פורים שושן שחל בערב שבת - די בעסטע
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 06, 2015 12:32 pm
מיר איז אלס שווער געווען פארוואס שושן פורים גייט גארנישט אן געהעריג, די קינדער האבן נישט קיין חדר און סקול, די בחורים נישט קיין ישיבה, די כולל אינגעלייט נישט קיין כולל, לכאורה איז עס דאך נישט מער ווי א יומא דפגרא אזוי ווי ל"ג בעומר אין חמשה עשר בשבט, אין אפי' ווי א יו"ט ווי חנוכה, אבער דעמאלס גייט אלעס אן געהעריג, אין ס'פאלט ניטאמאל ביי פאר קיינעם מבטל צוזיין אלעס. ביז איך האב געכאפט אז די בגדי שבת איז שולדיג אין אלעם, ווייל ווי קען מען גיין אין חדר אין ישיבה מיט בגדי שבת? ס'איז טאקע נישט דא קיין איין אנדערע יו"ט וואס מ'גייט מיט בגדי שבת אין חדר אין ישיבה. אפאר עלטערע אידן וואס געדענקען נאך ווען נישט יעדער איז געגאנגען מיט בגדי שבת שושן פורים האבן מיר געזאגט אז ס'געווען חדר שושן פורים. אין אפי' די וואס זאגן אז אלעס איז פארשלאסן ווייל עס איז א טאג נאך פורים אין די עולם איז אויסגעמוטשעט, לדעתי וואלט מען אלס דעם נאר געמאכט חדר אין ישיבה מיט אפאר שעה שפעטער.
קומט אויס אז שושן פורים איז א טאג וואס מ'טוט גארנישט, א טאג פארברענגט סתם אזוי, די ארבעט יודן גייען געהעריג און ארבעט, אבער די קינדער אין בחורים אין כולל יונגעלייט דרייען זיך אין פרייען זיך.
איז יעצט צום ענין, אויב פאלט אויס שושן פורים פרייטאג איז געוואלדיג, אזוי שטעלט מען צוזאם צוויי טעג וואס זענען צופארן, פרייטאג איז אויך א טאג וואס ס'גייט נישט אן אלעס מחמת הכנה לשבת, אין ס'שטערט נישט קיינעם אז עס איז אויך שושן פורים אין דערזייט, אין שלום על ישראל, נישט א טאג וואס מען טוט גארנישט.
והנלענ"ד כתבתי.