז ער האט אויסגעזאגט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 2:22 pm
דורך שמעלקא טויב
שמעלקא אפדעיט:
דער חברה-מאן האט זיך שוין געמאלדן צום מנהל'ס אפיס, מ'ארבייט יעצט אויס א קנס, קאן זיין ס'וועט זיין אז ער מוז פיר מאל שרייבן "איזהו מקומן" אדער זאגן דריי מאל אויף אויסעווייניג בריך שמיה און על הכל פון שבת ביי שחרית, מ'וועט האלטן דעם עולם אפ-טו-דעיט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 2:39 pm
דורך מיסטעריעז
פארוואס נישט א שטיגליץ אין בארד?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 3:19 pm
דורך מטעמים
מיסטעריעז האט געשריבן:פארוואס נישט א שטיגליץ אין בארד?

צו דעם האב איך נישט מסכום געוועהן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 4:10 pm
דורך שמעלקא טויב
מיסטעריעז האט געשריבן:פארוואס נישט א שטיגליץ אין בארד?


וואסי זיין ווייב שולדיג דערויף?!

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 9:05 pm
דורך לאדיךארויס
פארוואס טון מענטשן אזעלכע זאכן?! מען קען דאך אפהרג'ענען יענעם מיט איין נאריש ווארט וואס האט נישט געברויכט געזאגט ווערן!

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 9:09 pm
דורך מיסטעריעז
נישט נאר יענעם, נאר אונז אלע!

שטעל דיר פאר איינער מאכט גילוי בגלוי אויף איינעם פון אונזער מעכטיגע ניקס און ער הערט אויף צו שרייבן, ער הרג'ט אונז אלע אפ.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 9:29 pm
דורך עין טובה
מיסטעריעז, יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס איך שרייב נישט ארויס דיין אידענטידעיט? :smile:

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 9:35 pm
דורך מיסטעריעז
איך וואונדער מיר נאר פארוואס דיינס שרייבסטו יא...